בית פורומים כל העולם כולו

אהרונים צוויי דריטל זאליס איין דריטל פין סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2010 22:52 לינק ישיר 
אהרונים צוויי דריטל זאליס איין דריטל פין סאטמאר

 




תוקן על ידי יקרבו ב- 25/11/2010 23:01:28




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 23:32 לינק ישיר 
williamsburg




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 22:45 לינק ישיר 

די זאלי'ס זענען דאך כסדר ביזי מיט א מעשה פין א גאווערעמענט וועבסייט
וואס נאר יענע נומבערס קען מען גלייבן
איי, די נומבערס וואס מען גיבט אריין זענען נישט די אמת'ע וד''ל
אבער גיי זיי מסביר

ע''כ, דא האט איר א אנדערע וועבסייט

פארשטייט זיך אז די וועלטס ספינער וועלן טרעפן א חילוק פין די וועבסייט ביז יענע וועבסייט
די גאנצע חילוק איז נאר ''ה''א ל''ן וה''א להו''א.....''

קרעדיט סקאטמאלען
איינער האט מיר יעצט געשיקט אין אישי א לינק פונעם זעלבן גאווערמענט סייט, ניו יארק סטייט באורד אוו עד, אבער אן אנדערן פראגראם, NO CHILD LEFT BEHIND, א פראגראם וואס בוש האט געמאכט, דארט זעהט מען אינגאנצן אנאנדערן בילד, ר' אהרן האט איינגעשריבן בערך 5600 קינדער, ר' זלמן לייב בערך 5800, א חילוק פון נישט מער ווי 200 קינדער,  לפי זה איז ר' אהרן און רז"ל ממש חצי חצי

דא איז דער גאנצער אישית, מיטן לינק:


איך האב נישט קיין רשות צו שרייבן אבער בלויז צו ווייזן ווי ווייט מען קען זיך פארלאזן אויף די גאווערמענט ציפערן אז כדי צו קוקן אויף די נאט טשיילד לעפט ביהיינד פראגראם, דארטן לויפט די ציפערן אנדערש.

די זאליס האבן דארט צוויי נעמען United Talmudical Academy מיט 2588 קינדער און דאן Beth Rachel School For Girls מיט 3224 קינדער אלעס צוזאמען איז 5812

די ארוינים האבן עטליכע נעמען  KHHD מיט 4285 קינדער איחוד התלמידים מיט 984 תלמידים, קרן התורה 112 און היכל התורה 208 אלעס צוזאמען איז 5589.

איך האב נישט קיין השגה וואס די נעמען זענען און וואס די חשבונות זענען אבער עס ווייזט בלויז ווי פונקליך מען קען וויסן פון דעם

דא איז די לינק פון היי יאר







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 03:06 לינק ישיר 

כ'וואלט איבערגיין די ציפערן
זאל זיך יעדער איבערצייגן אויב ס'איז אינטערגעשאצט אדער איבערגעשאצט

בארא פארק - 4000, איז אינטערגעשאצט, קוקט עס נאך וועט ער זיך איבערצייגן
לכאורה רעכנט ער נאר אנ''ש

ירושלים - דארט האט מען געפנט א ת''ת אין מ'האט נאכנישט געפנט אלע קלאסן + נאכנישט יעדער האט ארויסגענומען די קינדער פין די אלטע מוסד ביז מ'וועט האבען א פולע מוסד, אין נאכדערצו אז מ'האט נאכנישט קיין מיידל שולע
אין די ת''ת האלט שוין ביי עטליכע הינדערט קינדער בליעה''ר
אין די ס''ה אנ''ש אין 500

קרית יואל - 7500 דאס איז כולל אויך די בחורים פין מתיבתא אלע 3 חלקים + שיעור ד'
אין איז די פאקטישע ציפער, נאכדעם וואס די זאליס האבען שוין ארויסגענומען פין דארט זייערע קינדער ב''ה

בני ברק - סאטמאר ב''ב הייסט צו זיין די גרעסטע מוסד על טהרת הקודש אין ארה''ק, אין 1500 איז די אפיציעלע פאקטישע נומבער

לאנדאן - האט די בית רחל כמעט 1000 טויזענט תלמידות - זיי זענען די גרעסע מיידל שולע אין אירופה
אין די ת''ת וואס איז קוים געפענט האט ארום 400 בליעה''ר כ''י, אין וואקסט יערליך

מאנטשעסטר - איז נאכנישט ציטיילט די ת''ת אין מ'רעכנט בלויז אנ''ש 300

מאנסי - שיקט רוב עולם ביי ר חיים יושע'ס ת''ת אין 600 איז לכאורה א פאקטישע ציפער, ווי געשריבן אין פאריגע תגובה

וויליאמסבורג - 6000 דאס איז כולל די 4 ישיבה קטנות ווי שוין באריכטעד
א מוסד וואס וואקסט בליעה''ר יערליך אין מאנגעלט שרעקליך אין פלאץ
די מוסד האט זיך שוין געדאפעלט בליעה''ר זינט איר התחדשות עטליכע יאר ציריק

מאנטריאל - 350,  די תשב''ר פין קרית ברך משה זומער האבען כמעט דעם ציפער (טראץ וואס ס'נאך דא היבש ארונים אין פריפאנטעין וואס האבען דארט אייגענע הייזער)

אנטעווערפן -איז נאכנישט ציטיילט די ת''ת אין מ'רעכנט בלויז אנ''ש 300

אנדערע געגנטער וועלכע זענען נישט ציטיילט אדער האבען אפי' נישט קיין אייגענע ת''ת איז נאך 300

דאס זענען אלע פאקטישע ציפערן
עס איז א נחת צו זעהן די ווי סאטמערע אימפעריע האלט בליעה''ר ביי אזא מספר עצום כ''י
טראץ וואס די כת הידוע האבען מיט אלע כוחות דאס געוואלט ציברעכן מיט אזוופיל רשעות אין רציחה
חסדי ד' כי לא תמנו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 02:30 לינק ישיר 

יקרבו כתב:
די זענען די זאלי נאמבערס איבער די וועלט זיי קומען אויס אויס צי בערך א דריטל פין די אהרונים די גרויסע זאלי באלון פין ביליאנען קינדער האט געקראכט די גרויסע בוים הענגט פאטירכאליש אינעם גרויסן זאל ביים פאלסקי מאנעפיסטאציע  די זענען די זאלי'ס נובערס איבער די וועלט אין ווילמסבורג 7500קרית יואל 1500בארא פארק 500מאנסי 50מאנטריאל 250לאנדאן 500מאנטשעטער 100ירושלים 750בני ברק 0

_________________


די זאליס שפרינגן פין דעם אשכול
די אמת פאטשט אין פנים, ס'האלט שוין דארט ביי די 2,3 'קאנטער' אשכולות
אבער לאמיר זיך האלטן צו די טרוקענע פאקטן
קיינער קען נישט ציילן יענעם'ס מוסד, אין ווי באקאנט קען מען פין די לאנטש פראגראם'ס נישט קיין ראי' ברענגן, וד''ל (אגב, ביי די ארונים רעכנט עס נישט אריין די ישיבות)
די גרינגסטע צו מעסן א מוסד איז דורך די מספר פין די כיתה אלף'ס (מ'קען נישט קוקען אויף א ספעסיפישע יאר, ס'טוישט זיך יעדעס יאר, אבער לאמיר קוקען די לעצטע 2,3 יאר)
די מציאות איז א אין וויליאמסבורג ווי די זאליס-עסטעבלישמענט 'זאגען' אז זיי האבען 8000 אין די ארונים האבען נאר 4000
האבען די ארונים 8-10 כיתה אלף'ס  אין די זאליס האבען 12-14 כיתה אלף,
(דאס קענט איר באשטעטיגן ביי יעדן כיתה אלף מלמד, טראץ וואס מהרז''ל איז געליבן מיט די עסטעלישמענט אין רוב נייטראלע קינדער זענען דארט געבליבן, כידוע)
{טראץ וואס כ'הער אז לויט די יעצטיגע קינדערגארטען גייט זיך עס אסאך טוישן}
אין קרית יואל ווי די זאליס זאגען אז די ארונים-עסטעבלישמענט האבען נאר 6000 אין זיי האבען 2000
האבען די ארונים 12-13 כיתה אלף'ס אין די זאלי'ס האבען 4-5 (זאלי ק''י האב איך נישט קאנפורמד כ'גיי לשיטתם)
יעצט זאגט מיר אויב זייערע נומבער'ס מאכען אפי' סענס.......

