משה טייערער, ביסט אריין אין א שלעכטן דיירעקשן, צו זאגן אז דו ווייסט פארוואס יענעמס קינדער קוקן ליידער ליידער אזוי אויס, איז זייער א שלעכטער וועג, יא, איך אליינס ווייס פון אסאך ארונישע קינדער וואס זענען ליידער אראפ פון וועג, אין יא עס איז דא געציילטע פראבלעמען ביי בני יואל אויך, אבער דער וועג פון שרייבן איז ראנג, קיינער איז נישט פארזיכערט, מיר לעבן אין א וועלט פון השחתה, הסתר פנים, כפירה מיט מינות, אין מען דארף גרויס רחמי שמים אז אונזערע קינדער זאלן נישט זיין קיין גאנצע גוים רח"ל, (ווער עס האלט אז איך רעד צו ווילד ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך אין די גאס, אין די ישיבות, אין אין די מיידל סקולס)
איי וועסטו פרעגן יונה טוט עס דאך יא, זאלסטו וויסן אז יונה קיין חילוק ווער ער איז, איז עתיד ליתן את הדין, איך זאג דיר אז די ווילסט נישט זיין אין זיינע שיך, וד"ל, עס איז געשמאק יענעם צו פליקן נאך דערצו אז מען האט אזא גוטס, אבער בלוט איז נישט הפקר, אין אויסשמירן פריוואטע מענטשן'ס פראבלעמען אויף היידפארק איז נישט א פעקל וואס דו ווילסט טראגן אויף דיר.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 01/12/2010 18:56:33
|
|