בית פורומים אידישע געדאנק

בריוו צו ר' אהרן טייטלבוים בנוגע די נבילה פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 19:50 לינק ישיר 
בריוו צו ר' אהרן טייטלבוים בנוגע די נבילה פלייש

בקידה והשתחוי' אל מול פני מנורה הטהורה כ"ק מרן אדמו"ר הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א — אדמו"ר מסאטמאר ורב ור"מ קרית יואל.

אחדשה"ט, ווענד איך מיך דא צו אייך בנוגע די לעצטיגע פרשה פון די נבילה פלייש וואס די וועלט איז אויפגעשוידערט געווארן פון די אויפדעקונג וואס איר האט אויף פארציילט פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת ויצא ביים דינער השנתי לטובת די הייליגע מוסדות. אלץ שטאלצער זיידע פון חשובע אייניקלעך וואס ווערן נתחנך אין אייערע מוסדות הקדושים אין קרית יואל, האב איך זיך משתתף געווען, און איך האב געהאט די זכי' צו הערן די שיינע דרשה פון דעם פה מפיק מרגליות, איך האב שטארק הנאה געהאט פון אייער ברוך שפטרנו אויף די "מאנהעטענע קינדער". וואס זענען געגאנגען אין אנדערע מוסדות אין די שטאט. און אזוי אויך די אלע אנדערע פערל רייד וואס איז שוין פקוע שמם בכל העולם כלו, עס איז א תענוג און הנאה פאר אידן איבער די גאנצע וועלט צו הערן די שיינע דרשות אין כשרות, לדוגמא די דרשה שושן פורים איבער די זאלצערס פון פארטא-ריקא און מעקסיקא און די בוקא דאטמא צומות הגידין משגיחים, און די ברייט באוויסטע דרשה איבער די חמצ'יגע ווייץ וואו מ'האט געזעהן אויף די כלי ווי ס'רענגט דערויף, ווי איר האט שיין מסביר געווען אז די מצות איז חמץ גמור נאך ערגער ווי די קאקאו פון פלעטבוש און קווינס אידן וכדו', מען זעהט ב"ה אז אייער כח פון דרשות וואס

איר געהאט די אלע יארן האט מען ב"ה נישט געקענט צוברעכן כן יעזור השי"ת להלאה.

דער עיקר וואס האט מיך געכאפט און פארגאפט איז געווען די דברים קולעים אל השערה בנוגע וואס עס טוט זיך אין דעם עולם הכשרות ביי די פלייש הן עופות הן גסות. איר האט אזוי שיין און הויעך — כדרכם בקודש — צולייגט און מסביר געווען אז אפילו מיר, די פשוטע בעלי בתים זאלן פארשטיין דעם נושא.

איך האב די דרשה געוואלט איבערליינען אין 'דער בלאט' כדי איך זאל זיכער מאכן אז איך האב גוט געהערט די פרטים, אבער ליידער האט מען משום סיבות נישט דערמאנט קיין איין ווארט פון דעם נושא אין 'דער בלאט', האב איך מיר גענומען די מי איבער צוהערן פון אייער האט-ליין די ווערטער, און עס נאכאמאל איבערגעגאנגען ווארט ביי ווארט. עס איז מיר אבער נולד געווארן פארשידענע קשיות און ספיקות במשך אייער דרשה, און איך וועל עס אייך דא פרעגן על הכתב, און איך האף אז איר וועט מיר ענטפערן און אפשר אפילו

נאך די וואך ביי די כ"א כסליו סעודה וואו מיר וועלן זיך אריבערשיפלן איבערן ימ'ן צו הערן אייערע פערל רייד.

א) איר האט אנגעהויבן מיט א הימל-שרייענדיגע פאסירונג וואס האט פאסירט פארגאנגענעם חודש אלול אין איינע פון די כשר'ע בית השחיטה'ס פאר עופות דא אין ניו יארק. א שוידער האט מיר באנומען ווען איר האט געזאגט אז קיין איינער אויף די וועלט, חוץ דער שוחט מיט אייך, ווייסן נישט פון דעם גאנצן שערורי'. וויל איך איר זאלט מיר געבן צו פארשטיין, זיצט דא א רבן של ישראל, א מנהיג פון א חשובע קהילה, א תלמוד חכם א גאון, א רב וואס ווערט פאררעכענט אלץ איינער פון די גרעסטע מתקנים אין עניני כשרות, און פארציילט מיט א גלייכגילטיקייט אז ער ווייסט שוין זייט חודש אלול פון דעם שוידערליכן פאסירונג, און ער איז געזיצן און געשוויגן ביז חצי חודש כסליו, און אפילו דעמאלטס האט ער אויך נישט פאררופן א עצרת הסברה אדער ארויסגעגעבן א בריוו מיט א בירור הלכה, נאר ער האט געדארפט צוקומען צו דעם אז ר' מאיר הירש זאל אים דערמאנען אז עס עקזעסטירט בכלל אזא נושא ווי כשרות ביי פלייש,

און בין הדברים ווארפט מען אריין אז אזא מעשה האט פאסירט. הישמע כזאת? ווען אין די זעלבע צייט איז ויאכלו ענוים וישבעו.

זייטס מיר מסביר וויאזוי איר האט געקענט שלאפן אפילו איין נאכט נאך יענעם טאג אין חודש אלול ווען איר זענט געוואויר געווארן אז עס ווערט געשחטן נבילה ממש אין א כשר'ע בית השחיטה אין ניו יארק? מיר פארשטייען אז איר האט געציהלט מער צו דעם חלק אז אייער יאטקע אין קרית יואל איז די מערסטע מהודר און אויסגעהאלטן וואס נאר שייך, אבער אלץ מנהיג פון א עדה אידן וואו נעמט איר

די אחריות צו לאזן אנדערע אידן נכשל ווערן מיט אזוינע הארבע עבירות?

איר האט אונז נישט פארציילט אין וועלכע בית השחיטה די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט, אבער מיר פארשטייען אז עס רעדט זיך אין איינס פון די גאר היימישע דא אין ניו יארק. לאמיר זאגן אז די פאסירונג איז פארגעקומען אין וויינלאנד, פארוואס האט איר נישט אנגערופן דעם בעל המכשיר הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א, וואס שטייט מיך אייך אין גוטע באצואינגען זיינעדיג דער בעל המכשיר פון אשת חיל, און אים אפירגעהאלטן אויף דעם שרעקליכן מכשול? און אזוי ווייטער אין אנדערע פלענטס ווי איר זענט נאנט

באפריינדעט מיט די בעל מכשירים און איר וואלט זיי געקענט אנרופן.

איר טוט אייך נאך אויף אז "אפילו דער בעל מכשיר אליינס האט אויך נישט געוויסט דערפון", וואו איז אייער אידיש געפיהל אפצושטעלן אזא שרעקליכע שערורי', וואס איז לשיטתכם נבלה ממש. נניח אז אייער ברודער ר' זלמן לייב האט ווען א בית השחיטה,

בס"ד

און דער מכשול פאסירט ווען ביי אים, פארשטייען מיר אז איר האט נישט צו וועם צו רעדן, אבער למעשה האט ער נישט אזאנס, איז נישטא קיין תירוץ שבעולם פארוואס דער בעל מכשיר האט פון אייך נישט געהערט דערוועגן.

ב) מע"כ האט אנגעהויבן מיט א הסבר אויף די שחיטה שיטת בית יוסף, וזל"ק::

"...ספרדים זענען מער מחמיר אין סירכות ווי אשכנזים. איז געווָארן די לעצטעּ פָאר יָאר איז צוגעקומען ַאזַא זַאך ווי פרומע ספרדים, קען זיין מיט  ַא קליינע קַאּפעלע מיט ַא גרויסן פריזָאר", ָ אבערער איז  ַא ספרדי,  ַא  שטָאלצער ספרדי, היינט גייט דָאך יעדע זַאך ַ אזוי ,"איך בין  ַא ספרדי", איך בין מחמיר, די ספרדים זענען מער מחמיר ביי סירכות ווי אשכנזים."

"...איז געווָארן ַ אזוי אין די פלייש ביזנעס די לעצטעּ פָאר יָאר, צוויי דרגות אין פלייש, מ'הָאטעס  ַא נָאמען  געגעבן שחיטת בית יוסף, און נָאכדעם די  ַאנדערע איז גלַאט כשר. די קליינע סירכות הייסט שחיטת בית יוסף, און די ברייטערע הייסט גלַאט כשר. די ספרדים זיי צָאלן מער ווייל דָאס איז דָאך זייער ספרדישע נַאציָאנַאליזם "און דער סוחר זוכט דָאך צו מַאכן געלט, און די ספרדים זָאגן געב אונז די קליינעּ פיצעלע סירכות, אונז צָאלמיר מעראון מ'לייגט ַארויף ַא זיגל שחיטת בית יוסף."

צום ערשט האט איר שארף ארויסגעטרעטן קעגן אחב"י בני עדות המזרח, וועלכע זענען באוואוסט מיטן היטן תורה ומצוות מיט א געוואלדיגער תמימות און ערליכקייט, און זיי אנגערופן בלשון גנאי ובזוי "מיט די קליינע טשאפיקעס" און א עדה אידן מיט זייערע מנהגים אנגערופן "נאציאנאליזים". עס איז מיר קיין חידוש נישט אז א מנהיג און רב בישראל קען אזוי רעדן, נאך וואס עס איז באקאנט די מערערע מאל וואס איר האט שוין פוער פה געווען קעגן גאוני וקדושי ארץ ווי אייער אייגענער פאטער כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצוקלל"ה, כ"ק הגה"צ אבד"ק קאשוי זצ"ל, כ"ק הגה"צ אבד"ק מאנטיווידעא זצ"ל הגה"צ מפאלטיטשאן זצ"ל ולהבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ מאנסי שליט"א הגה"צ ר' יחזקאל ראטה מקארלסבורג שליט"א און נאך. אבער אראפצורייסן א גאנצע עדה אידן

מיט אזא פרעכהייט פאר ביזנעס צוועקן, דאס איז שוין יא געווען א חידוש.

די חסידישע אידן מיט ברייטע ביבער היטן האט מיר נישט מער ווי דערמאנט די אמאליגע פארווערטס צייטונג וואס פלעגט אויך נוצן אט דעם זינלאזן שפראך אראפצורייסן כל הקדוש לנו, אבער פאר אייך איז דאס מן הסתם דער רוטין דעריבער וועל איך מיר נישט אפשטעלן דערויף.

איך וועל מיך אפילו נישט אפשטעלן אויף אייערע ווערטער אז די מחלוקה צווישן רמ"א און בית יוסף איז א זאך וואס קיינער ווייסט דאס נישט, דאס איז א סוד אין די טרעי"ד. וזל"ק:

"דָאס איז דער מציאות, קיינער ווייסט עס נישט, דָאס איז ווי מ'זָאגט  ַא סוד אין די טרעיד (ביזנעס). איך בין ַאריינגעקומען אין דעם ענין, כ'ה ָאב ָאנגעהויבן צו ט ָאן, כ'ה ָאב געה ַאלטן ס'איז נישט יושר."

ווייל איינער וואס האט געקענט זאגן אויף זיין אייגענע טאטע, אביו ורבו שלמדו תורה, אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און געקענט זאגן אויף אזא גאון וצדיק ווי דער קאשויער רב זצ"ל עפרא לפומא, קען אויך אנרופן א מחלוקה צווישן די אבות ההלכה "א סוד אין די טרעי"ד", און א מחלקות הפוסקים אלץ נישט יושר, נאר ליבערש טון וויאזוי איר פארשטייט אז עס איז יושר, אפילו עס קומט

אויס היפך דעת תורה.

"למעשה קומט אויס ַ אזוי,די ספרדים מיט די קליינע קַאּפעלעך מיט די גרויסע טשָאּפיקעס, זיי הָאבן די ערשטע קלַאס פלייש, מיט די קליינעּ פיצעלע סירכות, און די חסידישע אידן מיט די ברייטע ביבער היטן, עסן די ברייטע סירכות.

אונז הָאמיר אויכעט, און דָאס ווָאס מ'הָאמיר געמַאכט דָאס איז שחיטת בית יוסף, כ'בין נישט קיין בית יוסף, "ס'שטייט נישט אין בית יוסף", איך מיין ס'איז ַאן ַאמעריק ַאנער המצאה ַא נ ָאמען צו געבן שחיטת בית יוסף."

איך וויל מיך ליבערשט באצוען צום חלק וואס האט מיר באמת באוויגן זיך אראפצוזעצן שרייבן דעם בריוו למע"כ הרמה. "עס שטייט נישט אין בית יוסף, עס איז א אמריקאנע המצאה" האט איר אויסגעשריגן מיט פאטאס, די ווערטער זענען מיר טיף אריינגעדרונגן אין הארץ, עס איז מיר געווען א דבר פלא מאוד וויאזוי גאנץ כלל ישראל זענען אזאכע עמי הארצים און ווערן פארפירט פון אמעריקאנע

לאזונגען און המצאות. אנקומענדיג צו מיר אין שטוב, האב איך אפירגענומען דעם שו"ע און אויפגעמישט יורה דעה חלק א' (סימן ל"ט סעיף י"ג) און צו מיין ערשטוינונג זע איך דארט א בפירוש'ע בית יוסף וואס שרייבט וזה לשונו: "כל מקום שאסרו סרוכת הריאה אין הפרש כין שתהא הסירכא דקה כחוט השערה בין שתהא עבה וחזקה ורחבה כגודל ולא כאותם שממעכם ביד ואם נתמעכה תולים להקל וכל הנוהג כן כאלו מאכיל טרפות לישראל". אפאר סעיפים שפעטער שרייבט דער הייליגער רמ"א: "ויש מתירין למשמש בסרכות ולמעך בהם ואומרים שסרכא אם ימעך אדם בה כל היום לא תתנתק ולכן כל מקום שיתמעך תולין להקל ואומרים שאינו סרכא אלא ריר בעלמא

ואע"פ שהוא קולא גדולה כבר נהגו כל בני מדינות אלו ואין למחות כילם מאחר שיש להם על מה שיסמכו." עד כאן.

תמצית הנוגע לענינינו: דער דין לגבי סרכות איז אז זיי זענען אסור אפילו גאר א קליינע, אזוי ווי א שפין וועבעכץ - ווי איר האט האט דאס אנגערופן - כש"כ א סירכה אזוי גרויס ווי סקאטש טעיפ און שטארק ווי גלאו. און אויף דעם זאגט דער הייליגער רמ"א, אז מיר - די אשכנזים מיט ברייטע ביבער הוטן - זענען זיך נוהג אז א קליינע סירכא מעג מען יא ממעך זיין ביד, און אויב גייט אוועק די סירכא איז

עס כשר, ווייל אויב וואלט געווען דארט א אמת'ע סירכא וואלט דאס נישט צוגאנגען ווען מ'איז ממעך ביד.

קודם כל זעהן מיר קלאר אז דאס איז גארנישט אזא המצאה, דאס איז א בפירושע הלכה און שו"ע וואס הונדערטער הלכה תשובות זענען שוין געשריבן געווארן דערויף און איר האט דאס פארזען און אוועקגעמאכט במחי יד.

יעצט וויל איך אביסל אויסשמועסן מיינע ווערטער אז אפילו די בעלי בתים - אזוי ווי מיר, וואס האבן קוים געזען א לעבעדיגע בהמה פאר זייערע אויגן - זאלן פארשטיין;

אין שולחן ערוך איז דא א מחלוקה פונעם רמ"א און בית יוסף לגבי סירכות וואס ווערן געפונען ביי די לונג פון א בהמה. דער בית יוסף האלט אז א סירכא, אפילו גאר א שוואכע, טרפ'ט די בהמה. אבער דאס איז נאר ביי געוויסע פלעצער פונעם לונג, אנדערע פלעצער איז בכלל נישטא קיין פראבלעם פון קיין סירכות. ווייטער שיטת הרמ"א איז, וואס ווי באקאנט זענען מיר די בני אשכנז יוצאים ביד רמ"א, מיר נעמען פסקן אזוי ווי אים, אז קליינע סרכות מעג מען ממעך זיין ביד, אבער דער דין פון סירכות גייט אן אויפן גאנצן לונג. קומט אויס אזוי, אויב א אשכנזי וועט עסן א שטיקל פלייש ביי א ספרדי מיט א טשאפיקע און קליין קאפעלע, וועט ער דאך לכאורה מיינען, און אזוי וועט אויך אויסקומען לשיטתכם, אז ער איז גאר א מחמיר. דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, ווייל עס קען זיין אז דער בהמה

האט געהאט א סירכה אויפן פלאץ ווי לשיטת בית יוסף דארף מען נישט דארט בודק זיין, אבער לשיטת הרמ"א איז דאס טריפה ממש!

איז אפשר זענט איר מיר מסביר וויאזוי וואגט זיך א רב בישראל זיך אויפצושטעלן פאר א ציבור פון הונדערטער חסידישע אידן און זיי מכשיל זיין מיט נבילה וטריפה? פון וואו נעמט איר דעם היתר, אויב נישט פון אייער טאש, אז א אשכנזישער איד מעג עסן בית יוסף פלייש?

זאת ועוד, צום סוף פון אייער דרשה טוט איר זיך נאך אויף אז אייער שחיטה אין טעקסעס איז ריין שחיטת בית יוסף, נאר איר ווילט דאס נישט אזוי רופן ווייל איר לאזט אייך נישט פון די אמעריקאנע גאס מיט זייערע המצאות. עס איז דאך א פחד איום ונורא, אויב איז אייער פלייש טאקע שחיטת בית יוסף, טארן מיר נישט עסן אייער פלייש, טאקע נאר די מחמירים מיט די ספרדישע נאצינאליזים זיי מעגן

דאס עסן, פאר אונז קען אויסקומען אז עס זאל זיין טריפה דאוריתא!

"ס'איז געווען יענע ווָאך איז ביי מירגעוועןַ א רב פון די או. יו., ער איז געווען ביי דער שחיטה אין טעקסַאס, זָאגט   ער מיר פַארווָאס רוף איך נישט אונזער שחיטה, שחיטת בית יוסף, כ'וועלעס זָאגן גַאנץ קורץ, "דָאס ווָאס איז ערגעץ ַאנדערש בית יוסף ד ָאס איז אונזער שחיטה."

ליידער איז דער רב פון OU וואס איז געווען ביי אייך די פאריגע וואך הייליג גערעכט, אייער שחיטה איז ריין שחיטת בית יוסף, און מיר חסידישע אידן טארן דאס נישט עסן!

איך האף אז איר וועט מיר ענטפערן אויף מיינע ספיקות און שאלות ביי די ערשטע געלעגנהייט וואו איר וועט רעדן צו חסידישע אידן. וילמדו תועים בינה.

באתי על החתום יום ו' ערש"ק פרשת ראה את שלום הצאן וכו' את אחי אנכי מבקש הגידה נא לי איפה הם רועים (וישב) – עקב יום ההצלה והשחרור של איתן אדונינו מרן רביהקוה"ט זיעועכי"א תשע"א לפ"ק

הק' י. ח. וו. פה ברוקלין.






תוקן על ידי המהדרין ב- 28/11/2010 01:09:32




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 05:26 לינק ישיר 

*--[if gte mso 9]> Normal 0 false false false EN-US X-NONE HE MicrosoftInternetExplorer4 *[endif]**--[if gte mso 9]> *[endif]**--[if gte mso 10]> *[endif]*

על ראשון ראשון, קודם כל די בושה פון די דרשה מיין איך נישט זיין עמהארצות אז ער ווייסט נישט וועגן דער בית יוסף, נאר פשוט צוליב זיין טיפשות פה, ער רעדט ווי איינער וואס ליידט אויף די נערווען אזוי שיין שטאט, דערנאך רעדט ער ווי א בעיבי וועגן די סקאטש טעיפ און פאוסט איט נאוטס און די גלו, און דערנאך צו רעדן וועגן די ספרדים מיט טשופיקס און קליינע קאלפעך און זיי אנרופן שטאלצע ספרדים נאציאלאניזעם, די אלע פראזן וועסטו נישט הערן פון קיין שום באזעסענער רעדנער אפגערעדט פון א רב אדער אנגעזעהנער מענטש, ווער רעדט פון איינער וואס האלטזיך אלס א מנהיג ישראל,

בנוגע פארוואס די חסידי מהרז"ל שעמען זיך נישט מיט זיין מנהגים בעניני אבילות, איז זייער פשוט אז זיי פארשטייען אז ער פרעגט פוסקים וויאזוי די הלכה און דער מנהג איז, זיי ווייסן אז ער האלט זיך נישט אלס פוסק הדור, און פרעגט לדעת את המעשה אשר יעשון,

למשל פינקט ווי די שעמסט דיך נישט אז דיין רבי דאווענט שבת פארן עמוד כאטשיק קיין איין איד טוט דאס נישט, און פינקט ווי די פארשטייטס אז אן אבל גייט נישט כ"א כסליו אדער צו הכנסת ספר תורה ווי עס איז דא מוזיק און דיין רבי גייט יא, ווייל ער מאכט זיך פשרות און חילוקים אז דאס מעג ער יא און דאס נישט, ער פארשטייט אז ביי הכנסת ספר תורה מעג ער שטיין אויף איין פלאץ און טאנצן און א רינגעל נישט, ער פארשטייט אז לכבוד די גרויסע מצוה פון הדלקה ל"ג בעומר וואס איז א הייליגע מנהג אבותיו ורבותיו מעג ער מאכן מוזיק בתוך שלשים כאטשיק קיין שום איד וואלט דאס נישט געטון,  און די זעלבע פארשטיי אויך אז די חסידי מהרז"ל  האבן אמונה אז זייער רבי האט געפרעגט א שאלה, און אזויווי אלע אדנערע רבי'ס פרעגן און זיי האבן פוסקים וואס זאגן ווי זיך צו פירן,




תוקן על ידי שארטקאט ב- 02/12/2010 05:51:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 04:10 לינק ישיר 

לו יהא כדבריך אז מיר דארפן זיך שעמען מיט די דרשה, פארוואס זאל מיר זיך שעמען ווען עטס שעמט ענק נישט מפרסם זיין קליפס פון ענקער רבין ווי ער טרעט אויפן שו"ע הל' אבילות איינמאל און נאכאמאל בריש גלי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 04:01 לינק ישיר 

די שוטים שעמען זיך ניטאמאל מיט די דרשה און זענען עס מפרסם אין די איזראעלישע מידיא,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 19:28 לינק ישיר 

יא איך בי גערעכט געווען זיי האבן ארום געטוישט די קעפיל דא האט איר די נייע קעפיל

סאטמר: שחיטת הספרדים טובה מהשחיטה האשכנזית
האדמו"ר מסאטמר בנאום על כשרות: היום הספרדים גאים שהם ספרדים, ולמרות שהם הולכים עם צ'ופים וכיפות קטנות, השחיטה שלהם טובה • בפנים: ההקלטה והתמלול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 16:28 לינק ישיר 

פין הייד פארק קען זיין סגייט נעלם ווערן באלד לייג איך עס דא ארויף

האדמו"ר מסאטמר: "הספרדים גאים. הולכים עם בלוריות וכיפות קטנות"
במהלך נאום שנשא האדמו"ר על כשרות בשר ששוחטת סאטמר, הסביר האדמו"ר: היום הספרדים גאים שהם ספרדים, ולמרות שהם הולכים עם צ'ופים וכיפות קטנות, השחיטה שלהם טובה יותר מהשחיטה האשכנזית • "אני לא רוצה לקרוא לבשר שלנו 'שחיטת בית יוסף'" • בפנים: ההקלטה והתמלול
יוסי כץ, בחדרי חרדים 10:49 01/12/2010
האדמו"ר מסאטמר. צילום ארכיון   
 
שלח לחבר
22

במוצאי שבת 'ויצא' נשא האדמו"ר מסאטמר בבית מדרשו נאום חסר-תקדים בחריפותו כנגד הכשרי האשכנזים, שאינם מקפידים על סירכות קטנות כמו אחיהם הספרדים.

אתר 'בחדרי חרדים' מביא, באופן בלעדי, את התמלול המלא (בתרגום חופשי), לצד הקלטה של הנאום שעורר סערה בריכוזי סאטמר.

"נדבר קצת מעניין הבשר", אמר האדמו"ר. "יושבים כמה מאות יהודים חסידיים, ואין להם השגה כלל מה זה חתיכת בשר כשר. לא בעופות ולא בבהמות גסות.

ברצוני להגיד עובדה קטנה, שקרתה לפני תקופת זמן קצרה: הגיע אלי שוחט בימי האלול, לשוח את ליבו. הוא סיפר לי כי בשעה שעמד ליד אחד המסלולים, נוצרה שאלה על החלף. אותו שוחט הסתפק אם הוא יכול להמשיך לשחוט או לא, והלך להתייעץ עם השוחט שעמד לידו.

השוחט שעמד לידו בדק את העוף ולא הגיע למסקנה חד-משמעית. הוא גם לא יכל לבדוק היטב, כי הידיים שלו היו רטובות, וכשהידיים רטובות אי-אפשר לבדוק את העוף. שניהם ביחד הלכו לחפש את בודק הסכינים, ולאחר שעה ארוכה מצאו אותו, והוא פסק כי החלף פסול, ואי-אפשר לשחוט בו.

מכיוון שכל הסיפור ארך שעה ארוכה, עברו בינתיים על המסלול מאות עופות. ההלכה קובעת כי כל העופות שנשחטו בחלף פסולות, מכיוון שאנחנו לא יודעים באיזה חלק העוף נפגם. השוחט סיפר לי כי מאות העופות שכבר עברו במסלול, המשיכו לשוק, ויאכלו ענווים וישבעו.

זה הרי ממש טריפה".

"נהיה ציבור של 'פרומע ספרדים'"

"לאחר שסיפר לי את זה השוחט, עלה לי הדם לראש. זה הרי דבר שיכול לקרות כמה פעמים בשבוע, ואפילו כל יום. אולי אסור לי לגלות, אבל זה דבר שיכול לקרות גם שלוש פעמים ביום.

אנחנו מנינו שני בודקי סכינים שישגיחו שלא יקרו כאלה דברים חס ושלום. זה ממש נבילה דאורייתא.

גם בשחיטת בהמות יש בעיות רבות. קשה להסביר את הדברים לאנשים שלא מונחים בתחום, אבל אומר נקודה קצרה: בבהמות יש שני סוגי סירכות. יש סירכא כשרה ויש טריפה. להוריד את הסירכות זה אומנות של ממש. יש בזה הרבה סוגים וצריך לדעת להבדיל ביניהם.

גם אצל שחיטות הגסות אדבר, אומר משל קטן כי זה קשה להסביר לבעלי בתים. קשה מאוד כי אינם מבינים זאת, מי מביניהם ראה בהמה מקרוב, ולא ראו איך שוחטים בהמה, אינם יודעים ממה המדובר".

כאן עבר האדמו"ר לדבר על השחיטה הספרדית: "הספרדים יותר מקפידים מאשכנזים על סירכות. נוצר מצב חדש בשנים האחרונות. נהיה ציבור של 'פרומע ספרדים'. הם יכולים ללכת עם בלורית גדולה וכיפה קטנה, אבל הוא ספרדי. ספרדי גאה. היום הכל הולך בצורה כזאת. בצורת גאווה. כל אחד מתגאה במה שהוא עושה, והספרדים אומרים: אנחנו יותר מקפידים בסירכות מהאשכנזים.

ונהיה בזה ביזנעס. יש שתי דרגות בבשר של ספרדים. השחיטה הפחות טובה נקראית 'שחיטת בית יוסף', והמהודרת יותר נקראת 'גלאט כשר'. ומכיוון שהספרדים הגאים רוצים מהחנות את הבשר המהודר יותר, שמים עליה שחיטת 'בית יוסף', והסוחרים מרוויחים כסף.

יוצא שהספרדים עם הכיפות הקטנות והבלוריות הגדולות אוכלים בשר סוג א', והיהודים החסידיים עם המגבעות הרחבות אוכלים בשר סוג ב'.

שחיטת הקהל אצלנו היא סוג א'. שאל אותי אחד הרבנים למה אני לא קורא לבשר שחיטת בית יוסף, אמרתי שאני לא רוצה לקרוא לזה ככה, אבל זה השחיטה שאנחנו שוחטים.

פעם אמרתי שיש "כשר" ויש "כשר'ס", לאמת גם האחר כשר, אבל יהודי שנותן שלוש מאות דולר לאתרוג - כאשר גם במאה דולר יש אתרוג כשר - כלל זה צורך להיות בתוקף גם בבשר וגם במצות".



הדפס שלח לחבר
22 תגובות
הדת מסתכמת בכובע עם שוליים רחבות 
ספרדי עם צ'ופ גאה 13:19 01/12/2010
  1
 
אכילת בשר מכל סוג מביאה מחלות לב וסרטן לטובת הבריאות העם יש להפסיק אכילת בשר ולהסתפק בירקות פירות קיטנייות ואגוזים (ל”ת)
על השחיטה 13:19 01/12/2010
  2
 
אז מדוע מפלים בנות ספרדיות? 
מיכה 13:27 01/12/2010
  3
 
צריך להפלות את הספרדיות 
מופלה 13:43 01/12/2010
  4
 
כי גם כיפה אין להן (ל”ת)
 13:46 01/12/2010
  5
 
סאטמר 
אלי 13:48 01/12/2010
  6
 
במחילת הרבי 
שו"ב 13:53 01/12/2010
  7
 
וחשוב הדיבור קודם שתוציאנו מפיך 
אלעד 13:57 01/12/2010
  8
 
ה', מלאך, יהודי אשכנזי, יהודי ספרדי, יוהדי עם כיפה סרוגה גדולה, יהודי עם כיפה סרוגה קטנה+בלורית, דתי לייט, מסורתי, חילוני, גוי,. ככה חינכה אותנו התורה 
עמיתוש 14:04 01/12/2010
  9
 
מה שיך גודל הבלורית לגודל יראת השמים? לא הבנתי. (ל”ת)
טימטום. 14:05 01/12/2010
  10
 
כותרת שנויה במחלוקת. (ל”ת)
עיתונאי 14:06 01/12/2010
  11
 
המתנשא והצבוע איך שרואים מהכתבה זה האדמור מסטמאר (ל”ת)
משה 14:08 01/12/2010
  12
 
לאלי מס' 6 
שו"ב 14:16 01/12/2010
  13
 
כל האמת כאן:יוצא שהספרדים עם הכיפות הקטנות והבלוריות הגדולות אוכלים בשר סוג א', והיהודים החסידיים עם המגבעות הרחבות אוכלים בשר סוג ב'.  
ספרדי 14:38 01/12/2010
  14
 
רק ספרדי טיפש לא יכול ליהנות מדבריו הנוקבים של הרבי שליט"א 
ששון לוי 14:40 01/12/2010
  15
 
כותרות 
הרבי הדיין המשגיח המוכיח 14:43 01/12/2010
  16
 
בחדרי חרדים מזיפים את דבריו של הרב מקר"י אם היו כובתים בדיוק מה שאמר הייתם מתגלגלים מצחוק למשך כמה שעות (ל”ת)
ישראל 15:01 01/12/2010
  17
 
חברים נא להימנע מלדבר על גדולי ישראל גם אם דבריהם לא 
ספרדי 15:16 01/12/2010
  18
 
יראת שמיים 
ספרדי עים בלורית 15:39 01/12/2010
  19
 
מספר הבהרות חשובות בקשר לכתבה הזאת. 
ספרדי ריאלי 15:39 01/12/2010
  20
 
התירגום לוקה בחסר עצום ! וחבל יש עוד הרבה סקופים (ל”ת)
אשכנזי 15:47 01/12/2010
  21
 
ל2,אתה טועה בכיכר ירקות הפירוש 
תום 16:14 01/12/2010



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 22:51 לינק ישיר 

יש לתרץ עוד, לפי שמצינו באלופי של עשו, אלוף "קרח", והוא תמיהא, מהיכן בא קרח למשפחת "עשו"? הלא מפורש כתיב בדברי הימים, קרח בן יצהר בן קהת בן לוי בן יעקב, אלא יש לתרץ, שהם שני אנשים נפרדים, ובמקרה יש להם שמות שווים בדיוק, לענינינו, הרב מהר"א מעולם לא אמר שאין שום מחלוקה בין הב"י והרמ"א, לגבי בדיקות הסירכות, בוודאי יש כמה וכמה מחלוקת, אבל אותן החומרות שאנשי ספרד החדשים עם הבלוריות שאמרו שזה בדיקת ב"י זה לא מצינו בב"י, וגם מושג זה לשחוט ולמכור "שחיטת בית יוסף" הוא דבר חדש, והבן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 22:41 לינק ישיר 

אייזענבאך כתב:


כל מקום שאסרו סרוכת הריאה אין הפרש כין שתהא הסירכא דקה כחוט השערה בין שתהא עבה וחזקה ורחבה כגודל ולא כאותם שממעכם ביד ואם נתמעכה תולים להקל וכל הנוהג כן כאלו מאכיל טרפות לישראל"


איך האב זיך באצויגן צו דעם, אז אין בית יוסף שטייט אז עס איז אסור סיי ווען עס איז ברייט, און דיק, און גרויס כחוט השערה, און סיי ווען עס איז "עבה, ורחבה כאגודל". איז משמע, אז דער בית יוסף האלט אז יעדע משהו סירכא איז אסור און עס העלפט ניטאמאל מיעוך.

דאגעגן דער רמ"א איז קלאר מתיר אפילו "עבה וחזקה ורחבה כגודל" העלפט מיעוך.

איז אונזער רעדנער האט נאכגעזאגט אז די קליינע קאפעלעך מיט די טשופיקעס עסן די קליינע סירכות, און די ברייטע ביבער הוטן עסן די ברייטע סירכות. און אויף דעם האט ער געזאגט אז עס שטייט נישט אין בית יוסף.

האב איך געשריבן אז עס איז יתכן זיין כונה צו דעם אז זיי עסן יא די קליינע סירכות נאר נישט די ברייטע. וואס על פי ב"י האט עס נישט קיין פשט.

