בית פורומים כל העולם כולו

שחיטה מונחת: איז נישט כל המשנה ידו על התחתונה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2010 23:40 לינק ישיר 
שחיטה מונחת: איז נישט כל המשנה ידו על התחתונה?

איך ברענג אהער וואס איך האב געשריבן אין אנדערן פארום כדי שלא תלקה בחסר

 

איינער פרעגט דארט אן:

 

כיודע אז אין יעדע שטאט ווי רביה''ק מ'סאטמאר איז געווארען רב איז די ערשטע זאך וואס ער געטון איז געווען צו מאכען שטארקע השגחות און תקינום אויף די פלייש געשעפטען און אויך אז די מקוואת זאלן זיין מיט אלע הידירים וואס איז שייך און ווען רביה''ק איז געקומען קיין אמעריקע און ער אויפגעשטעלט זיין קהילה האט ער זיך אליין אפגעגעבן מיט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חימרות ווייטער די שחיטה האט ער נישט געמאכט אן אייגענע שלאכט הויז נאר ער האט גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי ער פלעגט נישט אליין אראפגיין נאר ער ער האט זיך פארלאזט אויף די משגיחים פון מיל מארט(נירברטער רב סוגיט'ער רב) און אין די קהילת פלייש געשעפט איז נאר געווען מניקור ואילך און אויף דעם האט  געשריבן בכי''ק ''יאכלו ענוים וישבעו'' (דאס איז געווען און געזינטע יארן און זאגען אז רעב זריעל האט עם פארדרייט די קאפ אין לך טיפשות גדול מזה)  וואס איז היינט געווארען אנדערשט אז מ'דארף יעדן טאג זוכען נייע שחיטות און חימרות איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?

 

 

ואני משיב:

האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן

רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל

פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות

איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים.

ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן

רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן

רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה.

אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש.

אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג.

א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש.

למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות.

 

יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו.

 

*

יעצט א שאלה צו די זייט

אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה?

והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך

אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה?

 

 

דער עולם איז געלאדנט צוצולייגן וואס יעדער פאר זיך האלט

[פארראכטן אויף פארלאנג פון שרייבער]



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/11/2010 23:41:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 03:08 לינק ישיר 

ר' אוטספאקען/מיעל מארט

איך פארשטיי אז דו ווילסט יעצט רעדן פון אלעם אין דער וועלט אויסער די נארישקייט מיט וואס דו האסט אנגעהויבן דעם אשכול. כ'וויל נאר זיכער מאכן אז קיינער פארקריכט נישט מיט מיט דיר, פשוט כדי די היסטאריע זאל נישט פארטושט ווערן.

דער רבי זי"ע האט 'נישט' איינגעפירט שחיטה וואס איז נישט מונחת (אינטערעסאנט אז ס'האט נאכנישט באקומען עפעס א נאמען, פונקט ווי ביי די מאדערנע 'חלב סתם'), ס'איז פשוט נישט געווען מעגליך עס דורכצופירן בימים ההם. און היינט צו טאג ווען דער ציבור איז געוואקסן און דער מציאות האט זיך געטוישט איז ב"ה מעגליך געווארן צו מחזיר זיין עטרה ליושנה, ותיתי לי' פאר'ן מנהיג הדור כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וועלכער איז געווען דער נחשון עס דורכצופירן אויף א ציבור'ישן פארנעם אין סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 16:38 לינק ישיר 

ר' אוטספאקען

דו שרייבסט אביסל צו צומישט, איך בין נישט קלאר וואס דו ברענגסט ארויס מיט דיין צווייטע העלפט תגובה

לאמיר דיר אבער ענטפערן קורץ אויף דעם חלק וואס איך האב יא פארשטאנען בהשקפה ראשונה

 

ווען ס'איז געווען א מערכה דא אין וויליאמסבורג אין די נ' יארן וועגן פלעסטיק אויף די שטריימל, איז געווען צדדים לכאן ולכאן, און יענץ קענסטו אפשר מדמה זיין אביסל צו קליווער גט למשל (נישט ממש ווייל ס'האט נישט געהאט מיט א מענטש פערזענליך אבער בערך)

אבער ווען א רב טוט א זאך, נישט לקולא, נאר גאר לחומרא, און ס'קומט א צווייטער, און נישט ער קומט ארויס מיט א תשובה אדער בירור להלכה אז דאס איז נישט גוט, נאר ער שטעלט זיך מיט צוויי גרויסע אויגן און זוכט צו כאפן יענעם ביי א גרייז וויפיל מאל ער קען (אין די צייט וואס די הנוהגים לקולא זענען גארנישט בעסער אפשר גאר ערגער) דאן קומט די מחלוקה מחמת טמטום הלב

פארשטאנען?

 

למען כבוד שוכני עפר פרוביר דיר נישט אריינצולייגן אין די היסטאריע אין קראלי אין מונקאטש, ווייל דאן וועסטו געוואר ווערן אז אפילו ווען אלע לה"ר קעגן רבינו שליט"א זאל זיין אמת קומט עס נאך נישט צו לקרסוליהם וואס מען האט דאן געטון, אביסל האב איך געהערט פון עזריאל גליק א יליד קראלי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 16:15 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

ר' אוטספאקען, כ'וועל מיר מוזן אנטשולדיגן פאר דיר ברבים.

איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און איין תגובה קוקט אויס אהער און איין תגובה קוקט אויס אהין, נישט קיין גרויסע נפק"מ, אבער לשבחך יאמר אז דיינע תגובות ווערן געשריבן צו די זאך, ווי א באזעסענער מענטש, וואס ווערט נישט אנגעהיצט פון יעדן שקר וואס ער הערט.

און מיין אויסברוך וואס איך האב פריער געשריבן, האב איך כלל נישט געמיינט דיר, ס'איז סך הכל געווען אויף די פאר יונגע (בלי ספק זענען זיי נאך בחורים) שרייבערס, וואס שרייבן מכל העולה על רוחם, ובפרט די לעצטע פאראגראף האב איך געקאפיט פון א אנדערע אשכול וואס איך האב געשריבן.

און איך זאג יעצט בתור הקדמה כללית אויב וועט נאך אויסקומען זיך צו טענה'ן אין דעם אשכול, ווען איך אטאקיר באופן כללי דעם צד וואס שרייען כל המשנה, מיין איך די וואס 'שרייען' כל המשנה, און נישט די וואס פרעגן, מען מעג פרעגן, מען מעג פרובירן אויסשמועסן בדרך שאלה ותשובה. און בדרך כלל מיין איך נישט דיר, ס'האט מיר פשוט וויי געטון ווי די אנדערע האבן געשריבן אין אנדערן פארום, און אנגעווייטאגטערהייט בין איך אריינגעקומען אין דעם פארום



הרב וואלןסח שליט''א
                                                                                                                                                  

איך וועל דיר זאגן וואס איך בין(און פאר אנדערע וואס פרעגן אין אישי צו איך באקום באצאלט פון מיל מארט) איך בין א תלמוד פון קרית יואל ישיבה אבער גיהערט נישט צו חסידי מהר''א פשוט ווייל איך האב נישט ליב וויאזוי ער רעדט, און וויאזוי ער האנדלט אזא זאך וואס איז אנטקעגעו זיין אינטערעסע. אבער מיין געוויסען ארבעט נישט, אז וואס ער זאגט און טיט דארף זיין פארקערט.

וואס איך בין יא איז איינער וואס האט ליב היסטארי, בפרט וואס האט א שייכת מיטן מנהג הדור סאטמאר'ע רבי ז''ל, (אויך א שטארקע ליינער פון אידישע וועלט.קאם און צוליינען מושיען של ישראל שיינע זיסע נייע מעשה'לעך בין איך שוין אויסגעוואסן),  און אזוי ווי יעצט קאכט זיך וועגן פלייש האב איך געזעען א גוטע געלענגענהייט אויסצושמיסען די מציאת הדברים,(וואס אז די פרעגסט ארום אין בית המדרש וואס מיינט בדיקת פנים און בערך ווי לאנג ס'נעמט וועט מען אפילו נישט וויסען וואס מ'וויל. שוחטי עופות וואס שלאפן אינדערהיים... ווייסן אויך גארנישט, און די שוחטי בהמות ומשגחים האבן זיך אויסגעלערנט פון די קוען נישט צו רעדן..) און ווי אזוי א מנהיג הדור קוקט דאס אן, און וואס ער איז גרייט אדער נישט גרייט צו טיען,עס איז דא א ווארט ''אלעס קען מען אין אמעריקא האבן פאר א פרייז'' אבער א מנהיג דארף אפמאכען צו עס לוינט זיך די פרייז.

איך וועל געבן א משל יעדער ווייסט אז די סאטמארע רב האט שטארק געהאלטן פון ווייסע זאקן, ער פלעגט זאגען (ביחודות)ווי חשוב ס'איז און ס'ברענט קדושה, און ער האט שטארק הנאה ווען ער האט געזען אז א יונגערמאן האט דאס אנגעטון, יעצט אז מ'קוקט זעט מען אז רוב סאטמארע גייען נישט מיט ווייסע זאקן, קען מען דען זאגען ווייל ער האט דאס נישט געקענט פוילען ביים ציבור נאך די מלחמה, דאן פארוואס האט באבוב און ווישניץ יא געקענט נאר די תירוץ איז אז ער איז געווען די מנהיג הדור האט ער זיך געשטעלט אוף יסודות הדת האט שוין באבוב און ווישניץ זיך געקענט שטעלען אויף ווייסע זאקן.

ווען איך האב גאזאגט א סברה להלכה וואס איך האב געהערט פון שוחטים, האב איך צוגעלייגט אז ''מיין מיינונג איז קיין מיינונג'', ווייל איך בין נישט קיין רב אדער דיין, און כ'האב עס נישט אנצולייגען באילן גדול וואס הייסט ''פארטיי''. 

אזוי ווי דיין רבי איז א איש המעש וועט עטס הערן קרטיק, דארפסט עטס עס קענען אראפשלינגן, און לערנען תכסיסי מלחמתה של תורה וסברה. 

און די היסטאריע ווען עס איז געווען א מחלוקת, ווי למשל די קליווער גט וכדומה, איז נאך ווען די שטויב האט זיך געלייגט האט מען זיך געטראפן מיט נאך א האלבע ספרים שאנק, אבער היינט אז מ'זאגט אנדערשט פון ''רבינו''  האט מען שוין טומטום הלב

(איך האלט יעצט אינמיטן מאכן ריסורטש וועגן נעלאגען בכלל, און וועגן ר'אביש קראלער בפרט, צו איז זיין קהלה געווען נעלאגען, די סברה לכאן וסברא לכאן, און פונקטליך וואס די רבי ז''ל האט געהאלטן, און מיט וואס איז עס אנדערשט ווי די ספרדישע קהילה אין סיגוט, און אויך ווי איז די מונקאטשער רב ז''ל און פארוואס. ווער עס ווייסט זאל שרייבן און איך וועל אי''ה העלפן. אויך ווער עס ווייסט וואס איז פארגעגאנגען מיט די עירוב אין שטאט סאטמאר זאל שרייבען )

יעצט איין ווארט פאר די זלונים, די באן פארט און יעדער כאפט, סיי חסידישע און סיי טשופיקעס,  אז מ'וועט בלייבן שלאפן וועט מען האבן די שוואכסטע.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 15:20 לינק ישיר 

צבי הירש

צום צווייטן מאל [דערווייל].

דער רבי האט נישט געזאגט עפ"ל קעגן קאשויער פאר'ן האקן אויף די פלייש. ער האט עס געזאגט פאר'ן זאגן אז מ'האט 30 יאר געגעסן נבילות וטריפות אונטער'ן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, אקוראט די זעלבע זאך וואס דו באשולדיגסט יעצט - פאלש - דעם היינטיגן רבי'ן אין טון [און ס'איז בלי שום ספק אז אויב די מעשה איז ווען מיט 2 אנדערע אידן, נישט קאשויער רב און כ"ק רבינו שליט"א, וואלטן ווען אלע בני יואל ארויפגעשפרינגען אויפ'ן הייליגן קאשויער און אים צומאלן פאר'ן זיך אויסדריקן אזוי קעגן רבי'ן זי"ע. עפרא לפומי' וואלט געווען א טיטל פאר וואס יענער וואלט געכאפט, פיזיש און גייסטיג!]. 

ווייטער די איבריגע זאכן איז נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן. ס'איז א דבר ידוע אז דער קרית יואל'ער רב האט יארן לאנג נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אפילו אויב ער האט זיך נישט געטרויעט ארויסצוגיין קעגן די פראבלעמען פון דאן. [און אגב וואלט מען דא געקענט מאכן א לאנגן ארטיקל איבער די חילוק פון א מנהיג ישראל צו א פראבלעמען זוכער, כמשל הידוע פון די קאץ מיט די באלעבאסטע. דער קאשויער רב האט נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו פאררעכטן דעם פראבלעם, משא"כ רבינו שליט"א האט עס געשטעלט אלס הויפט אגענדע אין די רגע וואס ער האט באקומען די מעגליכקייט דערצו, והדברים עתיקים].

און צום צווייטן מאל, אויך הידורים וואס צבי הירש האט נישט איינגעפירט קענען אנגערופן ווערן מהודרת, אפילו אויב ס'איז נישט א מיליאן פראצענט מהודר ווי ס'וועט זיין אין משיח'ס צייטן.

וואלן סח

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער איך ווייס נישט פארוואס דו טענה'סט זיך אפילו מיט דעם שוטה.

דער רבי זי"ע האט 'איינגעפירט' נישט שחיטה מונחת? 'מה עמקו מחשבותיו'? דו ביזט פון זינען אראפ?!

ס'איז יענע יארן פשוט נישט געווען במציאות צו מאכן קיין שחיטה מונחת. דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע, ער האט געטראפן דא א פארטיגע שחיטה סיסטעם, און אין יענע יארן האט מען געמוזט קעמפן אויף יעדן ריר נאר דורכצופירן פשוט'ע שינויים אז ס'זאל זיין כשר. ווער האט דאן געקענט אפילו טראכטן פון הידורים?!

איז דען א הוא אמינא איין רגע אז ווען רביה"ק זי"ע וואלט עס נישט געקענט איינפירן וואלט ער עס נישט געמאכט?!

[א קלוגער איד האט מיר אמאל געזאגט אז נאך א מזל אז דער רבי זי"ע האט אין די לעצטע געזונטע יארן זיך גענומען ארבעטן אז דער עולם זאל אנטון שפיצלעך. ווען נישט דעם וואלט שלמה יענקל מיט צבי הירש וכו' היינט פארפירט אז ווער עס טוט אן א שפיצל איז 'משנה ממנהג אבותינו', און מ'וואלט געהאט גלייך גאנצע פירושים און הסברים פארוואס אין אמעריקע איז א מצוה צו גיין אין א שייטל. ע"ע ליובאוויטש.

ווען מ'זעט וויאזוי די אידן היינט רעדן וועגן שחיטה און מצות און אנדערע מצוות זעט מען אז דאס איז גארנישט אזוי ווייט פון אמת. וכדי בזיון וקצף!]

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 04:49 לינק ישיר 

ר' אוטספאקען, כ'וועל מיר מוזן אנטשולדיגן פאר דיר ברבים.

איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און איין תגובה קוקט אויס אהער און איין תגובה קוקט אויס אהין, נישט קיין גרויסע נפק"מ, אבער לשבחך יאמר אז דיינע תגובות ווערן געשריבן צו די זאך, ווי א באזעסענער מענטש, וואס ווערט נישט אנגעהיצט פון יעדן שקר וואס ער הערט.

און מיין אויסברוך וואס איך האב פריער געשריבן, האב איך כלל נישט געמיינט דיר, ס'איז סך הכל געווען אויף די פאר יונגע (בלי ספק זענען זיי נאך בחורים) שרייבערס, וואס שרייבן מכל העולה על רוחם, ובפרט די לעצטע פאראגראף האב איך געקאפיט פון א אנדערע אשכול וואס איך האב געשריבן.

און איך זאג יעצט בתור הקדמה כללית אויב וועט נאך אויסקומען זיך צו טענה'ן אין דעם אשכול, ווען איך אטאקיר באופן כללי דעם צד וואס שרייען כל המשנה, מיין איך די וואס 'שרייען' כל המשנה, און נישט די וואס פרעגן, מען מעג פרעגן, מען מעג פרובירן אויסשמועסן בדרך שאלה ותשובה. און בדרך כלל מיין איך נישט דיר, ס'האט מיר פשוט וויי געטון ווי די אנדערע האבן געשריבן אין אנדערן פארום, און אנגעווייטאגטערהייט בין איך אריינגעקומען אין דעם פארום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:45 לינק ישיר 

הרב וואלןסח שליט''א

נצחת בני נצחת אז נאכן דיר שרייבן פאקטן נאכן מאכן צענדליגער קאלס צו שוחטים ומשגחים (און דיר שיקן מ''מ פון אלע פוסקים אין אישי) איז די תירוץ אז דיין רבי איז א צדיק און איך(נישט פערזענדליך) כלשונך

פון די צווייטע זייט קומען א פאר הערינג פרעסער, מקוה פיס קראצער, און שרייען כל המשנה וכו'

ס'האט דיר איינער געפרעגט?

די ווייסט פון וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך, דו ווייסט אין וועלכן חלק מען רעדט פון שחיטה?

וואס קענט עטץ?

איין זאך האט עטץ געקענט! צאפן בלוט פון יעדן וואס איז געקומען אל הקודש פנימה צום רבין ז"ל! יעדע עבירה איז ביי ענק געווען א לכתחלה, און דא פלוצלינג ווערט איר די וועלט פארזארגער, די מורי הוראות שבדור! שעמאניו

 

יעצט האב איך נאר איין וועג דיר צו ענפערן אז דיין רבי איז נישט קיין צדיק איי עם סארי, עס קוקט אויס אז די ביסט נישט מיין עיטזש.

 

נאר איין קלייניקייט אויב האב איך אן הוראה צעטעלע פון דיין רבי מעג איך יא פרעגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 02:52 לינק ישיר 

צבי הירש, אויב איך האב דיר באליידיגט בין איך דיר מפייס...

יעצט א קורצן ענטפער, אונטער א באהאלטענער ניק קענסטו שרייבן אז דו ביסט העכער די פופציג און א פערזענליכער ידיד פון בני סיגעט, און געגעסן פלייש נאר וואס דו האסט געזען דעם שוחט וכו' וכו', קיינער קען דיר נישט איבערצייגן פארקערט, און אויב דיינע ווערטער זענען ליגנט איז עס אויך נישט דער גרעסטער ליגנט דא אויפן פארק, און דאס אלעס איז נישט מאסגעבנד ווי לאנג עס רעדט בן בלי שם.

איך קען דיר פונקט אזוי אראפלייגן אז איך בין מיטגעגאנגען מיטן רבין ז"ל צו די שחיטה תשי"ט אין מיעל מארט און די רבי האט געוויינט און פארפירט פארוואס מען מאכט נישט שחיטה מונחת (כ'מיין איך דארף נאר נעמען אביסל שימוש פון עזריאל גליק)

למעשה, לאז מיר רעדן צום פוינט און פאקטן

פאקט נומער 1) פון ווען עס איז געווען די קרית יואל'ע שחיטה פלייש (אויפן אופן ווי איך האב דערמאנט אויבן) האט מען נאר די פלייש גענוצט בבית רבינו

פאקט נומער 2) פון ווען ס'איז געווען די שערוריה מיט יחזקאל גליק האט דער רבי נישט אנגערירט קיין בשר בהמה, נאכמער, ביי די שבע ברכות פון נכדי הברך משה פלעגט מען אים צושטעלן א באזונדער טעלער טשאלנט. ער האט נישט געזאגט ס'איז טריפה, ובפרט נישט בו בזמן ווען זיין טאטע האט עס געגעסן, אבער ער האט געזאגט אז ער קען נישט נעמען אזא פלייש אין מויל, וואס ער ווייסט אז די שוחטים דערפון קענען זאגן ליגנט.

(אין א זייטיגע נאטיץ, איך וויל נישט דא פארפארן, אבער אויב כדבריך אז דו קענסט גוט דעם רבין וועסטו פארשטיין וואס דאס איז אזוי הארב ביי אים, און נישט אומזיסט האט דער ברך משה מעיד געווען אויף אים אז ער וועט נישט משנה זיין בדיבורו פאר כל חללי דעלמא, יא יא, אט דער סטעיטמענט וואס דער הייליגער דברי חיים האט געשריבן אויפן שינאווער רב, האט דער ברך משה געזאגט אויפן רבין, יעצט דער ברך משה איז דאך טריפה ביי ענק, לאמיר נעמען איינעם פון ענקערע גדולים, אין די אנהייב ל' יארן ווען רבינו שליט"א איז געווארן א מורה הוראה ביי התאחדות הרבנים און מען האט פארגעהאלטן ריח"מ פר"מ ביי וועם די רבי האט גענומען שימוש היתכן מען לאזט צו אזא יונגע מורה הוראה, האט ריח"מ געזאגט, איין זאך קען איך אייך זאגן, אויב וועט ער עפעס נישט וויסן וועט ער זיך נישט שעמען צו זאגן אז ער ווייסט נישט, און ברבים האט ריח"מ געזאגט ביי די הכתרה, ער האט שוקד געווען על דלתות התורה, געלערנט בהתמדה, ער האט געזיכט נאכצוגיין דעם אמת... ער איז א בן פון קדושי עליונים, וואס האבן שוין מער ווי צוויי הונדערט יאר באלויכטן דעם כלל ישראל ... ס'איז געווען האמת נר לרגלם, זיי האבן בלויז געזיכט דעם אמת, ממילא די מדות גייען איבער צו די קינדער.. און האמת וועט זיין נר לרגלו אזוי ווי זיינע אבות הקדושים, אזוי ווי ער האט מקבל געווען").

פאקט נומער 3) ס'איז שוין אויבן דערמאנט געווארן אז דער רבי שליט"א האט נישט אטאקירט דעם קאשויער רב בזמן המערכה פון די פלייש, ביי די חלב פּרשׁה איז ער בּכלל נישׁט געווען פארמישׁט, און אפילו אויבּ ער האט געהאלטן אז עס איז א פּראבּלעם מיט די חלב ( דאן איז געווען א מדובּר נאר וועגן די חלק האחוריים צו מען דארף עס מנקר זיין צו נישׁט, עס בּכּלל נישׁט געווען א מדובּר וועגין כּשׁרות הבּשׁר בכלליות) האט ער נישׁט געקענט זאגן גארנישׁט מפּני כּבודו שׁל אביו.

יארן שׁפּעטער בּיי די סקול דיסטריקט פּרשׁה האט ער נאכגעזאגט בּשׁם זיין טאט׳ן אז קאשׁויער רב האט געזאגט אז 30 יאר האט מען געגעסן טריפות, אויף דעם האט ער געזאגט עפ״ל, דאס איז די קלארע מציאות הדברים

ואגב, האט רבינו שליט"א אים 3 מאל איבערגעבעטן, איינמאל מיט א בריוו 2 וואכן נאך די דרשה, דאס צווייטע מאל האט ער געשיקט ר' אברהם יקותיאל יערמיאש פון ב"פ אין שנת תש"ס, און א דריטע מאל האט ער זיך אויפגעשטעלט ברבים לאחר פטירתו און אים מפייס געווען בפני כל עם ועדה, און דאס מיינט א איש האמת, ער האט דעמאלטס אין תשס"ה פאר קיינעם נישט געדארפט געפעלן.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 01:41 לינק ישיר 

א קורצע ענטפער פאר די אלע וואס האבן מיר געשריבן זייערע מיינונגען.

איך בין א פערזענליכער ידיד און אסאך אריינגעקומען און שטוב פון אלע בני סיגעט, אנגעהויבן פון בעל בירך משה ז"ל ווען ער האט נאך געהייסן סיגעטער רב און ווילאמסבורג, דערנאך אין בארא פארק. אויך ווען ער איז געווארן סאטמערער רב און געמופט צוריק קיין ווילאמסבורג.

סיי דער סיגעטער רב בזמנו, סיי ווען ער איז געווארן דער סאטמערער רב. סיי זיינע קינדער האבן אלע געגעסן ביז תשמ"א סיי עופות פון מיעל מארט, סיי בהמה פלייש פון מיעל מארט. נאכדעם האבן סיי באקומען "נישט געקויפט" עופות און בהמה פלייש פון סאטמאר אויף 82 לי עוועניו.
עטליכע יאהר נאכדעם וואס בנו הגדול הר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל האט ער אנגעהויבן קויפן עופות און פלייש פון די קרית יואל בוטשער. איך בין פערזענליך געוועהן מערערע מאהל אין שטוב ווען מ'האט געברענגט זיין ארדער פון בוטשער און מ'האט נישט געקויפט די עופות פון די שחיטה מהודרת וואס איז געוועהן אין קליינעם פארמאט אין די שאפינג צענטער ביי ר' ליפא קאהן. אויך האט מען אין זיינע כלים יא געקאכט בהמה פלייש בשר בקר פון די מיעל מארט שחיטה תלוי'. איך האב נישט בודק געוועהן זיין פלייש טעלער צו ער עסט די סטעיק, אבער אין טאפ איז דאס געוועהן געקאכט.

איך האב נישט גשריבן אז יעדער מוז גיין קוקן אויפן שוחט ווי ער שחט, נאר אזא פלאץ ווי חיעדער קען גיין זעהן צו דער גוי וואס העלפט דעם שוחט ביים שחט'ן איז גענוג זהיר נישט צו יאגן דעם שוחט, ווי למשל די אלע קלענערע שחיטות אמאל. דאס הייסט שחיטה מהודרת. אין ווי מ'יאגט די שוחטים צו שחט'ן טויזענטער עופות כנוסח אמעריקא. דאס קען מען רופן שחיטה כהלכה כמנהג אמעריקא, אבער נישט "מהודרת"   

ווייטער אויב וועט קרית יואל'ער רבי זיך אויסדריקן אויפן דיןן הרב לייכטאג מיט מיאוסע באליידיגונג ווערטער ווייל ער האט געזאגט אז דער ציבור עסט שוין יאהרן לאנג שאלה'דיגע פלייש. וועט מען אפשר קענען פארענפערן אז דער רבי איז העכער פון דעם דיין. כאטש ער טוט בארעדן טויזענטער אידן פון די אלע לעצטע יאהרן. אבער ווען ער איז נאך געוועהן א אינגער רב בשנות תשמ"ה - תשמ"ט און קאשויער רב ז"ל מיט אלע זיינע קריטיק אויף בהמה פלייש האט געברענגט א געוואלדיגן תיקון בעניני החלב, נישט דוקא אין סאטמער ווי ר' יושע ג"ב ע"ה מיט ר' לייבעלע גליק ע"ה זענען געוועהן מנקרים נאך פון רביה"ק. נאר און צענדליגער אנדערע היימישע בוטשערס ווי די מנקרים זענען געוועהן גרויסע עמי הארצים. אין אפילו אין געוויסע פלעצער ווי סאטמערע אידן האבן געקויפט און די שחיטה פאר זיך איז יא געוועהן זעהר פיין, נאר דער מנקר ארבעטמדיג אין בוטשער סטאר האט נישט געטון די ארבעט בשלימות און נאך די שערורי' פון קאשויער רב ז"ל האט מען געטוהן געוואלדיגע תיקונים אין כמעט אלע היימישע בוטשערס. 

אויף אזא איד האט זיך דער קרית יואל'ער רב זייענדיג אינגער פון 50 יאהר און ארויס שטעלן מיט אזעלכע מיאוסע ווערטער, דאס דארף א ערענסטע שאלה צו ער מיינט כבוד שמים באמת, צו אביסעלע מיינט ער כבוד עצמו. וכבודו במקומו.
איידער ער שטעלט זיך אויף במחילת כבודו, צו בארעדן אלע פריערדיגע דור ובתוכם די תקופה פון זיין טאטן און אנדערע בעלי מכשירים אויף פלייש, זאל ער קודם אויסשרייען די ווערטער וואס שטייט די ואכעדיגע סדרה, אבל אשמים אנחנו על אחינו ..... מיר דארפן זיך מתודה זיין און איבער בעטן ברבים דעם חשוב'ן קאשויער רב וואס האט קריטיקירט דאס פלייש און איך האב עהם מבזה געוועהן ברבים, יעצט האב איך חרטה, ווייל איך זעה טאקע איין אז די בהמה פלייש דארף א גרויסן תיקון.

עד כאן. איך וועל מער נישט ענטפערן פאר די אינגע שרייבער וואס ווייסן נישט קיין אמת'דיגע פאקטן פון די לעצטע 50 יאהר.נאר שרייבן סתם לקנטר ולא לשם כשרות.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 01:37 לינק ישיר 

אוי וויי

האסט מיר נישט גוט פארשטאנען

יעדע קהלה זאל הייסן זיינע מענטשן קויפן זיין פלייש

מיין תגובה איז געווען, אז ס'קען נישט זיין אז די רבי האט איינגעפירט א בדיעבד'יגע זאך, שענער געזאגט, א זאך וואס איז א דרגא אראפ ווי אינדערהיים, און געזאגט פאר זיין קהלה קויף נאר דאס!

נאר וואס, ער האט איינגעפירט וואס מען האט דעמאלט געקענט, און וואס ס'איז געווען מעגליך (לפי ראות עיני המורה בימים ההם), און אויב קען מען שענער און בעסער, איז כל המרבה הרי זה משובח

 

און איך האב שוין דאס ערווענט אויבן, רבינו שליט"א רעדט נישט צו יעדן, ער רעדט ס"ה צו זיין קהלה, און ער בעט זיי, עטץ זענטס חסידישע אידן, עטץ צאלט פאר א אתרוג עטליכע הונדערט דאלאר, עטץ האט אנדערע הונדערטער חומרות, דא האט עטץ א חומרא וואס אן די חומרא קען זיך עס אמאל גרעניצן מיט נבילה וטריפה (נישט במזיד חלילה, נאר בשוגג, אבער טמטום הלב איז דא אפילו בשוגג)

 

ווילסט זען א סעמפל פון טמטום הלב לכל דבר שבקדושה, געב א קוק אן די אנגעפרעסענע בני יואל/זאלונים מיט זייער הייליגע מיעל מארט פלייש, יעדע אידישקייט זאך קען מען מאכן ליצנות, אויב איז עס געזאגט געווארן דורך רבינו שליט"א איז עס א גאנצע ליצנות ביי זיי, כאפ א בליק אין זייער פארום ווי אזוי מען מאכט א צימעס פון יעדע דבר שבקדושה, ווען איך זאל האבן אין מיר דעם כח הליצנות פון זיי, וואלט איך שוין אראפגעשטעלט דא עטליכע אשכולות ווי אזוי די מענטשן וואלטן געשריבן אין די כ' יארן נאך יעדע שובבים תורה פון רבין ז"ל.

 

אין די פאלגנדע ווערטער מיין איך נישט דיר פערזענליך חלילה

פון איין זייט שטייט א רבן של ישראל א גדול בתורה, מנעוריו איז ער געווען מאוכלי שולחנו פון רבין ז"ל יעדן שבת צופרי, ביי די אכט יאר האט אים שוין די רבי געגעבן הוראות ווי אזוי זיך צו פירן (גלעזער שבת), דער ליעזשער רב פון לאנדאן וואס האט זיך אסאך געדרייט ביים רבין (ער פלעגט שרייבן די סוגיות נאך פארן שאפראנער) דערציילט ווי ער פלעגט קוקן מיט קנאה, אז אין צייטן וואס קיינער האט נישט געטארט זיין אין שטוב זענען דעם סיגעטערס רב קינדער אריין און ארויס ווי אייגענע קינדער (דא רעדט מען אין די י' יארן, מיינענדיג רבינו שליט"א און זיין שוועסטער ע"ה)

בקיצור, דער רבי וואס איז געזעסן ביי אלע סוגיא שיעורים, ועוד ועוד, און נאך אזויפיל מקבל געווען פון רבין ז"ל ווי שלמה יענקל געלבמאן (וואס געדענקט קוים דעם רבין פון די געזונטע יארן), און אליין נסמך געווארן להוראה דורך גדולי תורה פון פריערדיגן דור, ווי דער שאפראנער רב ז"ל דער קאפישער רב ז"ל, א רב בישראל וואס האט געפסק'נט אבהע"ז שאלות פאר דרייסיג יאר צוריק (ר"מ פיינשטיין דערמאנט אים אין איינע פון די תשובות), א תופס ישיבה עטליכע און דרייסיג יאר, א רב פון א שטאט קרוב צו דרייסיג יאר.

ער באשליסט אז ס'איז וויכטיג צו מאכן שחיטה מונחת, און דאס איז דער הידור פון כשרות

פון די צווייטע זייט קומען א פאר הערינג פרעסער, מקוה פיס קראצער, און שרייען כל המשנה וכו'

ס'האט דיר איינער געפרעגט?

די ווייסט פון וועלכע זייט מען עפנט א שולחן ערוך, דו ווייסט אין וועלכן חלק מען רעדט פון שחיטה?

וואס קענט עטץ?

איין זאך האט עטץ געקענט! צאפן בלוט פון יעדן וואס איז געקומען אל הקודש פנימה צום רבין ז"ל! יעדע עבירה איז ביי ענק געווען א לכתחלה, און דא פלוצלינג ווערט איר די וועלט פארזארגער, די מורי הוראות שבדור! שעמאניו

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 23:21 לינק ישיר 

הרב וואלןסח שליט''א

איך געב אייך רעכט וועגן שליט''א און חסידות,  אבער מיט פלייש גייט מען אוועק פון ענין, איך האב פשוט מסבר געווען אין די תגובה פארוואס עס קען זיין א פראבלעם מיט שחיטה מונחת און פארוואס די רבנים האבן עס נישט איינגעפירט דא אין אמעריקע. (און צווי מאל האב איך געקאמפלימענט דיין רבי)אויך האב איך אויסגעשמוסט 'שחיטה מהודרת'.

 יעצט פרעגסטו סתם א גוטע קשיא ווי אזוי קען א קהילה זאגן אז מ'דארף קויפן מיין פלייש ווען ס'דא מער מהודרדיג'ע פלייש, ענטפער טאקע די ווי אזוי קען דיין קהילה זאגן אז מ'דארף קויפן מיין פלייש ווען ס'דא מער מהודרדיג'ע פלייש אזוי ווי קאהנ'ס בוטשער אדער בהמות פון מאנסי גלאט וואס שחטן לאקאל מיט מיט אלע חומרות?    

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 21:44 לינק ישיר 

קודם ר' אוטספאקען, איך ווייס נישט צו איך קען ווייטער רעדן צו דיר פאר דו לייגסט נישט צוריק די 'שליט"א'...

(ואגב, האט שליט"א גארנישט מיט חסידות, ס'איז ס"ה א ברכת החיים)

 

יעצט זיי וויסן, שרייבנדיג מיינע שורות האט שוין אין מיין מח געבליצט אז דו גייסט דאס ענטפערן, ועכ"ז האלט איך מיר נאך אלץ ביי מיינס.

ביסט גערעכט אז א מנהיג דארף זיין לפי רוחו של כל אחד ואחד, אבער קלערסטו טאקע אז מען פירט אן א בדיעבד'דיגע זאך און נאך מיט א חותם און א ציווי אז מען מוז קויפן דייקא דא וועגן די מוסדות, וועגן שוואכע עלעמענטן?

ס'איז געווען און ס'איז נאך היינט דא גענוג אנדערע שחיטות, קיינער צווינגט דיך נישט צו קויפן קיין טעקסעס פלייש, דו קענסט קויפן ווי דו ווילסט, אבער איז עס סאטמארע פלייש, וואס סאטמאר איז (געווען) דער סימבאל פון פשרה'לאזע אידישקייט, דארף עס זיין אויפן בעסטן פארנעם, און עכ"פ זיכער נישט א דרגא ווייניגער ווי ס'איז געווען פאר די מלחמה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 18:43 לינק ישיר 

אויב שוין עמקות פון די מיסדיי האידישקייט דאהי, אפשר זענט איר מסביר די מעלות און די עמקות פון די מיסדים וואס האבן געשחט'ען שחיטה תלי' ביז און די מיטעלע למד יארן?
ברענג עס קלאר ארויס ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 18:38 לינק ישיר 

 

ברם יזכר אותו האיש רבינו מהר''א שליט''א לטובה, וואס א דאנק עם הייבט מען וויסן וואס עס טוט זיך אין די בית השחיטות, וואס איז שוין פארהאקט די טירן די לעצטע דרייסיג יאר (זינט פרשת קאשוי) פאר רבנים און סתם מענטשען, און ווען עס מאכט זיך א שאלה הייבן די רבנים נישט צו וויסן די מציאות אן ווען די בעל מכשר געט ארויס א תשובה להכשיר איז די זאך ארלעדיגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 18:24 לינק ישיר 

מר וואלן סח

איך האב געשריבן אויף אייך שליט''א ווייל איך האב געמיינט איר זענט א חסיד א בר דעת, איר ווייסט זיכער וואס די גמרא זאגט שמרה נפשי כי 'חסיד' אני, און וואס די גמרא זאגט וואס אס מיינט חסיד שוטה, איר זאגט

און ער פירט אויס, מה מאד עמקו מחשבותיו פון רבין ז"ל נישט איינצופירן שחיטה מונחת, כדי כי תאוה נפשך לאכול בשר, זאלסט עס האבן! איז די תירוץ יא און נאכאמאל יא אזוי קוקט א מנהיג ווי משה רבינו דוד המלך און אלע מנהיגי הדורות עס איז דא א תשובה פונעם בעל דברי יואל זי''ע אין א שטאט איז געווען איין מקוה און (שוואכע)פ. האבן נישט געוואלט אז די מ. זאלן עס ניצן זאגט ער אז מזאל טאקע נישט לאזען נאר מ'זאל זיך בעטן אז אוף ערב י''כ זאל מען יא לאזען, יא אזוי קוקט אויס א מנהיג נישט קיין פרומער(ווען ס'לוינט פארן חסידות ועוד).

און דאס וואס איר שרייבט ''כ'הער, ב"ה אונז ליג מיר נישט אזוי אין בשר תאוה, און מיר זענען שוין צוגעוואוינט די לעצטע פאר יאר, אז אויב דארף מען מיניט סטעיק אויף יו"ט דארף מען עס באשטעלן כאטש א חודש פריער, ווייל אז נישט וועסטו נישט האבן און ב"ה מ'לעבט! קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון נישט עסן אלע מיני בהמה פלייש וואס איז די אין די מארקעט.'' ב''ה אז דיין רבי(וואס איז רבינו מהר''א שליט''א) האט אזאליכע הייליגע חסידים. אבער די לעצטע מנהגי הדור האבן זיך אויך געזארגט פאר די שוואכע ווי למשל חסידי רז''ל ,בני יוא'ל, חשונים און פאר גאנץ יהודית החרדית און אמעריקע.

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2010 17:27 לינק ישיר 

און כ'האב פאר דיר גרויס נייעס, אז די אנדערע בתי שחיטה מאכן צוויי מאל געלט, קודם איז עס נישט מונחת און מען קען שחט'ן ווי מען וויל, און נאכדעם פארלאזט מען זיך אויף אסאך קולות, כעדות השוחטים וואס רעדן נישט אסאך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שחיטה מונחת: איז נישט כל המשנה ידו על התחתונה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext