בית פורומים אידישע געדאנק

איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2010 22:10 לינק ישיר 
חלה דעקל, חלה דעקל טארייליילעליילאם

ווילאנג דייקן ווארט  צו הערן א זאכליכע תשובה פון די זאלי'ס, וויל איך בעטן עני אהרוני זאל מיר ענטפערן אויף דעם:

ווי און ווען האט קאשויער רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל געווען נו"ט דרייסיג יאר? ווייסט יעדער חדר אינגל ביי די אהרונים, אז די מעשה איז געווען אז מען האט אים געקאלט ערב יו'כ שפעט אינדערנאכט ער זאל שוין אריבער ברענגען די פלייש, און ער האט  געענטפערט אז ער וועט עס ברענגן מארגן אדער נאך יו"כ, און ער האט געזאלט האבן צוגעלייגט: "אז מען האט געווארט דרייסיג יאר, קען מען ווארטן נאך א טאג".

איז מכח די משמעות פון די ווערטער פארשטייט יעדער אהרוני אז דער לץ האט געהאט א רעכט צו זאגן אויף אים עפ"ל. פארוואס, ווייל סאיז משמע פון זיינע ווערטער אז אין די לעצטע דרייסיג יאר האט זיך אויך געקענט מאכן אז אזאלכע מכשולות זאלן פארקומען.

(מאכט נישט קיין טעות, דער קאשויער רב האט גערעדט דאן פון 2 באזונדערע נושאים. איינס איז געווען אז ער האט אנגענומען די טענה פון די בני א"י אז די אונגארישע מסורה איבער ניקור איז נישט אויסגעהאלטן, און 2 האט ער געטענהט בכלליות אז דער מציאות איז אז עס איז דא געוואלדיגע מכשולות און הזנחה.

יעצט, פארשטייט זיך אז די מעשה מיט די חלב וואס מען האט געטראפן איז געווען מסוג ב', ווייל סוג א' איז נישט שייך צו זאגן אז סאיז דא חלב. סאיז נאר שייך צו מעורר זיין בכלליות דערוועגן.)

און יעצט קום איך צו צו די מיליאן דאלער קשיא:

אויב אויף א קורצע סענטענס וואס קען משמע זיין אז ער מיינט צוזאגן אז סאיז שייך געווען מכשולות ביז היינט, קומט אן עפ"ל.

וואס קומט אויף כסדרדיגע דרשות אויף צו ווייזן אז כל היקר והקדוש לנו איז שקר נחלו לנו אבותינו? וואס קומט אויף "א היתר פון טאש"? וואס קומט אויף ברייטע סירכות?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 23:04 לינק ישיר 

אומזיסט, אין א שנעלע סך הכל פארשטיי איך פון דיינע ווערטער, אז הרב מקאשוי האט זיך טאקע נישט אויסגעדריקט נישט די אויבנדערמאנט ווערטער און נישט עפעס אנדערש.

יעצט לי יהא אז מהר"א האט יא פון ערגעץ-וואו געהערט אז הרב מקאשוי האט זיך יא אויסגעדריקט די ווערטער, האט ער לשיטתך געמעגט האבן א גערעכטע טענה אז דאס איז רעכט געציהלט קעגן זיין פעטער/טאטע?

אגב, איך זעה די שרייבסט צום זאך, אפשר ענטפערסטו מיר אויך אויף מיינע פריערדיגע?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 23:37 לינק ישיר 

דאס וואס ער האט געזאגט אויפן קאשוי'ער רב ז''ל, איז שוין נישט נוגע, ער האט זיך אנגענימען אויף זיין טאטע וואס ער האט גאהאלטן (און געזאגט) אז ער מער פונעם קאשוי'ער רב ז''ל, און ס'געווען בעידן ריתחה, ועל כולם האט ער איבערגעבעטן ''דריי'' מאל בכתב וברבים, וואס נאך ווילסטו, ער זאל שלאפן אונטער ר' אליעזר חיים בלום'ס באנק יעדע נאכט?
 נאר די שאלה איז, צו ווען ער וויל אנפירן חומרת, צו ער מעג ארפרייסן אנדערע, און מאכען אויסקוקען(נישט ממש געזאגט) כאילו מ'האט געגעסען עכט נבילה.  מהר''א שליט''א איר איר ווייסט זיכער וואס די שב שמעתתא זאגט אז ווען ס'ווערט בטל ברוב ווערט די שטיקל פלייש(פון די צען מינוט'יגע טשעין) עכט כשר. 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.