----------------

וואלן; איך האב יא געהערט דעם טעיפ. כהאב נאר געשריבן, אז איך וועל ענדערש משוה זיין א סעילסמאן - א לץ וואס מיינט נישט וואס ער זאגט און איז נישט געבינדן א מינוט שפעטער צו וואס ער האט געזאגט א מינוט פריער - פאר א טועה בדבר משנה, בשגם אז ער איז נישט מפורסם פאר א ת"ח, בלויז א ידען וואס קען אביסל מקופיא וואס ר' געציל האקט אריין אין אים,  ווי איידער צו זאגן אז טויזענטער ערליכע אידן יראים ושלימים המה ורבניהם גדולי ת"ח וואס כל רז לא אניס להם זענען זיך טועה אין א אפענעם בית יוסף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 22:16 לינק ישיר 

אומזיסט קענסט מיר איבערזעצן אין אידיש "ולי הקטן נראה, כי היכי דלא לישווי' להרב מהר"א לטועה בדבר משנה, דיש לחלק בפשיטות." ווייל די ווערטער קלעבן עפעס נישט.

לפי מה שיצא אחר עיון בסוגיא דינן, נמצא דכשממללים מילים וטוחנים ברחיים בלי לעיין בפנים כמאמר רז"ל אותיות מחכימות יוצאים כאומזיסט, בלי שיניים וגם חוזק כהעובדה פארשטינקענע פיש וכו'. דהא הב"י כלל לא מדבר על גודל הסירכה רק על עביו של הסרכה דהיינו במקום שאפשר למעך ולא משנה אם זה חצי אצבע או טפחיים.

לפי זה אתי שפיר שהגאון לא ידע מאי קאמר הבית יוסף בכלל וגם לא עיין בעצמו רק פטפט כפאפגיי מה ששמע מאלו שכן למדו. שמע על חומרה חדשה שהרב עובדיה יוסף הכניס לשחיטת בית יוסף והגאון יצא נגד הרב עובדיה בלי לעיין בבית יוסף, ע"כ אמר שלא קיים בית יוסף כזו כשבמציאות קמה וגם נצבה. ויצא בשן ועין בהתגלות עמיהארצות שבו.

וכמובן שחסידיו מתעמצים לתרץ אותו, אבל בכגון דא נאמר מאמר החכם שוטה אחד זורק אבן למעיין ומאה חכמים לא יכולים להוציא אותו.

לפי"ז אתי שפיר למה צווה להגאון לדבר בתורה אלא אחר הכנה כמו ילד שנכנס למצוות או בבית כשהחסידים יתקנו הדברים בשולחן מלכים. כדי לא לבייש מי שאין לו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 22:13 לינק ישיר 

ביי די וועי אויב וואלסטו געווען דא צו פארטיידיגן דיין רבי וואלסטו געדארפט זיין 24 שעה א מעת לעת, ווייל ער איז נעבעך ללעג ולקלס יעדן טאג פון יאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 22:11 לינק ישיר 

דיין רבי מאכט א נייעם בית יוסף'ס קשיא וואס דער עולם זאל ביזי זיין דעם חנוכה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 22:01 לינק ישיר 

אומזיסט

איך בין נישט דא צו פארטיידיגן מיין רבי, ממילא האב איך מיר נישט פארטיפט און נאכגעקוקט דעם ב"י, אבער אויבנאויף ווי איך זע ווי דו פרובירסט צו מיישב זיין, און דערנאך פרעגסטו אז הב"י לא ס"ל הכי

אט דאס האט דער רבי געזאגט ביי די דרשה, אז די גאנצע חומרא וואס זיי האבן האט גארנישט מיט בית יוסף. (קוקט אויס האסט נישט געהערט דעם טעיפ)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 19:28 לינק ישיר 

לחינם: אין ספק בזה ששחיטת בית יוסף כהיום מחמירים אף בסירכות קטנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 08:43 לינק ישיר 

ולי הקטן נראה, כי היכי דלא לישווי' להרב מהר"א לטועה בדבר משנה, דיש לחלק בפשיטות.

דהנה, שי' ב"י היא, דסירכא אף הכי קטנה, במקומות מסוימות הרי היא טריפה ממש, ולא מהני מיעוך.וליכא נפקותא בכל זה כמה גדולה הסירכא, ואף משהו טריפה.

ואולם, שחיטה הנקראת היום "בית יוסף" פירושה שלסירכות קטנות לא חיישי, וסמכי אמיעוך - דלא כב"י שמטריף גם בזה - ואבל לסירכות גדולות חיישי. ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א - דפסק דאף בסירכות גדולות סמכינן אמיעוך. ודו"ק.
 
ואבל עדיין צ"ע, דא"כ, אין בזה כלל ענין של "ספרדישע נאציאליזם", דהלא הבית יוסף לא ס"ל הכי, כנ"ל. וע"כ נראה, דיותר יש לנו לחוש דלא להשוות כל אחב"י הספרדים, הם וגדוליהם, לטועים בדבר משנה, יותר מלידען אחד שאינו בוש להשמיע ברבים עם הארצותו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 07:58 לינק ישיר 

אויב איז אמת וואס דער שרייבער שרייבט, איז דער ר' אהרן א פשוט'ער עם הארץ א חרפה און א בושה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2010 22:23 לינק ישיר 

א מין עם הארצות נאך דערצו מיט אזא פרעכהייט, ממש ר' אהרן בתפארתה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בריוו צו ר' אהרן טייטלבוים בנוגע די נבילה פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext