בית פורומים אידישע געדאנק

ראו מה בין בני לבין חמי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2010 19:17 לינק ישיר 
ראו מה בין בני לבין חמי

            כיודע אז נאך די מלחמה ווען די היימישע יודן זענען געקומען קיין אמעריקע, האבן זיי גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי די משגיחים זענען געווען די שוואגערס, נירברטער רב און  סוגיט'ער רב ז''ל. לאחר פטירתם זענען זייער קינדער אויך אריין אין די ליין, נירברטער רב שליט''א ארבייט פאר מיל מארט לשם פרנסה, און ווידער רבינו מהר"א שליט''א פאר קרית יוא' שחיטה לשם שמים (ווייל ער איזמפקפק אויף די שחיטה, סאיז לבו נוקפו ועוד) יעצט די סיסטעם ביי מיל מארט ארבייט אז אויב עס מאכט זיך א שרוריא וועגן די פלייש(נידלען די כרס, חלב על הכבד וכדומה) שרייבט די נירברטער רב א תשובה לכל מאן דבעי למידע, פאר וואס ער האלט אז ס'איז כשר.

אבל רבינו מהר"א שליט''א מדה אחרת יש לו......


ביטע משלים זיין





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 19:38 לינק ישיר 

ווען עס מאכט זיך א שאלה וועגן שטעכן די כרס פונם בהמה רופט רבינו שליט"א א אסיפת הרבנים, ווען עס מאכט זיך א מאסקאווי פרשה רופט רבינו שליט"א א אסיפת הרבים וכו' וכו' ער האלט נישט די זאך פאר זיך אלס א סוד אזוי ווי זיי

ראו מה בין בני לבן חמי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 19:29 לינק ישיר 

איך וועל משלים זיין

ביי מהר"א אויב זאל זיך מאכן אז ער האט געשאכטן בדיעבד מוסקאווי, וואס איז כשר לכתחלה לויט אלע גדולי האחרונים, חוץ א אונגארישער פראפעסער און די אינטערנעט, וואס לפי זה איז א דבר פשוט, אז ס'איז סך א גרינגערע שאלה ווי וואס מאכט זיך יעדן טאג אין אלע היימישע בית השחיטות, און דער בעל מכשיר איז עס רעגלמעסיג מתיר, מסתמא מיט רעכט, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפין, מוז אבער מהר"א מפרסם זיין אין אלע צייטונגען יעדע מינדעריקע שאלה, כאטשיג דער בעל מכשיר האט עס קלאר מתיר געווען, אין אויב לפנים משוה"ד ר' אהרן מאכט א ריקאל, קעגן די הוראה פון די בעלי מכשירים, מיינט עס גאר א "קאווער אפ",

דאס איז דער ראו מה בין בני...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראו מה בין בני לבין חמי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext