בית פורומים כל העולם כולו

שב''ק וויליאמסבורג אויף רעדער 3 גדולי הדור צוגאסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2010 00:58 לינק ישיר 
שב''ק וויליאמסבורג אויף רעדער 3 גדולי הדור צוגאסט

וויליאמסבוג האט שוין לאנג נישט מיטגעלעבט אזא געהויבענע שבת קודש
אינאיינעם מיט די 3 גדולי הדור פין די מערסט אנערקענטע רבנים בדורינו ביי רוב כלל ישראל
וועלכע האבען געפראוועט שבת שבע ברכות פין זייערע קינדער אין אייניקלעך אין וומ''ס

(לויט די עלטער)
- א גרויסע עולם האט זיך באטייליגט ביי די גרויסע טישן אין סקולען ווי די רבי שליט''א האט געוויילט לרגל די שבת ש''ב פין א אייניקל, די תפילות אין טישן זענען פארגעקומען אין סקולענער ביהמ''ד אויף קיעפ סט'

- א גרויסער עולם האט זיך באטייליגט אין עטרת אברהם ביי די שבע ברכות אין פשעווארסק, עס האבען זיך אנגעזעהן אסאך געסט לכבוד די שמחה, ספעציעל פרייטוג צו נאכטס ביים שבע ברכות
במשך דעם שב''ק האבען זיך אדורך געדרייט א ריזיגען ציבור תושבי וומ''ס אינאיינעם מיט די געסט ביי די טישן אין תפילות

- אין א גרויסער עולם האט זיך באטייליגט ביי די טישן אין תפילות אין סאטמאר ווי די רבי שליט''א האט געוויילט אויף שב''ק לכבוד די ש''ב פין א אייניקל
זייענדיג די ערשטע מאל וואס סאטמאר רבי שליט''א האט געפראוועט א שבת שבע ברכות אין וומ''ס - זינט ער האט איבערגענומען די נשיאות האט דאס געברענגט גרויס עקסטאז ביים גרויסן ציבור חסידי סאטמאר,
די געדרענג ביי די תפילות איז געווען ממש אין לשער, ליל שב''ק האט מען ארויסגעטראגען די באלעמער כדי מאכען מער פלאץ פאר'ן עולם אבער די גרויסע ביהמ''ד איז נאך אלס קליין געווען.
ווער רעדט נאך פין די גרויסע טיש ליל שב''ק מיט הויכע 8 שטאקען פארענטשעס אויף די לענג פין די גאנצע ביהמ''ד, אין נאכדעם די געהויבענע מצוה טאנץ, אשרי עין ראתה
ווער ס'האט זיך געקענט אריינשטופן צו כאפן א בליק האט געהאט א זכי אין ווער נישט... האט געמוזט בלייבן אינדרויסן

א שב''ק צו געדענקן
דער עולם איז מכובד מיטצוטיילן קרישקעלעך פונעם שב''ק העעל''ט


תוקן על ידי rebyankel ב- 29/11/2010 01:03:01





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 22:45 לינק ישיר 

געהויבענער שבת שבע ברכות אפגעראכטן בחצרות קדשינו אין וויליאמסבורג
א געהויבענער שבת שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש אין וויליאמסבורג.


ארום 35 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א מיט די חתן און מחותנים ארויס פון ביתו נאוה קודש ווי עס האבן באגלייט א גרויסע צאהל חסידים, און די זיידע'ס שליט"א.


דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה, און קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער זיידע הגה"צ מ'קאזלאוו שליט"א.


נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורך דעם רבי'ן שליט"א פאר גוט שבת זאגן.


דער סעדות שבעת ברכות פאר די בני משפחה איז געפראוועט געווארן אין אפריון זאל הארט נעבן ביהמ"ד הגדול.


ארום 9:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום טיש, ווי עס איז געפראוועט געווארן א גאהר דערהויבענער טיש מיט פילע טויזענטער חסידים לכבוד די שמחה בבית רבינו שליט"א.


עס האבן זיך אנגעזעהן ביים טיש מערערע רבנים ואדמורי"ם שליט"א וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש, ובתוכם האדמו"ר מ'בית יצחק ספינקא שליט"א, הרה"ג דומ"ץ פאפ ב"פ שליט"א, און נאך.


מיט כל מקודש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף משה מייזליש שליט"א אבד"ק לאסק, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' לייבוש רוקח שליט"א ברידער פונע'ם מחותן אבי החתן שליט"א, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויף די רש"י ביקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף, און אויסגעטייטשט בדרך אגדה און משלב געווען מיט די שבע ברכות. נאך די תורה האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען מענין לענין א מעשה פון הייליגן צאנזער רב זצ"ל מיט בנו דער גארליצ'ער רב זי"ע.


מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יעקב יוסף טוערסקי שליט"א בן האדמו"ר מ'סקווירא שליט"א וועלכער האט געוויילט אין וויליאמסבורג לרגל די שמחה בחצרות קדשינו, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א ברידער פון אבי הכלה הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן.


מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א רב דק' ראשית חכמה מאנטריאל, ביי די שבע ברכות זענען מכובד געווארן רבנים וקרובי המשפחה ווי הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא ב"פ, הרה"ג רב דק' אוהעל שליט"א, הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א, און נאך, מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.


עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זי"ע וועמענס יארצייט עס געפאלט די וואך, און באלד דערנאך איז דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו ארויף אויפ'ן שלחן מלכים אויפצורופן מרן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ.


א מחזה הוד איז געווען בשעת ווען דער ביהמ"ד פול געפאקט טאנצט קוקעננד'יג אויף די עבודת הקודש פון רבינו שליט"א ביי די גאהר געהויבענע מצוה טאנץ וועלעכע האט גענומען א לענגערע צייט. נאך ווי דער רבי שליט"א האט געענדיגט צו טאנצן האט ער מכבד געווען די אנדערע זיידע'ס שליט"א און אזוי אויך די צוויי מחותנים. דערנאך האט מען געטאנצן אז ביום השביעי.


שב"ק בייטאג האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ דער סיגעיט'ער רב שליט"א.


דער בייטאג טיש האט דער רבי שליט"א געפראוועט אינאיינעם מיט די געסט וקרובי המשפחה בביהמ"ד המפואר, און מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יעקב יוסף טוערסקי שליט"א, און מיט די ברכות זענען מכובד געווארן בני כ"ק מרן רבינו שליט"א.


ביי שלש סעודות האט זיך די רבי געשטעלט אויף די רש"י ביקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף, און אויסגעטייטשט בדרך מוסר בעניני קדושה.
♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שב''ק וויליאמסבורג אויף רעדער 3 גדולי הדור צוגאסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext