| נשלח ב-29/11/2010 00:11 |
|
| |
אהרוינים אין וו"ב? 3971
די אהרוינים דרייען מיטן צינג יעדעס מאל מען פרעגט זיי איבער וויפיל קינדער זיי האבן אין די מוסדות אין וו"ב. יעדעס מאל מען פרעגט זיי זאגן זיי "איין מינוט איך דארף זיך דערמאנען וויפיל איך האב גענטפערט פאריגעס מאל די האסט מיר געפרעגט"... איין מינטו איז דאס איבער 6000 א מינוט דערויף איז דאס קנאפע 6000 און דערנאך קרוב צו 6000 אין די צייט וואס א שעה פריער איז דאס געווען אריבער 5000 דאס זעלבע איז מיט די קינדער אין מאנרא, אין דער בלאט איז געשטאנען אז עס לערענען דארט 6,500 און אויפן "נוי סוכה" פאמפלעט וואס זיי האבן באשטעלט ביי וקסברג שרייבן זיי 7,500
עס איז מיר נמאס געווארן האב איך מחליט געווען אריינצוקוקן אין די שטאטישע ביכער, די נומער וואס זיי שטעלן אהער איז 3971
אין די זעלבע צייט וואס די זאליס האבן 8177 איבער דאפלט
אין פראצענט קומט אויס אז די אהרוינים זענען "ווייניגער" ווי א דריטל!
קען איינער אויסרעכענען די פונקליכע פראצענט וואס יעדער האט?
http://goo.gl/SAAsF
די אהרוינים אין וו"ב זענען פארצייכנט אינטער KHHD Yoel Of Satmar BP
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 00:34 |
|
| |
איך בין נישט קיין אהרויני דעריבער דארף מען מיר נישט אויפקלערן אז די ב"פ'ע יו טי עי זענען זאליס פוקנט ווי אהרוינים אפשר נאך מער זאליס ווי אהרוינים. אבער לאמיר פארגינען פאר די אהרוינים די גאנצע צוזמאען מיט אלע זאליס דערין. האבן די זאליס אין בלויז אין וו"ב מער ווי די אהרוינים פון וו"ב און ב"פ צוזאמען!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 01:19 |
|
| |
איך ווייס נישט ווי סייענטיפיש די ציפערן פון דעם רעגירונג פראגראם זענען צו ארויסלערנען די פראצענטן פון די פארטייען אין וומ"ב,
קודם דארף נעמען אין באטראכט אז די ארונים מוסדות האבן נאר ביז נאך בר-מצוה, די אלע זעלסטשטענדיגע "תורה" ישיבות איז נישט אונטער זייער UTA מוסדות, און די צייט וואס די זאליס איז אלע ישיבות נכלל אינקלודינג זייער ישיבה גדולה אין קווינס מיט פילע פרעמדע בחורים וואס איז אפציעל אינטער 82, אויך שמועסט מען אז זייער כולל איז אויך איינגעשריבן אין דעם פראגראם,
איך האב גראדע געהערט אז ביי די אינגלעך קינדערגארטן, האבן די ארונים שוין איבערגעשטיגן די זאליס, די גרויסע אבערהאנט ווי די זאליס האבן זענען ביי די מיידלעך וואס זייער אסאך ארונים האבן נאך נישט געשפירט קיין שטיפ צו ארויסנעמען אין אפלאזן אלטע פרענדס,
גיי ווייס,
די איינציגע וועג וויזוי מ'קען ריכטיג וויסן איז נאר אזא סארט פנימי וואלן ווי אין קרית יואל, וואס איך זעה נישט וויזוי זאל צישטאנד קומען אזא מין זאך,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 01:39 |
|
| |
סקאט ביזט מכובד ארויף לייגן אלע פינקטליכע ציפערן אריינגערעכענט די תורה'לעך
די נומבערס פון סאטמאר מוסדות קען נישט ארייננעמען די קווינס בחורים, און אודאי נישט קיין כולל יונגעלייט, ווייל דער פראגראם איז נאר ביז זעכצן יאר,
בנוגע כיתה א' און ערשטע קלאס זיי מוחל שרייב א פינקטליכע נומבער פון כיתה' אלף'ס און ערשטע קלאס ביי די מיידלעך וועלן מיר זעהן ווער סהאט מער,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 01:45 |
|
| |
צוויי זאכן.
