איך ווייס נישט דאס פשט פארוואס זיי באהאלטן דאס. אבער היינט האב איך בטעות פארטוישט מיט די לעצטע נומבער ווען איך האב געדיילט צו קול סאטמאר האטליין. איך בין אנגעקומען צו קול מבשר'ס האטליין ליין.
האב איך געטראכט עס קען פאר גרינגערן פאר די מענטשען וואס ריפן ביידע האטליינס.
קול סאטמאר 718-305-6942.
קול מבשר 718-305-6943
נשלח ב-30/11/2010 07:51
די ארונים האבן אים יארן געפרעשערט ער זאל קרוינען דעם סבלן פאר רבי, ער האלט אהער נישט ביים פארלירן די קאסטימערס, האט ער געמאכט מיט זיי א דיעל אז ער וועט ארויסהעלפען קול הסבלן, ער איז מחיה דערמיט סיי די ארונים אז ער העלפט זיי, און סיי די זאליס אז מיר קענען הערן די פערל ווערטער פונעם הייליגען סבלן, פארוואס אבער האקט ער פון מאל צו מאל איבער די האוק-אפ אינמיטען די זיסע דרשות? עס איז נישט קיין יושר אז מיר זאלן נישט קענען הערן די וויכטיגע רייד.
נשלח ב-30/11/2010 21:50
סעלפאון, איך האב שוין געמאכט דיין יעצטיגע טעות פאר עטליכע יאר צוריק, אבער אבער עס איז בכלל נישט אזוי צו דער זאך, ווייל רוב מאל איז עס נישט געהעריג גע'אפדעיט, קיין לייו האקאפס קען מען דארט נישט הערן און נאך פילע זאכן וואס איז נישט צו דער זאך אויף די נומבער
נשלח ב-30/11/2010 22:38
לדעתי קען מען צו זלמן ווידער נישט האבן קיין שום טענות, ווען ער וואלט ווען געווען א נייטראלער וואס איז נוטע צו די אהרוינים, קען מען האבן טענות אויף אים. אבער למעשה איז ער א אהרויני דעריבער איז גאר שיין פון זיין זייט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג אין די סאטמארע פאליטיק טראצדעם וואס עס קומט אים אסאך מאל אן שווער צוליב זיין נאציאנאליזעם. און דאס טאקע איז די סיבה פארוואס ער האט נישט קיין קאמפעטישאן.
נשלח ב-30/11/2010 23:03
זאל די אשכול דינען פאר א סעמפל, ווי ווייניג סעלף רעספעקט ענק האבען קומט דא א אינגערמאן וואס האט געלערנט אין קווינס אין ענפנט א ביזנעס אין מאכט אפ זיך צו האלטן גענצליך נייטראל אבער די זאליס וואס האבען מידות מגינות האלטן עס נישט אויס זיך אנצושטויסנדיג יעדע מאנטוג אין דאנערשטוג מיט א ''לייוו הוקאפ'' פין די ארונים, וואס באשטעטיגט ''די ארונישע עקזיסטענץ'' טראץ וואס דא אויף היידפארק האלט שוין ר' אהרן כמעט ביים פארקויפן פענסל'ס אין בעיסוואטער (כלשונו) ע''כ עפנען זיי א מערכה קעגן קול מבשר איי, לייג ארוף הוק אפ'ס פין דיינע מסיבות, ער האט דיר עס נאך קיינמאל נישט צירוקגעוויזען (ער שטעלט צו הוקאפס ווען ענק בעטן אנגעהויבן פין ענקערע טעגליכע פיקעטינגס אין מאנהעטן, אא''וו) ער שטעלט זיך צו צי יעדן אייניג ציברעכן וועלן ענק אים נישט קענען סיי ווי, ער שטייט ב''ה זייער שטארק יעדער 'מענטש' וואס הערט אים אויס קען עדות זאגען אז ער האלט זיך גענצליך נייטראל זאל נאר יעדער זעהן וואסערע מין קראנק מ'דארף האבען צו זיין א 'זאלי'
וועגן די נומבער'ס די נומבער האט קול סאטמאר גענומען נאך קול מבשר (6942 איז סטמר למספר קטן) אין ער איז נישט שילדיג וועגן דעם זיי האבען געקויפט דעם סיסטעם ביים זעלבן פלאץ
נשלח ב-30/11/2010 23:29
אין דעם אשכול האבן געשמועס סך הכל 5 מענטשן, דריי זאלוינים און 2 אהרוינים.
די דריי זאלוינים סעלפאן, ספרינטער און פריש (איך בין נישט זיכער אז סעלפאן איז א זאלי), האבן גערעדט בלויז טעכניש, קיינער פון זיי האט נישט געפנען זיי א מערכה קעגן קול מבשר, נישט פראבירט צו צוברעכן, וכו'.
יעצט צו דיין תגובה. מען קען מאכן א ברכת שהחיינו בשם ומלכות! עס איז א ערשטע מאל אין היסטאריע וואס דיין שנאה אנגעפיקעוועטע ניק נעמט זיך אן פאר "א זאלי" (די פראבירסט דאך אים צו פארקויפן אלס א זאלי)... דאס אליינס צייגט אז די זאליס זאגן אמת ווען זיי זאגן אז ער איז א אהרויני. ווייל אין די היסטאריע האט נאך נישט פאסירט אז די זאלסט זיך אנעמען פאר א זאלי, אדרבה די שמימפסט בשמוצט און באזידלסט אפילו ווען יענער איז גערעכט...
איך אליינס קען נישט אפשאצן צו ער שטיפט די אהרוינים מער ווי די זאליס ווייל איך קען נישט די אינערליכע פאליטיקס. איין זאך איז זיכער, אז די אהרוינישע האק אפס זענען זויבער קלאר און די זאלוינישע האק אפס זענען זייער נישט קלאר. ווער עס איז שולדיג אין דעם? איך ווייס נישט.
נאך א נקודה, ווען עס איז דא א מצב ביי די אהרוינים וועלן ע"פ רוב זיין גענוג ליינס און ביי די זאליס וועלן זייער אסאך מאל די ליינס זיין ביזי. ווער איז שולדיג דערויף? איך ווייס נישט
די איינציגסטע טענה וואס די זאליס האבן דא ארויסגעשטעלט קען אים איז אז אינמיטן ר' אהרן'ס דרשה האט זיך די ליין אפגעהאקט... ווער איז שולדיג דערויף? די זאליס אליינס זאגן אז די אהרוינים האבן דאס דווקא געטון...
נשלח ב-30/11/2010 23:54
Zalmen Wieder didnt learn in Queens, just another lie from the aroinim
נשלח ב-1/12/2010 02:02
זלמן צוזאמען מיט די אזוי גערופענע קול מבשר. באמת דארף מען דאס אנרופן ביים נאמען שמוציגע וואסער וויילער איז מחטיא את הרבים. ער פיטערט אן די תמימות'דיגע תינוקות של בית רבן מיט דברים בטלים און מיט זיינע סחורה וואס ער מיט הערשל פרידמאן האבן זיך אנגעליינט אויפן אינטענעט זענען זיי ממציא פאר די אלע בחורים'לעך מיט נייעס און אינטערוויאס און דאס איז גורם אסאך ביטול תורה. מיין איידעם האט מיר פארציילט אז האט באמערקט זיין בר מצוה בחור'ל ווי ער הערט דאס אויס, האט ער עהם פארגעהאלטן היתכן צו הערן אזעלכע דברים בטלים. האט ער זיך פארענטפערט אז ער הערט דאס נאר ביינאכט נאך די סדרי הלימודים, אבער זיינע חברים רופן אויך פון חדר אינדערפרי תיכף ווען ס'קומט ארויף די נייעס 10 אזייגער און די נייעס שטערט זיי דאס לערנען ווייל ס'פילט אן דעם קאפ מיט דברים בטלים. יעדן טאג מיט פרישע שטותים. נישט ווי א איינמאליגע זעלטענע נייעס, נאר חדשים לבקרים. געהערט אז די בחורים ליינען דאס.
ער וואלט געטוהן א גרויסע מצוה אויב ער וואלט געפענט א עכט גוי'שע נייעס ליין וואס אידישע קינדער פארשטייען נישט די שפראך אזוי גוט, ער זאל ארויף שטעלן גוי'שע רעדנער. און מונע זיין ביטול תורה פאר טויזענטער תינוקות של בית רבן.
נשלח ב-1/12/2010 04:26
איך האלט נישט ביסט אזוי גערעכט, ווייל אסאך אידען וואס פלעגן הערן ראדיא ווייל זיי האבן געוואלט הערן נייעס, הערן היינט שוין נאר אויף קול מבשר און נישט די ראדיא, נאר וואס דען? ער רעדט שוין אפשר צופיל. אסאך פון די אונטערוויאוס זענען אנגעפילט מיט אפיקורסות און ציונות, איך בין זיכער ער טיט עס נישט במזיד, פונקט ווי יעדע צייטונג קען אמאל דורכפאלן. אבער און פאליטיק בין איך מודה ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געמישט. די איינציגסטע זאך וואס מען קען אים אפשר באשולדיגען איז פארוואס ער וועט אייביג שטעלן די זאליס אויף #2 אבער די ארונים אויף #1, אויב טיט ער דאס בדווקא איז עס זיכער וועגן די ארונים האבן אזוי פארלאנגט פון אים אין ער האט עס זיי גערן נאכגעגעבען, וויסענדיג אז די זאליס וועט עס גאר ווייניג מאכן א חילוק.
נשלח ב-1/12/2010 07:40
He Makes the aroinem for #1 & the zalys for #2 because R'Aron is the older brother!! & Every Neutral text message group or news paper do the same thing
נשלח ב-1/12/2010 08:06
liner1 please write yiddish זייער פיין טיט ער, ר' זלמן חזק ואמץ. און צי דיר רבי יענקעל האסט מיר נישט גיט פארשטאנען, דארפסט נישט אויספראקן די גאנצע זאלי פארטיי פאר שלעכטע מענטשען, איך ווייס נישט ווי האסט געזען אז מען זאל אים אראפרייסען.