יעצט לאמיר גיין צו די נומבערס וואס די ארונים זאגען
וומ''ס: ארונים 6000 (אריינגערעכנט די ישיבה קטנות), זאלי 7500
ק''י: ארונים איבער 6500 , (אן די מתיבתא) זאלי ?? (קיינער רעדט אפי' נישט דערפון, לויט וויפיל כ'האב געזוכט דא)

לאמיר געבן א קוק אין ב''פ
די זאליס טענה'ן אז זיי האבען האלב פין די מוסדות אין די קהילה
וואס איז אינטערסאנט איז, אז אין חדר קענען די זאלי קינדער נישט מאכען קיין שום ווינד פאר זייער פארטיי - א שטייגער ווי די ארונים פלעגן טוהן אין וומ''ס, די דינער'ס האט נאך די זעלבע צאל משתתפים ווי אלע יארען אויב נישט מער
וואס דארפט איר מער ווי דעם, אז זיי האבען געפנט א כיתה ט' אין עס געדארפט צושפארן נאך 2 יאר....
ווען זיי האבען ווען א חלק ניכר וואלטן זיי שוין לאנג געפנט א מוסד
נאר אזוי איז שוין גרינגער נישט צו עפנען אין שרייען מיר האבען האלב - ווייז מיר אויף אז נישט...

אין מאנסי איז א שאד צו רעדן
חוץ די קווינס בחורים וואס ווילן זיך נישט אינטערווארפן אינטער ר חיים יושע האבען די זאליס נישט קיין מענטשן דארט, ניטעמאל א אייגען ביהמ''ד,
אין אפי' די קווינס תלמידים פראבירט ר חיים יושע זיי צו כאפען מיט אלע כוחות,
ער לאזט מאכען אלע מסיבות אין וויבער שול פין זיין ביהמ''ד אין לאזט אפי' ר זלמן לייב קומען
אבער זיין קהילה וועט זיכער מאכען נישט צו שרייבן אויף אים ''כ''ק אדמו''ר שליט''א'' אין ס'האט שוין פאסירט אז איינער האט געקלעבט סטיקער אויף די פאוסטערס פין א חנוכת הבית 'בהשתתפות כ'''ק אדמור שליט''א' אין אלעס איז געווארען אראפגעריסן.
משא''כ די ארונים, טראץ וואס זיי האבען נאכנישט קיין אייגענע ת''ת, האט יעדער געקענט זעהן וופיל קינדער האבען זיך באטייליגט ביי די ספעציעל קבלת פנים פאר די קינדער פאר רבינו שליט''א פאר די גרויסע שבת אין מאנסי

אין די זעלבע אין אין אנדערע געגנטער ווי מ'האט זיך נאכנישט צוטיילט, ווי דארט רעכנט מען נישט אויס די מספר קינדער פונעם מוסד נאר בלויז פין אנ''ש

אין בני ברק זענען די זאליס זענען דארט א מיעוט שאינו מצוי כידוע, אין די ת''ת אין מיידל שולע וואס זיי האבען דארט האט כמעט נישט קיין קינדער וואס האבען בעבר געלערנט און די מוסדות, אין האלטן נישט ביי קיין 100 קינדער אפי' לשיטתם

 
יעצט זאל זיך יעדער איבערצייגן אויב די נומבער'ס זענען איבערגעשאצט




תוקן על ידי rebyankel ב- 29/11/2010 02:55:37





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:40 לינק ישיר 

100 יאָר הרבצת התורה והנהגת הרבנות דורך מרנן רבנן אדמור"י סאַטמאַר, וועט אי"ה אפגעצייכענט ווערן ביים צענטראלן מעמד כ"א כסליו.

 

ביים "סעודת הודאה" און "דינער השנתי" להחזקת מוסדות סאַַטמאַַר-וויליאַַמסבורג,  מיט אירע קנאפע 6,000 תלמידים ותלמידות כ"י אינאיינעם מיט  שמחה'דיגער אווענט מיט''ן סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת "יסודי התורה" ושמחת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.

 

גאר גרויס איז די פרייד אלוועלטליך ביי חסידי סאטמאר אז געלויבט השי"ת נאך 100 יאר הנהגת התורה והרחבת גבולי הקדושה דורך די דריי מאורות הגדולים, און נאכ'ן מיטמאכן אזויפיל שטערונגען מבית ומחוץ פון עלעמענטן וואס האבן געוואלט אונטערברענגען דעם כוח התורה והנהגה במשך די אלע יארן, ציילט זיך היינט צו טאג די מספר התלמידים, דער פך שמן טהור פון תלמידים ותלמידות, קינדער פון אנשי שלומינו וואס ווערן נתחנך אין די סאטמארער מוסדות איבער דער גאנצער וועלט, על פי דרכו הקדושה פון דעם צדיק יסוד עולם, ראש גולת אריאל, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אונטער די הדרכה פון דעם שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, צו דעם אומגלויבליכער ציפער פון צוויי-און-צוואנציג טויזנט נפשות בליעה"ר וכן ירבו.

 

מיט גענוי הונדערט יאר צוריק, בשנת תרע"א האט מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אנגענומען דאס ערשטע רבנות פאסטן אין דעם עיר ואם בישראל אורשיווא והגלילות און געפירט די שטאט ברמה, גדר גדר ועמד בפרץ לחיזוק דת תורתינו הקדושה, און זינט יענעם יאר האט מרן רביה"ק זי"ע באשיינט די וועלט באור תורתו ובהנהגת אלפי ישראל הסרים למשמעתו, און מדריך געווען אלפים ורבבות ישראל מיט זיין הרבצת התורה והנהגות הרבנות אין די שטעט אורשיווא, קראלי און דערנאך אין די עיר הגדולה סאטמאר יצ"ו, ומצודתו פרוסה על כל העולם.

 

מיט גרויס סייעתא דשמיא האט דער גברא דמארי' סייעיה מרן רביה"ק זי"ע באוויזן אויפצושטעלן דאס יהדות החרדית דא אין אמעריקע און איבער דער גאנצער וועלט אויף איר ארגינעלן גלאנץ.ציגעל נאך ציגעל, שורה נאך שורה, און בנין נאך בנין האבן זיך אויפגעבויט און אויסגעברייטערט איבער די וועלט אונטער זיין הייליגער השפעה, זייענדיג דער רבן של כל בני הגולה, דער ריש גלותא און דער מרא דארעא ישראל, ביז עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ריזיגער נעץ פון קהילות און מוסדות התורה אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי אין דער אלטער היים אמאל.

 

לאחר שלקו המאורות ביום כוא"ב תשל"ט ווען רבינו הקדוש איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, האט מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איבערגענומען דעם שבט ההנהגה, און ער האט ממשיך געווען צו מדריך זיין די אלפים ורבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בעוז ותעצומות אויף דעם דרך התורה והאמונה וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און ער האט אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון וואס דער רבי זי"ע האט אונז געלערנט.

 

אויף דעם זעלבן וועג איז היינט צו טאג ממשיך, הוד כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, דער ממלא מקום וממשיך דרכם בקודש פון די סאטמארער אימפעריע איבער דער גאנצער וועלט. תחת דגלו והדרכתו האבן זיך די סאטמארער מוסדות התורה והחינוך צעבליעט און צעוואקסן לשם ולתפארת, און זענען היינט א מוסטער פאר דער גאנצער וועלט. פילע אנדערע מוסדות התורה און קרייזן קוקן ארויף און קאפירן נאך די דאזיגע מבצרי התורה והיראה, וואס ווערט געפירט בגאון ובעוז דורך דער שר צבא ה', כ"ק מרן הגה"ק שליט"א.

 

חדו השתא בהאי שעת"א, שטייענדיג אצינד בשנת תשע"א, גענויע הונדערט יאר זינט עס האט זיך אנגעהויבן די הנהגת הקדושה פון עדת חסידי סאטמאר דורך מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וואס איז נמשך געווארן דורך מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און שטייט אצינד אונטער די הדרכה והשפעה פון בנו הגדול כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, און עס קומט די פריידיגע ידיעה אז דער מספר התלמידים, קינדער פון אנשי שלומינו הנכנעים תחת השפעתו הרמה פון מרן רבינו שליט"א ציילט זיך ב"ה צו דעם אסטראנאמישן ציפער פון "צוויי-און –צוואנציג טויזנט נפשות" בלי עין הרע, וועלכע ווערן אצינדער נתחנך אין די סאטמארער תורה צענטערן איבער דער גאנצער וועלט, איז דאס א געוואלדיגע פרייד און ברענגט ארויס די טיעפסטע געפילן פון הודאה ושבח פאר'ן בוכ"ע אויף דעם פענאמענאלן וואוקס פון ממלכת סאטמאר העולמי.

 

לכבוד דעם היסטארישן אפצייכענונג איז געווארן אויסגעצירט א ספעציעלער גיגאנטישער אויג-פארכאפנדער שילד מיט די פונקטליכע דעטאלן און ציפערן פון אלע סאטמארער תורה צענטערן אין דער גאנצער וועלט תחת הדרכתו פון מרן רבינו שליט"א, און עס וועט ארויפגעשטעלט ווערן אין צענטער פון די טראנספאראנטן און שילדן וואס ווערן אויפגעהאנגען לכבוד דעם גרויסן טאג פון כ"א כסלו אין אלע סאטמארער קווארטאלן איבער דער גאנצער וועלט בשעת עס ווערט געפראוועט די סעודת הודאה. הויפטזעכליך וועט דער שילד פיגורירן אין צענטער פון זאל ביי די צענטראלע מסיבת הודאה אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א.

 

דערווייל וואקסט די שפאנונג ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר צו דעם געהויבענעם טאג, ווען עס וועט ווידער ארויסגעצייגט ווערן דער מעכטיגער כח הקדושה וואס רבינו הק' זי"ע דער בעל הנס האט אויפגעשטעלט, און עס וועט ווידער ווערן איבערגעצייגט ווי זיין הייליגע האראוואניע האט אן המשכה לדורות עולם, און ווערט ווייטער געפירט על פי דרכו הסלולה תחת דגלו ונשיאותו פון מ"מ דער רבי שליט"א.

 

אין די לעצטע פארבליבענע טעג גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות די אלפים ורבבות שלומי אמוני ישראל צום מעמד הגדול והמפואר, דער גרויסער נאכט פון כ"א כסלו, ווען עס וועלן זיך צוזאמענקומען תחת קורת גג אחד צענדליגער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותיהם, זיך צו פרייען און מרקד זיין אתלת אויף די שמחה המשולשת בחצרות סאטמאר און צו פייערן דעם היסטארישן אפצייכענונג פון 100 יאר הרבצת התורה והנהגת הרבנות פון מרנן ורבנן רבותינו הקדושים מרן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע ועכ"י ויבלחט"א מרן כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, און מיט א תפלה צום בוכ"ע בעטן אלע: ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2010 19:13 לינק ישיר 

אין דער המן הרשע בדירנו משה בן פראדל פריעדמאן ימ"ש האט די 22000 קינדעלעך געוואלט פארכאפן אינטער זיינע לאפעס.

יא דער רשע בן רשע בו בנו של בלעם הרשע האט געהאט געוואלידגע פלענער אבער יושב בשמים ישחק ועצת השם הוא תקים.

אין דעס איז נאך אזא גערעסער נס ווי דעם רבינ'ס הצלה בלי שום ספק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2010 01:24 לינק ישיר 

ס'איז אומגלויבליך ווי די גאנצע בלאף פון די זאליס-קאמפיין איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז
אכן נודע הדבר !!! אז אפילו לשיטתם האבן זיי ניטאמאל א העלפט צאל תלמידים ותלמידות איבער די גארער וועלט

דער קונצליכער "טייטלבוים" איז אויסער זיין שיינקייט און פראכקייט ארויסברענגענדיג די פארצווייגטע מוסדות הק' מיט אירע נאנט צו 23.000 תלמידים ותלמידות אנ"ש בליעה"ר, דינט דאס אבער אויך אלס "לולב-בוים" ס' צושאקלט ווי א לולב די גאנצע זאליס בלאפישע קאמפיין מיט זייערע ניטאמאל 11.000 תלמידים ותלמידות.

כ'האב מורא אז אין די קומענדע טעג וועט ווידער זיין א סכנה צו שטיין נעבן די זאליס... ונשמרתם מאד לנפשותיכם.. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 23:40 לינק ישיר 

פארגעסן

היכל התורה
מבצר התורה
באר התורה
קרן התורה
די מאנסי ישיבה קטנה
ישיבה גדולה אין קרית יואל

אבער ביי די זאליס איז אריינגערעכנט אין זייערע נומערס אלע ישיבה קטנהלעך און אויך קווינס קאלעדזש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 23:19 לינק ישיר 

די זענען די זאלי נאמבערס איבער די וועלט זיי קומען אויס אויס צי בערך א דריטל פין די אהרונים די גרויסע זאלי באלון פין ביליאנען קינדער האט געקראכט די גרויסע בוים הענגט פאטירכאליש אינעם גרויסן זאל ביים פאלסקי מאנעפיסטאציע 
 
די זענען די זאלי'ס נובערס איבער די וועלט

אין ווילמסבורג 7500
קרית יואל 1500
בארא פארק 500
מאנסי 50
מאנטריאל 250
לאנדאן 500
מאנטשעטער 100
ירושלים 750
בני ברק 0

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אהרונים צוויי דריטל זאליס איין דריטל פין סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext