| נשלח ב-25/11/2010 06:45 |
|
| |
שיפן דינער קאטאסטראפע - פרישע געלט פארברענעריי
די לעצטערע וואכן האבן די ארונים אנגעוואנדען אלע כוחות, אז זיי זאלען קענען ניצען די שעיפאר פארט פאר זייער שיפן דינער, ארי' לייב גלאנץ און רעסטלער האבן זיך געשוואוירן אז זיי האבן אויסגעניצט זייער שתדלנות און עס איז זיי געלונגען צו באקומען ערלויבעניש, ווי נאר רעסטלער האט זיי איבערגעגעבן די נייעס אז זיי קענען עס האבן, האבן די ארונים באשטעלט ביי די דריקערס טויזענטער קאלירטע פלאקאטן מיט די דערפרייענדע נייעס אז מען גייט פארן מיט שיפלעך צו די דינער.
היינט זענען זיי שאקירט געווארן ווען דער שר הסבלנים ארי' לייב גלאנץ האט זיי איבערגעגעבן די אנטוישענדע נייעס, אז מען האט שוין פראבירט מיט אלע מיטלען, אבער עס רירט זיך נישט, און די שעיפער וועט מען נישט קענען ניצען.
מער האט נישט אויסגעפעלט די ארונים ווילען אים צורייסען אויף שטיקער, היתכן זייער אינדארסירטע רעסטלער וואס האט געווינען נאר וועגן די ארונים זאל נישט קענען ערלעדיגען דעם שעיפער פארט פאר די שיפן דינער.
ארי' לייב האט צוריק געענטפערט עס איז נישט דא וואס צו וויינען, די טריפ מיט די שיפן וועלן נישט ווערן געקענסעלט, נאר מען וועט באצאלן פאר די נעווי יארד א גרויסע סכום געלט און פון דארט וועט מען פארן מיט די שיפן.
איך בין נייגעריג וועם וועלן זיי יעצט אנזעצן מיט שווערע חובות, אבי נאר אז די חלה דעקלעך זאלן זיין פרייליך.
שירה חדשה שבחו גאולים על שפת הים יחד כלם הודו והמליכו ואמרו ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 16:23 |
|
| |
און ר' אהרן אליין האט געהערט פון א איד וואס איז דארט געווען און געזעהן ווי דער רבי איז מסיים מסכת סוטה,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 16:20 |
|
| |
אזוי ווייט זענען די נער'ישע פאנטאזיעס אין די היינטיגע יונגעלייט אז איינער האט מסביר געוועהן אין מקוה אז רבינו הק' זי"ע איז באפרייט געווארן פון די דייטשן ימ"ש דורך א שיף. ער איז ארויס געפאהרן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ מיט א שיף און דערפאר איז א ענין צו פאהרן כ"א כסלו מיט א שיף.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 07:56 |
|
| |
ניין די ווילדע ארונים האבן געעפענט 6 אשכולות איבער די זאלונישע סעודות הודעה אין ירושלים און לאנדאן, איבער ר' עזריאל ר' ברוך נתן, איבער שינעווער רבי, אבער פון זייער רבי'ס דרשה מאן דכר שמיה, קיינער וויל נישט פארציילן וואס ער האט צוזאמגערעדט,
וואס שעמט איר זיך?
לאז די וועלט זעהן וויאזוי א מנהיג ישראל רעדט, שמעו ותחי נפשכם,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 05:03 |
|
| |
להערה בעלמא. די "רואיגע" און "פאזיטיווע" זאליס וואס זענען ב"ה פטור געווארן פון די ארונים. האבן שוין געעפנט 4 אשכולות קעגן די ארונישע כ"א כיסליו. אינדערצייט וואס די "גערעגטע" און "קריגערישע" ארונים האבן ענדערש באשלאסן צו גיין מיט זיך ווי מיט יענעם. יעצט טראכטס אליין. ווער דארף זאגן ברוך שפטרנו פון רשעים ע"ה וגס רוח??? יעצט זייט ממשיך. עפנט נאך 10 אשכולות. און נישט פארגעסן: עטס טוטס ענק נאר פארטיידיגן...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 01:46 |
|
| |
סארי שארטקאט, גומל בענטשן דארפן די אידן וואס זענען ניצל געווארן חול המועד פסח תשנ"ט פון דעם שוטה רשע גס רוח און עם הארץ, מזעהט וואס איז נעבעך געשעהן מיט א ציבור וואס מ'מאכט זיי נעבעך משיגע יעדן טאג מיט נייע בעבישקייטן און זיי טאנצן מיט, מ'מאכט זיי העפי מיט שיפן מיט פיקטשערס פון ביימער מיט נומבערס, מיט נארישע מענהעטענע קינדער סטעיטמענטס, מיט בארימערישע דרשות פון עם הארצות און ראסיסעם קעגן די ספרדים, מיט חמץ בפסח דרשות, און זיי זענען העפי,
מיר קענען זאגן ברוך שפטרנו, און אויך בענטשן גומל, עס איז א גרויסע נס.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:34 |
|
| |
עצה טובה קא משמע לן,
ווער עס וויל מארגן אפדאווענען צייטליך, זאל גיין צו א מנין פון ספרדים מיט פריזארן און קליינע קאפלעך, ווארום אין אלע אשכנז'ישע שולן וועלן מארגן שטיין לייין'ס פון רבבות צו בענטשן גומל,
ארבעה צריכים להודות, יורדי הים באניות... יודו לה' חסדו, די מיליאנען אידן וועלן מארגן גומל בענטשן,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:22 |
|
| |
| פריינדליך כתב: |  | | און צו דיר אייזענבאך. כא כא כא. געהעריג ליצנות. איך מיין דו קענסט ווערן א גראמער... |
|
דער גראמער פון נעכטן נאכט אין פאלאסקי פלאזא איז פונקט גענוג. לצים זאגן אז ער האט געענפערט אפאר פרישע תירוצים אויפן נייע בית יוסף'ס קשיא..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 22:11 |
|
| |
wow מיט א אפענע שיף איז געווען די נסיעה? טאקע אן אטראקציע ווען עס וואלט געווען פון בארא פארק וואלט איך גענומען מיינט קינדער
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:38 |
|
| |
נו לאמיר הערן וויאזוי איז געווען אין וועסטערן?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:34 |
|
| |
| אייזענבאך כתב: |  | | כא כא כא, אז מדארף ווארט א שעה אויף א שיפעלע, א ווינדער אז מדארף באסעס
_________________
|
| אויף די שיפן דארף מען ווען נאר ווארטן 5 מינוט. אבער ווען מען האט טויזענטער מענטשן ווארטן. דויערט איבער א שעה אנצוקומען נאר צום שיף. און אפילו מיט די באסעס האט מען געדארפט ווארטן 15 מינוט. ווייל מען האט זיך נישט גערישט אז מען וועט דארפן די באסעס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:26 |
|
| |
פון קראנטע מקורות האט ר' מענדעלע און שמואל פריעדמאן ארימגעקאלט א האלבע שטאט געוואר צי ווערן א מקור אז די רבי ז"ל האט אויך מסיים געווען מס סוטה כא כסלו, _________________
תוקן על ידי אייזענבאך ב- 28/11/2010 08:28:23
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:24 |
|
| |
און צו דיר אייזענבאך. כא כא כא. געהעריג ליצנות. איך מיין דו קענסט ווערן א גראמער...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:23 |
|
| |
כא כא כא, אז מדארף ווארט א שעה אויף א שיפעלע, א ווינדער אז מדארף באסעס
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:20 |
|
| |
מען האט זיך נישט גערישט אויף אזא עולם. איבער האלב עולם איז למעשה געפארן מיטן באס(עס געדויערט בערך 15-20 מינוט מיט א באס) מען וואלט געדארפט צושטעלן לכה"פ דאפלט שיפן
|
|
|
|
|