בית פורומים אידישע געדאנק

מהר"א מסאטמאר להחזיר עטרה ליושנה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 22:03 לינק ישיר 
מהר"א מסאטמאר להחזיר עטרה ליושנה

יאר לאנג האט זיך ר' אהרן באוויסט געמאכט אויף די וועלט, אז אלס דער "בעל דרשן" ווי ער האט געהאלטן א דרשה, האט מען גערעדט דערפון, אמאל צוליב דאס רעדן קינדיש בעביש, אמאל צוליב רעדן ניבול פה, אמאל צוליב אראפרייסן עלטערע רבנים, אמאל האט ער גערעד פאר פייער און וואסער, אמאל האט ער גערעד השכלה, אמאל סתם פאבריקאציעס שקרים וכזבים, אבער דער עולם האט זיך אינטערגעהאלטן מיט דעם בעל דרשן,

ליידער איז דער בעל דרשן געווען יארן לאנג ווי א "מלך אסור ברהטים" מען האט נישט געלאזט רעדן קיין ענינים העומדים על הפרק, די וועלט האט זייער משתוקק געווען לשתות בצמא את דבריו, אבער ליידער והוא מחולל מפשעינו מ'הערט נישט, און אפילו ווען ער האט יא גערעד איז דאס נאר פון א צעטל פארגעשריבן ווארט ביי ווארט וואס האט אוועקגענומען דאס ארגינעלקייט דערפון,

חסדי ה' כי לא תמנו, די לעצטע שטיק צייט האט ער זיך גענומען "להחזיר העטרה ליושנה" ער האט אנגעהויבן רעדן זיינע שיינע דרשות מלא חן און איז מהנה דעם עולם כמים קרים על נפש עיפה, דער בעל דבר רוהט נישט אמאל לאזן נישט די שטוב מענשטן ארויפלייגן אויפן טעלעפאן סיסטעם, אמאל לאזט מען נישט דריקן אין בלאט, אבער סבלייבט נאך גענוג נאך די צענזור אז אידן זאלן הנאה האבן וישמעו ענוים וישבעו,

לאמיר אלע מתפלל זיין אז דער יום הצלה זאל שוין זיין אן עכטער "הצלת רבינו" און מ'זאל דעם רבין לאזן מחזיר זיין זיין עטרה ליושנה, און אונז מהנה זיין מיט זיינע פערל רייד,






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2010 16:34 לינק ישיר 

לויט ווי מען שמיסט האט ער אונז נישט אנטוישט און האט אנגעהאלטן מיט די החזרת העטרה ליושנה, קען איינער באריכטן אביסל פון די פערל רייד, זאל אלע יודן הנאה האבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2010 02:16 לינק ישיר 

דאכט זיך, אז דער סלאגאן להחזיר העטרה ליושנה, איז גאר דער סוד פון די ספרדים, וואס איז געוואן זייער קאמפיין סלאגען ביים גרינדונג פון ש"ס פארטיי, און דער וויליאמסבורגער סאטמאר רב האט גענוצט ביים גרינדן זיין נייע ישיבה אין קווינס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מהר"א מסאטמאר להחזיר עטרה ליושנה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext