מענטשן האבן נאך אלץ נישט די ווערטער מ'איז נאך נישט ארויס פון שאק וואס דא איז פארגעקומען, ס'וועט נעמן א לאנגע צייט ביז מ'וועט באגרייפן, וואס דא איז געשען
א קרעטשמע פון איבער 50 שיכורים, בעלי זרוע, וואס קיין תורה שטייט זיי נישט אין וועג, און יעדער מיטל איז פאר זיי אפן צו כשר'ן זייער ציל, און האבן געטון אלע מיטלען נישט כשרע ווי כשרע אנצוהאלטן זייער גניבה.
מי יגלה עפר מעיניך רבינו הק', דער געטרייער ציר נאמן לשולחיו האט אויסגעפירט זיין שליחות און געטון וואס מען ברויך מיט אזעלכע כאפטע גנבים און ליצנים קאקאש קעיק פרעסער
בעוה"ר האט דער שטן נישט סובל געווען אזא מקום קדוש ומוקדש לתורה ועבודה וגמ"ח וואס דאס הויז איז געווען ביז תש"מ, און געשיקט זיינע שלוחים און ליידער מעשה שטן הצליחו, זיי האבן געטריי אויסגעפירט זיין שליחות - צו די גרויסע פרייד פון די קליפה – ולדאבון לב פון ערליכע אידן בכל מקום שהם, אז דרייסיג יאר איז דאס געווען א מקום שמשם יוצא חורבן לכל דבר שבקדושה
אויסער זייער בלינדע שנאה מיט נקמה איז א חידוש וואס זיי האבן דא געוואלט, ס'איז געווען שטיל, שוין באלד צען יאר וואס הכל על מקומו, מען קוקט ניטאמאל אויף דיין זייט, וואס רייצטו אויף דעם בער פון וואלד, יענער זוכט נישט יעצט קיין פרישע קאפ וויי
אבער האסט געזוכט צרות, האסטו באקומען מיט ביידע הענט, ווייל איינמאל זיי זענען געגאנגען בערכאות האבן זיי אנגעהויבן צו גיין מיטן פיטום אראפ, און יעצט וועלן זיי מוזן טון די געוואלדיגע אומדערהערטע עולה צו גיין צו דין תורה, ר"ל עפ"ל, א זאך וואס די רבי ז"ל האט קיינמאל נישט געטון.
דאס גערעדאכטס אז מען טאר נישט גיין צו די תורה ווייל אין נזקקין וכו' וכו' אלע פטפוטי הבל, איז גוט צו טרייסן די אייגענע קעלבעלעך וואס הייבן אויגן און פרעגן, אויב ביסטו גערעכט גיי צו דין תורה ווי א נארמאלע מענטש, און אויב שטעלסטו קלאר אז דו גייסט נישט צו דין תורה וועט דאס פוסטעווען און וויסטן אבער א מערות פריצים וועט דאס אי"ה מער קיינמאל נישט זיין!