קודם כל, מיט אפאר וואכן צוריק איז געווען דא אויפן פארק א לינק, צו דעם זעלבן רעגירונג צעטל, און דארט איז געשטאנען אז יו טי עי האט עטוואס ווייניגער ווי 8,000
וויאזוי איז צוגעוואקסן אין א חודש נאך איבער צוויי הונדערט קינדער? ואת"ל אז יא, ווי קען זיין אז ביי די אהרונים איז גארנישט צוגעקומען?
נאך עפעס, בבקשה גדולה ווער עס קען ארויף שטעלן דעם זעלבן טשארט פון אפסטעיט געגנט אויך, דאס הייסט פון מאנסי, קרית יואל, וואלט געווען א געוואלדיגער תועלת.
תוקן על ידי אומזיסט ב- 29/11/2010 01:48:18
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 01:58 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | איך ווייס נישט ווי סייענטיפיש די ציפערן פון דעם רעגירונג פראגראם זענען צו ארויסלערנען די פראצענטן פון די פארטייען אין וומ"ב,
קודם דארף נעמען אין באטראכט אז די ארונים מוסדות האבן נאר ביז נאך בר-מצוה, די אלע זעלסטשטענדיגע "תורה" ישיבות איז נישט אונטער זייער UTA מוסדות, און די צייט וואס די זאליס איז אלע ישיבות נכלל אינקלודינג זייער ישיבה גדולה אין קווינס מיט פילע פרעמדע בחורים וואס איז אפציעל אינטער 82, אויך שמועסט מען אז זייער כולל איז אויך איינגעשריבן אין דעם פראגראם,
איך האב גראדע געהערט אז ביי די אינגלעך קינדערגארטן, האבן די ארונים שוין איבערגעשטיגן די זאליס, די גרויסע אבערהאנט ווי די זאליס האבן זענען ביי די מיידלעך וואס זייער אסאך ארונים האבן נאך נישט געשפירט קיין שטיפ צו ארויסנעמען אין אפלאזן אלטע פרענדס,
גיי ווייס,
די איינציגע וועג וויזוי מ'קען ריכטיג וויסן איז נאר אזא סארט פנימי וואלן ווי אין קרית יואל, וואס איך זעה נישט וויזוי זאל צישטאנד קומען אזא מין זאך, |
|
ואשיב על ראשון ראשון.
ביי די זאליס איז נישט אריין גערעכענט די ישיבה גדולה מיט אירע קרוב צו טויזענט בחורים כ"י, און אוודאי נישט דער כולל וואס די 2 רופן זיך אפיציעל u.t.s.
עס איז שוין א צייט צוריק אויסגעשמועסט געווארן אויפן פארק און אויף טוויטער.
דאס וואס דו האסט געהערט וועגן די אינגלעך קינדערגארטן, ווייס איך נישט, אבער מסתבר איז עס נישט. אז דו קענסט עס פראוון, הרי טוב.
