אונטערן איינדרוק פונעם ריזיגן כינוס המשולשת, וועלכע האט צוזאמגעברענגט אזויפיל טויזנטער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער נוי יארק, איז היינט א טאג וואס אנשי שלומינו פרעגן זיך: איז טאקע נישטא איינמאל פאר אלעמאל א לעזונג צו די צענדליגער יארן'דיגער פראבלעים פון מאנגל אין פלאץ און אין סערוויס פארן ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר?
די איינדרוק איז אייגטליך הויפזעכטליך מער געיהלט צום אינהאלט פונעם געוואלדיגן מעמד, מיט די פילע קאכעדיגע דרשות, די געהויבענע ריקודין פון אזויפיל רבבות אנשי שלומינו. אבער מען קעין זיך נישט פארהוילן פון בארירן דעם לאנג יעריגן פראבלעם.
ווער עס איז נאר ארויס צו די קארידארן אינמיטן דעם מעמד, האט זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער, און טויזנטער(!) וועלכע זענען אנגעקומען צו א פול געפאקטן זאל, און נישט געקענט טרעפן וואו זיך צו פלאצירן, אין דעם ריזיגן ברייטן זאל.
די היץ אין זאל איז געווען עפעס א אומערווארטעטער ערשיינונג, אויף וואס די עסקנים האבן מסתמא ניטאמאל זיך פארגעשטעלט, אז אינמיטן א פראסטיגן נאכט, אין א זאל וועלכע איז ברייט אפן מיט א טויער צום קאלטן גאס, זאל זיך אראפלאזן אזא היץ, אין רעזולטאט פון דעם מענטשליכן מאסן שטראם.
און צו די פראגע האט אן ענטפער, איז אליינס א שאלה.
וואס איז אמאל זיכער, אז דער ענטפער איז פארן עולם נישט בייגעפאלן: פארלאזן דעם זאל...
אין קעגנזאץ צו וואס איך ליין אין א צווייטן פארום אז אין וועסטערן פלאזא האט זיך קע"ה געטוהן א גרויסער שטראם אויף ארויס די גאנצע צייט(...), איז דער סאטמארער ציבור אנדערשט געוואוינט, און דער ציבור קוקט ארויס אויפן הויכפונקט פון יעדן מעמד, וואס דאס איז נישט דער חזן, און נישט דער שפילער, און אויך נישט קיין עמאציאנאלע פארשטעלונגען וכדומה, נאר דאס איז די דברי אלוקים חיים וואס רבינו שליט"א איז משמיע ביי די צענטראלע דברות קודש, באטאנענדיג אלע דברים בעומדים על הפרק, לדעת את המעשה אשר יעשון, און אנצוקומען צו דעם הויכפונקט זענען געזיצן אלפים ורבבות אידן אין די היצן, און פילע שטייענדיג אויף די פוס, צמאים לשמוע את דבר ה'.
דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר הרבנים הגאונים שליט"א
>
♦♦♦
עסקנים אינאיינעם מיט די פאלטיקאנטן ביי גרויסן מעמד
ניו יארק סיטי פאבליק אדוואקאט ביל דיבלאזיא
די הויכראנקיגע פאליציי בעאמטע פון די 108'סטע פריסינקט - ווי דער מעמד האדיר איז פאהרגעקומען, אינאיינעם מיט הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו
ר' דוד פאלאק און ר' מיכאל מיללער פון "באורד אף די אידישע קאמיוניטי פאבינדונגס קאנסול" פון ניו יארק
דער איבערגעגעבנער קאנסולמאן ר' דוד גרינפעלד הי"ו פון ב"פ אינאיינעם מיט הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו
אינספעקטאר מר. טימי פערערסאן פון די פאליציי אין קווינס
אינאיינעם מיט העסקנים הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו און הרב אברהם ראזענבערג הי"ו
אסעמבלימאן העיקין דשעפעריס פון קלינטאן היל געגענט אין וויליאמסבורג, דיסטריקט לידער פון וויליאסמבורג לינקאלן רעסטלער, אינאיינעם מיט הרב גרשון שלעזינגער הי"ו
♦♦♦
נשלח ב-1/12/2010 23:44
דער מייסטערהאפטיגער צוגערישטער זאל
די טויזענטער הענגער'ס צוגעגרייט פאר די מאנטלען
די טויזענטער זיץ פלעצער אינעם גיגאנטישן זאל מערקט די בענק אויף ביידע זייטן פין די טישן
דער "בוים" פון מלכות סאטמאר ברחבי תבל באצירט דעם זאל
גרייט אריינצונעמען טויזענטער פרישע חברים אין די הייליגע חבורת "יסודי התורה"
דער שטראם פון טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר צום מעמד
איינע פון די שיפן גרייטן זיך צו אנקערן הארט נעבן זאל
דער ציבור מאכט פריי דעם שיף צו קענען גיין אויפנעמען נאך טויזענטער וואס ווארטן אינע'ם ברקולין נעיווי יארד
ביים אריינקומען אין בנין פון פולאסקי פארט קאמפלעקס
דער עלעקטראנישער שטראם פון אלפי אנ"ש זקנים ונערים
מען שטיצט די מוסדות ביים דינער
כסדר קומען אהן נאך טראנספארטן
אינעווייניג אינעם זאל
דער יושב ראש הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד הי"ו
דער חזן נפלא ר' יעקב לעממער הי"ו איז מהנה דעם ציבור
חברת "שירה" אינאיינעם מיט'ן ר' אייזיק האניג הי"ו
דער רבי שליט"א ערשיינט צום מעמד האדיר
הדרן עלך מסכת סוטה
קדיש
דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר די רבבות אלפי ישראל
ובמקהלות רבבות אלפי ישראל
א חלק פונעם ריזן ציבור בליעה"ר אין צענטער פון זאל
א חלק פונעם ריזן ציבור בליעה"ר צפון זייט פון זאל
♦♦♦
נשלח ב-1/12/2010 01:02
די גרויסע געדרענג אינעם מעכטיגען פארט פאלאסקי קאמפלעקס, דער עולם שטייט ביי די דורךגענג, ספציעל אינטן פונעם זאל, אינטער די שווערע היצן
בשעת די דברות קודש פין רבינו שליט''א
VIDEO & PHOTOS: Thousands Of Stamar Chassidim Attend Kuf Alef Kislev Events
(Monday, November 29th, 2010)
This past Motzei Shabbos, thousands of Satmar Chasidim gathered to celebrate Kuf Alef Kislev, which is an annual event celebrating the miracle of the Satmar Rebbe ZATZAL’s rescue from the Nazis YM”S.
On 21 Kislev 1944, the Satmar Rebbe, Rabbi Yoel Teitelbaum ZATZL, was rescued from the Bergen-Belson Nazi concentration camp along with 1368 other Jews. Since then, for the past 65 years, Satmar Chasidim have celebrated the day as a day of festivities which includes Divrei Torah, singing, and a Seudah.
רבבות אנ"ש פון איבער גרעיטער ניו יארק געבן אפ שבח והודאה ביים צענטראלן סעודת הודאה ביום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע בראשות מ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "אשרי עין ראתה שמחת קהלתינו ביום שמחתינו ומשוש עדתינו". אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ברבבותיהם געפינען זיך אונטער'ן רושם פון התעלות און התרוממות, נאכדעם וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן איינס פון די שענסטע מאורעות בקורת דברי הימים למלכות סאטמאר, דער געהויבענער "סעודת הודאה" ביום כ"א כסלו העלל"ט, יום הצלה והשחרור פון רבינו הק' והטהור רבן של כל בני הגולה מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע, וואס איז געפראוועט געווארן צוזאמען מיט די צענטע סיום מסכת פון יסודי התורה צוזאמען מיט די שמחת שבע ברכות של נכדת כ"ק מרן רבינו שליט"א, אין דעם ריזן בנין "פולאסקי פארט קאמפלעקס", במעמד פון צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע מעטראפאליע ניו יארק, במחיצתו ובצל קדשו פון כ"ק מרן אדונינו מורינו ורבינו שליט"א.
צו די באשטימטע צייט האבן אנגעהויבן שטראמען הונדערטער און טויזנטער אנ"ש צו דעם גיגאנטישן זאל און פארנומען די טויזנטער זיץ פלעצער איבער דעם זאל. ביי שיין געדעקטע טישן האט דער ציבור זיך געוואשן צו די סעודת הודאה, ביום שנעשה בו נס לרבינו הק' זי"ע, און זיך מתעלס געווען באהבים בכינוס ידידים וריעים.
דער גאנצער זאל איז געווארן אויסגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטן אויפן אז יעדער יחיד אין אלע ווינקלען זאל קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. דער אויבנאן איז געווארן געבויעט אויף א צוויי שטאקיגער פלאטפארמע אויפן גאנצן ברייט פונעם בנין, מיט הונדערטער זיץ פלעצער פאר די רבנים ואדמורי"ם שליט"א.
אויף די צוויי זייטן לענגאויס דעם זאל איז געווען אויסגעשטעלט דריי שטאקיגע פלאטפארמעס מיט טויזנטער זיץ פלעצער, די רעכטע זייט פלאטפארמע איז געווען דעזיגנירט פאר די טויזנטער אברכים און די לינקע זייט פלאטפארמע איז געוווען צוגעגרייט פאר די טויזנטער בחורי חמד, תלמידי הישיבות צו קענען גוט מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד.
במשך דעם גאנצן אווענט האבן מהנה געווען מיט נגינה די בארימטע און טאלאנטירטע קאפעליע "שירה", וועלכע האבן באגלייט דעם גאנצן אווענט מיט זייערע בא'טעמ'טע שטימעס צוזאמען מיט'ן באקאנטן בעל מנגן מו"ה אייזיק האניג הי"ו.
געעפענט דעם מעמד האט מוה"ר פה מפיק מרגליות, רבי לייבוש וויינפעלד שליט"א, וועלכער האט גאר טרעפליך ארויסגעברענגט דעם באדייט פון די היינטיגע סעודת הודאה און מיט זיין באצויבערנדע רייד האט ער אנגעווארעמט דעם גרויסן ציבור מען זאל זיך משתתף זיין בסכומים הגונים פאר די מוסדות אין וויליאמסבורג.
בעפאר דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל איז געווארן אויפגערופען דער וועלט בארימטער חזן נפלא, הר"ר ר' יעקב לעממער הי"ו. און ער האט מהנה געווען דעם ציבור מיט זיין זיסע שטימע, פון וואס דער ציבור האט גאר שטארק הנאה געהאט.
אן עלעקטרישן שטראם האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל, און דער גאנצער ציבור האט זיך געהויבן פון די פלעצער, און ענטוזיאסטיש אריין אין א געהויבענעם טאנץ אויפן פסוק "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו", ועון כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין זאל. דער רבי שליט"א איז געבליבן שטיין אויף זיין פלאץ בשעת דער גאנצער עולם האט זיך געפרייד בריקוד ושירה (זייענדיג אין יאר לאחר פטירת אמו הרבנית ע"ה האט דער רבי נישט אנטייל גענומען אין די ריקודין).
באלד נאך די ערשיינונג פון רבי'ן שליט"א איז הגאון הצדיק אב"ד קהל יטב לב דסאטמאר שליט"א פון וויליאמסבורג מכבוד געווארן צו זאגן די דרשה לכבוד היום. נאך א לענגערע צייט ארומרעדן איבער דעם גרויסן טאג האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים פון די מוסדות הקדושים וועלכע געבן זיך אוועק מיט מסינ"פ פאר די מוסדות. די דרשה פון רב שליט"א האט געהאלטן געשפאנט דעם ריזן ציבור און איז געווען א גאר שטארקע חיזוק פאר די עוסקים במלאכת הקודש אין די הנהלת המוסדות.
נאך די דרשה פון רב שליט"א האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו די סעודה, און מעריך געווען שלחנו הטהור אשר לפני ה' במעמד רבבות אלפי ישראל. דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן און געזאגט קדיש.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער חשוב'ער אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מוה"ר ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכער האט איבערגעגעבן א פונקטליכע באריכט פון די מוסדות און זיך באדאנקט פאר די חזוב'ע נדבנים וואס האבן בייגעשטייערט צום דינער מיט גרויסע סכומים.
ביים סיום פון זיינע ווערטער האט ר' מרדכי אלעזר אויפגערופען דעם חשובן נואם הכבוד, הגה"צ פה מפיק מרגליות רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד בשכונת ברך משה, קרית יואל.
דער קלימאקס פונעם מעמד און דער הויכפונקט פון דעם ליל ההצלה, איז געווען ווען מ'האט געהאט די זכי' צו הערן דעם משא דבר ה', בחובת השעה והזמן לרגל יום ההודאה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. נאך די דברות קודש האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגן טאנץ בזמירות שירות ותשבחות צו השי"ת.
אזוי ווי עס איז געווארן זייער שפעט האט מען נישט געהאט די געלעגנהייט צו הערן דברי בדחנות פון ר' יוסף קרוזער הי"ו, וועלכער האט געדארפט משמח זיין לכבוד דעם שבע ברכות.
-כל כנסי' שהיא לשם שמים סופה להתקיים- ♦♦♦
נשלח ב-29/11/2010 22:40
קליפ
כ'וויל דיך נישט חושד זיין צו זיין א זאלי
וואס האט זיך געשלעפט ביזן זאל צו קענען כאפען קליפ צו קענען דערפרייען די דעפרעסטע
די טויזענער עדות וואס זענען געווען אין זאל וועסטו נישט קענען פארדרייען קאן פאקטן
דיין קליפ הייבט זיך אן נאך די שיפן, איז ווען די רבי שליט''א קומט אריין צום מעמד,
וואס ווי באקאנט איז ער אריינגעקומען זייער פרי, ספעציעל איז דער עולם נאך געווען אינטערוועגנס ציליב די מאנגעל אין טראנספארטעישאן
נאכדעם מישטו צירוק צו די חזנות גאנץ אנהייב פונעם מעמד
נאכדעם מישטו צו די הדרן אויף מס' סוטה - וואס איז געווען קורץ נאכדעם וואס די רבי איז אריינגקומען
נאכדעם מישטו ציריק צו די הקפה ניגון וואס מ'האט געזונגען ווען די רבי שליט''א איז ארייגענקומען
נאכדעם מושטו צו ימים אל ימי מלך תוסיף ביים סוף פונעם מעמד
אא''וו, בקיצור עפעס ווילסטו דא ארום פאפען, מישט אהין אין צירוק
די ס''ה איז אז פין די קלימאקס וואס איז געווען ביי די דברות קודש פין רבי'ן שליט''א זעהט מען גארנישט... (ער לייגט די הדרן ווייל ס'קוקט אויס ווי די רבי שליט''א זאגט ד''ק, למעשה קען מען הערן ווי דער עולם שמיעסט אין גרויסען, אין די רבי זיצט אויף זיין פלאץ)
בקיצור די מאכסט די זעלבע פאלטשע ארבעט ווי ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהערטן
(דארט הייבט זיך אן די קליפ ווי ר' ארי' לייב גלאנץס באדאנקט זיך פאר די פאליציי נאכען מעמד, אין נאכדעם ווייזט ער די עולם ביי די ערשטע שעות פונעם מעמד, כו' מ'זאל מיינען אז ער עולם וואס מ'זעהט איז טיף אינמיטן די מעמד)
נייס טריי