בית פורומים כל העולם כולו

קונטרס "סאטמאר בתפארתה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2010 01:11 לינק ישיר 

nys10952 כתב:
איך גיי מיך נישט אנעמען פאר די בני יואלע חברה

נאר זאסט פאר די רעקארד'ס ב"י האט גארנישט גערידערט אקען דעם רבי'ן די ברך משה ביז די פרשה פין די רבנות אין ק"ינאך מער לעצטענס האבן זיי ארום געשיקט אויף די פאסט א ביכל וועגן די סידור קדושין פרשה רעדן זיי דארט נישט קיין ווארט אקעגן דעם ברך משה אפי' יעדער איז מודה אז זיי האבן אריינגעכאפט גיטע מכות פין עם (סאיז זיך זיי געקימען גאנטץ גיט.... איך רעדט נישט יעצט פין דעם) אבערביי די פרשה פין די רבנות האבן זיי לויט זייער מיינוג געהאלטן אז אזא איינער טאר נישט ווערן רב מאיזה סיבה שהיא צי וועגן וויזניץ עברית א. א. וו. האבן זיי נישט געוואלט אנעמען זיי רבנות אבער צי קימען זאגן אויף א ציבור אידן אזעליכע ווערטער איז נישט אויס געהאלטן זיי זענען בכלל נישט דע סארט מענטשן זיי מאכן קיינעם נישט אוועק זיי האבן זייער מיינונג לגבי מהר"א אבער אנדערע רבנים אדער ערליכע אידן קיינמאל אין קיינמאל האט מען נישט געהערט ביליגע ווערטער אויף רבנים ווי א שטייגער למשל פאסט טרעגער אויף א דיין אפי' דער דיין האט זיי ג'אסרט אין מצער געווען


שקר
די מערכה קעגן ברך משה האט זיך אנגעהויבן בחיו פין רבי'ן ז''ל כדיוע
און האט האט זיך פארשטערקערט נאך די פטירה פין רבי'ן ז''ל
אין ביי יעדע זאך אויף וואס זיי האבען זיך געקענט ארויפכאפען האבען זיי געמאכט איבערקערנישן, אין דאס איז געווען זייער גאנצער ציהל
ביז תשמ''ט ווען די גדולי הדור בראשות רבינו בב''מ ז''ל מיטן מנחת יצחק ז''ל ובית דינו זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור קעגן זייער נייע מוסד
אוודאי היינט צו טאגס פראבירן זיי צו שרייען אז זיי האבען גארנישט געהאט קעגן ברך משה ז''ל, - אבער ס'איז א שאד צו פארדרייען פאקטן
ווער געדענקט דען נישט ווען די בני פיגא האבען אים 'געקלאגט' אין קארט, אין ביז זיין לעצטע טאג ווען זיי האבען געמאכט פראטעסטן לעבן די אוהל הק' אין בית החיים.
ס''ה ווילסטו ריינוואשען דעם בועט באביו פאר חנפנ'ן מענטשן וואס האבען געטרונקן בלוט פין זיין טאטע, אבער ס'איז באמת א שאד

אין וועגן זייער מיינונג אויף רבנים היינט צו טאגס
איך זעה נישט וואס די האסט פין סתם שרייבן שקר
כ'רעדט שוין נישט פין קעציל פרעצל, כ'רעדט פין די ניוויל פה קעגן יעדן רב וואס מ'פלעגט מנוול זיין אין יד פארשפארטע ווערצהויז בבית הרבנית ע''ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 02:40 לינק ישיר 

ס'איז געווען לעצטענס אן ארטיקל אין "בלאט" בנוגע וואס דער רבי זי"ע שרייבט אין ויואל משה וועגן "שכחת דרך הבעש"ט", האבן זיי דארט מעתיק געווען צום סוף פון אייניגע שטיקלעך ספה"ק "דברי יואל" אז עס איז דא א הבטחה פון רבוש"ע אז ביז ביאת הגואל וועלן זיין מנהיגים ביי כלל ישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 03:28 לינק ישיר 

ווער געדענקט דען נישט ווי די זעלבע בני יואל המבזי הספרי תורות בשווקים וברחובות פון קרית יואל, האבן פאר פסח תש''מ אין די מצה בעקערי אויף בראדוויי אריין געווארפן טייגלעך אין אויוון און מיט שפאט געשריגן "דער סיגוטער אין אויוון אריין", זיי האבן געצאפט דאס בלוט פון ברך משה אסאך בעפאר דעם התמנות פון רבינו שליט''א אלץ רב ור''מ קרית יואל, זייער ציל איז נישט געווען דער רב, זייער ציל איז געווען דער ברך משה זעלבסט און געניצט דעם רב אלץ מיטל צו פייניגן דעם ברך משה, ווייל זיי האבן געוויסט אז נפשו קשורה בנפשו. היינט צו טאג ווען דער ברך משה איז שוין נישט דא בתוכינו, ווילן זיי איבער דרייען די היסטאריע, האפענדיג אז דער זכרון  איז אפגעשוואכט, און מיר האבן פארגעסן, אבער מיר געדענקען גאנץ גיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 05:02 לינק ישיר 

די טעוועלע האט אויך נאר געמיינט רבינו שליט"א?

די איבערקערעניש ביי קרית ויואל משה האט אויך נאר געמיינט רבינו שליט"א?

די גאנצע מערכה ביי די ירושה פון רבין ז"ל האט אויך געמיינט רבינו שליט"א?

די בריוו ווען דער ברך משה איז געפארן קיין א"י תשל"ח האט עס אויך געמיינט רבינו שליט"א?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קונטרס "סאטמאר בתפארתה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.