די אהרונים האבן אנגעהויבן א ברעינוואשינג קאמפיין מיט די ציפערן פון די סאטמאר'ע מוסדות איבער די גארער וועלט. עס איז א ליצנות זיך אפילו צו באצוען צו זייערע דברי הבל ורוח, געבויעט אויף אפאר בלאט שרייבער און מח וואשער.
דער אמת האט זיי אבער געפלאצט אין פנים, ווען ביי א מסיבה וואס זיי האבן געמאכט פאר די מיידלעך אין בארא פארק מיידל שולע, האבן זיי אנגעהויבן ווייזן סליידס אויף די כלי. די סליידס זענען געווען אין א רייע אנגעהויבן פון רבין זצ"ל דערנאךפון רבין דער ברך משה (א אמעריקאנע המצאה). דערנאך האבן זיי אנגעהויבן צייגן מראות קודש פון דעם קרית יואל'ער עם הארץ, אזוי אז די מיידלעך זאלן זיך אנזאפן מיט קדושה זעענדיג זיין הייליגע צורה, וואס עס איז קיין ספק נישט אז א מיידל וואס וועט דאס זען וועט קיינמאל אין איר לעבן נישט גיין אנגעטון אזוי יום טוב'דיג, און אוודאי נישט שיקן הונדערט טעקסט מעסעדזשעס אין איין מינוט.
ווי שאקירט זענען זיי אבער געווארן ווען ספאנטאן האבן זיך איבער א האלב פון די מיידלעך גענומען האקען און יאקען די קולות הוווווווווווו האט פארדינט דאס זייניגער און זיי האבן, ווי פארשטענדליך, גלייך אויסגעלאשן דעם סקרין און געמוזט פארענדיגן די מסיבה צוליב דעם וואס דער זאל האט זיך איבערגעקערט פון די חרפות און בושות.
אצינד זיצן די אהרונישע קארפן קעפ ביי מלכות-וקסברגר און פרובירן אהערצושטעלן א פרישע דיאגראם פון א טייטלבוים וואס ענהאלט זיך נאך פרישע פינעף הונדערט מיידלעך אין בארא פארק, צו פארדעקן זייער דורכפאל...
נשלח ב-2/12/2010 03:57
גערעדט מיט עלטערן וואס די קינדער זענען דארט געווען, זיי זאגן אז זיי האבן מורא געהאט אז מען ווייזט ויידיאס פון ר' אהרן אפשר וועט אויפשפילן די ניבול פה דרשות פון אהרן ווי ער רעדט וועגן מיידלעך (וואס גראדע באותו זמן בשעת די מעשה האט ר' אהרן גערעדט אין פאלאסקי פון דעם ענין וואס די טעיפס ווערן געהאלטן אין געהיים), האבן זיי אנגעהויבן מאכן א בהלה און אפגעשטעלט די זאך באצייטענס,
נשלח ב-30/11/2010 08:04
די גרינגסטע וועג ארויס...
rebyankel כתב:
סקאט, זיי רואיג דיגאנצע אשכול איז געבויט אןיף א געבעקס פין זייער טעקסט מעסעזשעס אין האט גאנישט מיטן מציאות ווי די עבר, דאס בלויז נאך א אשכול און די רייע פון אשכולות אין ליכט פין דעם שיינעם ט''ב וואס די אמת טוט אזוי וויי
נשלח ב-30/11/2010 03:30
בחורים זענען אסאך מאל געווען ארמיי פון פאליטיק, אבער קיינמאל האט נישט דער ראש ישיבה אזוי געהעצט בחורים צו שלאגן ווי ר' אהרן האט געטון די לעצטע צוואנציג יאר, און אלע יארן פון די בני יואל פלעגט מען רעדן אין די חדרים און בית רחל, קעגן די בני המן,
דיין רבי האט געעפנט זיין פי האתון פאריגען מוצאי שבת און געזאגט מען זאל אנזאגן די קינדער זאלן זיך נישט חבר'ן מיט די מאנהעטענע קינדער ( זיין נייער ניק פאר די זאליס) נא זאג די ווער פרעדיגט קינדער צו פירן מחלוקת,
ווען די קאורט האט געצווינגען צוריקנעמען אלטר משה גאלדבערגערס קינדער אין די קרי מוסדות, האט אהרן באפוילן צו מאכן א קבלת פנים, אלע קינדער פון תלמוד תורה זענען געווען אויסגעשורה'ט און מ'האט באשריגן אלטר משה'ס קינדער, דאס איז נישט קיין פאליטיק? דאס הייסט נישט געמישט קינדער און פאליטיק?
דאס מיינט זיך געבאדן אין בלוט פון אידישע קינדער,
נשלח ב-30/11/2010 00:18
סקאט, זיי רואיג דיגאנצע אשכול איז געבויט אןיף א געבעקס פין זייער טעקסט מעסעזשעס אין האט גאנישט מיטן מציאות ווי די עבר, דאס בלויז נאך א אשכול און די רייע פון אשכולות אין ליכט פין דעם שיינעם ט''ב וואס די אמת טוט אזוי וויי
נשלח ב-30/11/2010 00:12
סקאטמאלען כתב:
דאס האט מען נישט געזען אפי' ווען אהרן האט געפירט די געשלעגן קעגן בני יואל די אלע יארן,_________________
די ווייסט נישט אז סאיז געווען משה גבאי נישט דער ...............
_________________
נשלח ב-29/11/2010 23:59
אין נאכדעם די ביסט נישט קיין ק"י'ער ווייל אויב יא וואלסטו געדענקט די מעכטיגע קולות וואס די באסעס מיט ליכטיגע קינדערלעך סיי יונגליך אין סיי מיידליך אויפן וועג צי אין פין תורה לערנען פלעגן מאכן ווען די באס איז אריבער געפארן א הויז וואס דארט איז געווען א "מתנגד"
_________________
תוקן על ידי דער_אקס ב- 30/11/2010 00:10:47
נשלח ב-29/11/2010 23:55
קודם לויט די תקנות דארף מ'שרייבן א ר' ביי דעם סבלן אויב שרייבט מען זיין נאמען
ס'טאקע הא לן...ווייל דארט איז עס געווען איין צידרייטער דוד עקשטיין, און דא קוקט אויס ווי די אייגענע עלטערן האבן אריינגעגעבן די השגות אין די מוחות פון די בנות ישראל...דאס הייסט יתן מזרעו למולך, צו גיין אויפקלערן א אידיש מיידל מיט די נארישקייטן און זיי ערציען מיט חציפות...רח"ל
דאס איז דער יסוד חילוק צווישן ענק אין די ארונים, פאר ענק איז די גאנצע מחלוקה א יסוד פון אידישקייט צו אריינבראטן אז אהרן איז א קליפה, ס'איז א לכתחלה שבלכתחלה, ווידער ביי די אלגעמיינע אהרונים איז עס א בדיעבד שבדיעבד, זיי רעדן נישט צו די קינדער פון די ענינים, זיי וואלטן זיך געוואונטשן זאל שוין זיין שלום, פארשטייט זיך ס'אלס דא א יוצא מן הכלל אבער דאס איז דער אלגעמיינער חילוק
קוק די קליפ אין מונרו ווען די זאליס האבן פראטעסטירט ביים אפשפארן די רביצין שול, זעהט מיין זיסע קינדערלעך מיט די באחנטע לאקעלעך אין ציצית, שרייען מיט זיסע קעלעכלעך הויך אויפן גאס מיט זייער אייגענע טאטעס אין די זייט "אהרן טייטלבוים פוי!"
דאס הארץ בלוטיגט דאס צו זעהן!!
_________________
נשלח ב-29/11/2010 23:20
איך בין געצווינגען מודה צו זיין אז זייט א גרופע טאטעס האבן זיך צוזאמענגענומען און שטרענג געלאזט וויסן פאר די פירער אז זיי וועלן ארויסנעמען די קינדער פון ישיבה אפילו אינמיטן זמן, זייט דעמאלטס ווייסן די בחורים טאקע כמעט גארנישט. עס זענען שוין געווען 5 חתונות און די בחורים האבן נישט קיין אהנונג... קיין פאשקעווילן, שרייען נישט נאך די פרויען, פארגעסן פון פאני קאלס. סך הכל איז פון די גאנצע מערכה געבליבן איין צודרייעטער קיעלע וויינשטאק, און די בחורים ווייסן "קוים".
פארט שטעל איך די אהרוינים אויף די חזקה אז עס וועט נישט לאנג אנהאלטן און א פרישע מערכה וועט אינטערקומען, לויט געוויסע מקורות איז שוין די ציל גרייט, מען ווארט נאר אויפן לעצטן ווארט.
נשלח ב-29/11/2010 23:18
טריי צי ווייזן א קליפ פונעם רבין פאר דיין זוהן
_________________
נשלח ב-29/11/2010 23:15
נחזור לענינינו
די מיידלעך זיצן שטיל און קוקן זיך צו צום הערליכן קלסטר פנים פונם עם הארץ = אלע תלמידות אהרויניטעס די מיידלעך ברימען און לאכן ווען מען צייגט קלסטר פנים פונם עם הארץ = מען ערציט די מיידלעך צו דרעק
סקאט, דיינע בחורים ווערן געזען בעצם יו"ט צוברעכן א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול = ערציען בחורים צו ערליכע קנאות... און די קומסט מיר נאך פארקויפן אז זיי ווייסן קוים פון די זאכן, זאל דער רבוש"ע אונז שומר ומציל זיין פון דיינע וואס ווייסן שוין מער ווי קוים...