אבער דער תירוץ וואס דו גיסט וועגן די מיידלעך, איז ווי דו פארשטייסט אליינס, שוין לאנג עקספייערט. עס איז גוט געווען פאר 4 יאר צוריק, נישט היינט. ווי ווייט איך ווייס, האבן די קינדערגארטן מיידלעך נישט קיין פרענדס, בעפאר זיי גייען אריין אין פרי סקול. סאו, קאט די קרעפ.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 04:51 |
|
| |
אומזיסט. ביי אונז איז די סקול ביז 12טע קלאס... 12-5=7טע קלאס. אבער ביי די זאליס איז עס=מצה טאש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 06:25 |
|
| |
איינער האט מיר יעצט געשיקט אין אישי א לינק פונעם זעלבן גאווערמענט סייט, ניו יארק סטייט באורד אוו עד, אבער אן אנדערן פראגראם, NO CHILD LEFT BEHIND, א פראגראם וואס בוש האט געמאכט, דארט זעהט מען אינגאנצן אנאנדערן בילד, ר' אהרן האט איינגעשריבן בערך 5600 קינדער, ר' זלמן לייב בערך 5800, א חילוק פון נישט מער ווי 200 קינדער, לפי זה איז ר' אהרן און רז"ל ממש חצי חצי דא איז דער גאנצער אישית, מיטן לינק:
|
איך האב נישט קיין רשות צו שרייבן אבער בלויז צו ווייזן ווי ווייט מען קען זיך פארלאזן אויף די גאווערמענט ציפערן אז כדי צו קוקן אויף די נאט טשיילד לעפט ביהיינד פראגראם, דארטן לויפט די ציפערן אנדערש.
די זאליס האבן דארט צוויי נעמען United Talmudical Academy מיט 2588 קינדער און דאן Beth Rachel School For Girls מיט 3224 קינדער אלעס צוזאמען איז 5812
די ארוינים האבן עטליכע נעמען KHHD מיט 4285 קינדער איחוד התלמידים מיט 984 תלמידים, קרן התורה 112 און היכל התורה 208 אלעס צוזאמען איז 5589.
איך האב נישט קיין השגה וואס די נעמען זענען און וואס די חשבונות זענען אבער עס ווייזט בלויז ווי פונקליך מען קען וויסן פון דעם
דא איז די לינק פון היי יאר
| |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 08:00 |
|
| |
איך האב באקומען אין אישי
די פראגראם פון נאו טשיילד לעפט ביהיינד, דארף מען נישט אריינגעגבן קיין נעמען מיט קין סאשעל סעקיורטי, מען שרייבט אריין וואס סלאזט זיך, אבער די אנדערע נאמבערס קומט פון די וועב סייט וואס די באורד אוו עדיוקעשאן פיילט,
איך ווייס נישט מער פרטים איך האב עס אזוי באקומען אין אישי
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 08:52 |
|
| |
שטארק מסתבר ווי פאול וויניק. אדרבה קוקטס די אנדערע מוסדות ביי ביידע פראגראמען, און זעט ווער עס איז מער קראנט.
----------
פריינדליך; סקאט האט געשריבן אז די אויבערהאנט וואס די זאליס האבן, איז בעיקר ביי די מיידלעך וואס ווילן נישט ארויסגיין פון דעם סקול צוליב זייערע פרענדס, און צו דעם האט ער עטעטשד אז ביי די אינגלעך אין קינדערגארטן האבן די אהרונים אפילו מער, איז דאך די קושיא, משא"כ ביי די מיידלעך? איז דער תירוץ, וועגן פרענדס. האב איך אויף דעם געשריבן אז במחילת כבודו האט ער נישט גערעדט צום זאך.
און לגופו של ענין, פארשטייט יעדער איינער, אז דער תירוץ פון פרענדס איז נאר גילטיג ביי מיידלעך פון היי סקול, אדער העכסטנס אביסל יונגער. און היות די טיילונג איז שוין געשען פאר 4 יאר צוריק, און די זאליס האלטן נאך אלס אן זייער באקוועמע 2 צו 1 מערהייט, איז זינלאז צו ענטפערן דעם תירוץ פרענדס.
וועגן די קינדערגארטן, ווארטן מיר צו הערן עפעס פראוו.
וועגן כיתה א', שרייבט רעביאנקל אין אנדערן פארום אז די אהרונים האבן 8 קלאסן, און די זאלי'ס 14. גוט, עס מאכט זיך איין יאר וואס די אויבערהאנט איז נישט ממש צוויי צו איינס. אבער האט געדולד, נישט אויף לאנג. אדרבה, פרעגט זיך נאך ביי די הנהלת המתיבתא, וויפיל פון זייערע יוצאים האבן חתונה קיין ווילי, און קאלקולירט אליינס דעם חשבון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 16:46 |
|
| |
רבותי אלע קליינע תורהלעך ישיבות האבן דאס יאר געפיילט פאר די פראגראמען צוזאמען מיט די אהרוינישע ת"ת, די איינציגסטע תורהלע ישיבה וואס האט געפיילט באזונדער איז קרן התורה און דארט געפינט זיך 99 דאס מיינט אז די אהרוינים זענען צוזאמען מיט אלע תורהלעך ישיבות 4070, דאס איז נאך אלס ווייניגער ווי האלב פון די 8177 וואס די זאליס פארמאגן.
עס איז נאך אלס גילטיג דאס וואס איך האב געשריבן "אויב געיבט מען פאר די אהרוינים גאנץ ב"פ צוזאמען מיט אלע זאליס דערין, קומט נאך אלס אויס אז די זאליס אין וו"ב, זענען גרעסער ווי די אהרוינים פון וו"ב און גאנץ סאטמאר ב"פ".
עס איז פארשטענדליך אז די אהרוינים וועלן פראבירן אויף אלע אופנים צו פארמינערן די באדייט פון די ציפערן, די ציפערן זענען שטארק ווי אייזן.
די געזעץ איז אז ווען מען גיבט איין פאר די פראגראמען (ווי שוין דערמאנט אז ס'גייט נאר ביז 16 יעריגע) דארף מען איינגעבן יעדן איינציגן תלמיד אפילו די וואס זענען זענען נישט עלעדשעביל, די לעצטע נומער אויף די רשימה איז וויפיל % פונם מוסד איז עלעדשעבל.
עס צייגט נאכאמאל אז די אהרוינים אין וו"ב זענען אפילו נישט א דריטל!
ליתר שאת וועל איך ברענגען א דוגמא פון באבוב: רב"צ האט 1168 רמ"ד האט 838
אין פראצענט איז דאס רב"צ 58.2 רמ"ד 41.8
משא"כ אין סאטמאר איז דאס רז"ל 66.8 ר"א 33.2 (דאס איז שוין מיט אלע תורהלעך ישיבות אריינערעכענט)
רמ"ד האט אריינגעביסן אין באבוב מער ווי ר"א אין סאטמאר... אמת אז די אהרוינים האבן א גוטע פראפעגאנדע אפאראט און זיי געבן נישט אויף זיי רעדן מיט א פעסטקייט אז זיי זענען די רוב אין סאטמאר, אבער אויב קוקט מען די אמת ציפערן און נישט די אהרוינישיע בלאט פארבערצירטע פראפעגאנדע שטעלט זיך ארויס אז ר"א איז אויף צרות. עס שטעלט זיך ווידער ארויס אז די אהרוינישע מלוכה איז נישט מער ווי א באלאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 16:50 |
|
| |
איינער האט מיר יעצט געשיקט אין אישי אז איך האב פארזען היכל התורה. ער איז גערעכט. איך וועל שפעטער מאכן די פונקליכע חשבונות, די חשבון אויף בערך איז יעצט ווען איך לייג צו אויך היכל התורה זענען די אהרוינים 34% און נישט 33%
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 17:36 |
|
| |
דאס גאנצע וואס מ'האט שווארץ אויף ווייס איז א ליסטע מיט נומבערס גארנישט מער, און איין ליסטע שטייט אז די אהרונים האבן 4000 און די אנדערער 5600, דאס זענען די פאקטן די איבעריגע דארף איך מיך סומך זיין אויף די עקספערטיז פון היידפארק ניקס,
למשל
דאס אז אין די ארונים ליסטע איז אויך נכלל די תורה'לעך, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק דאס אז די זאליס איז נישט נכלל ישיבה גדולה, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק דאס אז ס'נאר ביז 16 יאר, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק דאס אז איין ליסטע איז מער קראנט ווי די אנדערע, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק
ממילא גיי ווייס...
איך זיך נישט צו אפווענדן קיינעם אדער זיך טענה'ן, איך זיך פשוט צו פארשטיין, און אז איך ברענג ארויס א פוינט אדער א לינק וואס ווייזט אנדערע ציפערן מיינט נישט אז איך וויל איינעם אפווענדן איך ברענג נאר אראפ אלע פאקטורן און אזוי וועל מיר איניינעם פארשטיין בעסער, קען זייער מעגליך זיין אז די זאליס האבן טאפעלט קינדער און זייער וומ"ב מוסדות, און איך האב קיין שום פראבלעם צו מודה זיין,
אויסערדעם, צו די ציפערן פון די קינדער און די מוסדות איז א מעסטער פאר די פראצענטן פון ארונים/זאלוני אין וומ"ב בכלליות, איז א באזונדערע דעבאטע, למשל ווי ווייט איך ווייס אין מונרו זענען די ארונים אין די מוסדות כמעט 75% אויף די זעלבע לאנטש פראגראם ליסטע, און ביי די וואלן זענען זיי מערסטנס 60%, ס'דא אפי' אסאך זאליס וואס האלטן אז זענען 50% אין מונרו, נו וויזוי שטימט עס מיט די לאנטש פראגראם? אלא מאי איז עס אזוי, אז דער אלטער עסטעבלישט מוסד וועט אלס האבן א גרויסע אויבערהאנט, אפי' וואס למעשה זענען די עצם עלטערן קענען זיין מער די וואס האבן זיך פורד געווען, "נאר א סברא איך נישט צו אפווענדן"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 17:53 |
|
| |
אדרבה, ברענג אהער די קרית יואל'ע ציפערן, עמיר זען.
חוץ מזה, איז דער חילוק צווישן מאנרא און ווילי זייער פשוט. אין מאנרא איז קיינמאל נישט געווען קיין עמטליכע צייט פון ארויסנעמען די קינדער. דער גאנצער מוסד בכלל, איז ביז א יאר צוריק נאכנישט געווען פערטיג ביז היי סקול.
ממילא, האט יעדער טאטע ארויסגענומען די קינדער פון דארט, ווען ער האט געהאלטן פאר פאסיג. און פונקט ווי דו פארשטייסט, אז פאר 2 יאר צוריק, ווען דער מוסד האט נאך ניטאמאל געהאט דעם היי סקול, איז נאך געווען אסאך זאליס אינעם מוסד פון די אהרונים, האט זיך גארנישט געטוישט ווייל עס איז שוין דא א היי סקול.
בנוסף צו דעם האט דער מוסד געליטן און ליידט נאך אלס פון א שוואכע רעפוטאציע. אין א געוויסן זין.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 17:58 |
|
| |
וואס זענען די נומבערס פון כיתה א' וויפיל כיתה א' איז דא ביי די ארונים,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 20:29 |
|
| |
ווען מען פילט אויס א אפלעקאציע פאר לאנטש פראגרעם איז מענדעטארי (חיוב) אריינצולייגן וויפיל קינדער לערנען אינם מוסד אפילו די וואס גיבן נישט איין צו באקומען רעגירונגס הילף. און דאס איז יעדע מוסד באזונדער.
מיט לאנטש פראגרעם איז די שווערסטע זיך ארומצושפילן, עס זענען דא גאר שטרענגע געזעצן און קנסות. מען איז מחויב איינצושרייבן די סאשעל סעקיורעטי נומער פונם קינד, מען קען אויסלאזן דעם סאשעל סעקיורעטי נומער נאר אויב דאס קינד פארמאגט נישט אזאנס און אויך דעמאלטס דארף מען אריינשרייבן NONE, עס איז די פליכט פון די בהערדעטע צו וועריפייען די אינפארמאציע וכו', NCBL קען באקומען "געוויסע" אינפארמאציע פון די לאנטש פראגרעם אפלעקאציעס. אזוי שטייט קלאר אינם מעניועל פון די לאנטש פראגראם.
דעריבער איז נישט אנגענומען צו פעלשן אויפן לאנטש פראגראם.
נעם א דוגמא פון א קליינע מוסד ווי למשל קאשוי, נייטרא, תשב"ר וכדו' קוק די נומערן וואס געפינען זיך אויפן לאנטש פראגרעם ליסטע און פרעג זיך נאך די ביי וואס האבן קינדער אין די מוסדות און די וועסט זען אז ס'שטימט געוואלדיג!
NCLB נעמט אריין אין זיך צענדליגע און אפילו הונדערטער פיטישפקעס ווי העלפן א קינד לערנען שרייבן ליינען וכו', אויך העלפן אויפנעמען בעסערע טיטשערס וכו' דארט דארף מען נישט איינגעבן וויפיל קינדער לערענען אינם מוסד בכלל, מען גיבט נאר איין די וואס דארפן סעפציעלע הילף וכדו', אויף די רשימה קען זיין נומער איבערגעטריבן פון וויפיל תלמידים לערנען אינם מוסד ווייל יעדעס אפלעקאציע פאר יעדען קינד אויף יעדע סארט פראבלעם ווערט באזונדער גערעכענט. למשל, א מוסד פון 100 קינדער וואס בעט הילף צו שרייבן פאר 50 און בעט הילף פאר רעדן פאר 50 און בעט הילף צו ליינען פאר 50 (קען זיין אלס אנדערע 50 און קען זיין אלע 50 די זעלבע. אזא מוסד וועט ערשיינען מיט 150!... וואס דאס מאכט דאס אויסזען מיט 50 תלמידים מער ווי עס זענען באמת דא אינם מוסד.
משא"כ לאנטש פראגרעם ארבעט זייער פשוט: מען גיבט איין וויפיל קינדער לערנען אינם מוסד, מען בעט הילף (עסן) פאר די וואס ברויכן. א חלק ווערן אפגעווארפן, א חלק ווערן באשטעטיגט פאר 100% פינאנסירט דורך די רעגירונג און א חלק ווערן באשטעטיגט אלס "ריסאסד" (די שטאט צאלט א חלק) לאנטש. מיט די נומערן איז זייער שווער צו שפילן.
נישט לאנג צוריק האט א מוסד (בעסער געזאגט א זומער קאנטרי) געהאט איינגעגעבן נעמען אין די וועלט אריין (זיי האבן אויסגערעכענט בערך וויפיל קינדער וועלן זיין דעי קעמפערס אין זייער דעי קעמפ) מיטן חשבון אז "שפעטער" ווען מען "פיקסן" די ליסטעס, דערווייל האט זיך אנגעריקט א אינספעקטער אומגעראכטן. די נומערן וויפיל קינדער לערנען דארט האבן טאקע געשטימט אבער די נעמען נישט... דער מנהל המוסד (קאנטרי מענעדשער) האט באקומען א אפשען. "צאל צוריק וואס די האסט באקומען די לעצטע 5 יאר, זיי זיך מתחייב נישט צו נעמען די קומענדיגע 7 יאר. אדער גייסטו אויף טרייל". פארשטייט זיך ער האט צוריק געצאלט און אינטערגעשריבן אז ער וועט נישט נעמען. עכ"פ דא האבן די אהרוינים א פראבעלם צו פאטשקען נעמען אין די וועלט אריין. עס איז נישט א "נוי סוכה" סיין פון "וקסברג" ווי מען קען שרייבן וואס דאס הארץ באגערט.
 |
|
|
|
|
|