בית פורומים כל העולם כולו

סאטמאר רבי מהר"א מזלזל ומשפיל ספרדים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2010 17:31 לינק ישיר 
סאטמאר רבי מהר"א מזלזל ומשפיל ספרדים?

איך ווייס ס'שוין דא אפאר אשכולות פון דעם ענין, אבער איך וויל דא ספעציפיש נאר רעדן איבער די וועג וויזוי ר' אהרן האט גערעט פון די ספרדים, ווייל קען זיין בעניני כשרות איז ער טויזנט פראצענט גערעכט אבער ער האט זיך אויסגעדריקט אויף אן אופן, שאומר דרשוני, וואסי פשט אז צו זאגן אז די מנהגי ספרד האט מיט נאציאניליזם שטאלץ? ער לייגט אריין אלע ספרדים אין איין גרויסע טאפ, אלס טשופיקעס אין קליינע קאפעלעך, כאילו די ספרדים זענען א צווייטע קלאס ראסע, חס מלהזכיר, לא זכיתי להבין זאת,

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=22071



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 00:23 לינק ישיר 

מאטקע כתב:
מר' אויטספויקען די האסט געזען און מהר"א'ס ווערטער עפעס איבער וואס די בוטשער'ס בעטען? ווייסעךוואס, ער רעדט פון וואס זיי באקומען, און באקומען באקומען זיי די שוואכע, ווייל די ספרדים וועלן נאר נעמען די גלאטע, ווידער די אשכנזים (לייען די חסידישע) וועלן באקומען דאס וואס מוועט זיי געבן, על אף וואס זיי טיען יא אדער נישט בעטן
דער פלייש מאגנאט קוקט אויפן באדעם ליין "זיין פאקעט"
איבער דיין ווארפן זאמד און די אויגן אז מפארקויפט דא נאר "גלאט" כלשונך, אפשר טיסטי אביסל מער פארברייטערן וואס גלאט נעמט אלץ און זיך אריין, ווילסט דאך אז מזאל דיר גלייבען אז די עדה וואס האט און אורעגוויי גענומען אסאך אסאך ווינציגער פון די שאלה'דיגע בהמות איז דא עפעס פלוצים מיקל

ביסט גערעכט מיט ביידע זאכן אז דער ברייטע ביבער היט בעט, און א טשופ'יקעס צאלען, באקימט ער עס נישט, וועגן די עדה האב איך געשריבן ''פלעגט',' זיי זענען נישט געשלאפן נאר אנגהויבן שחטן (מונחת)איבער די וועלט,(די איינציגסטע וועם איך זעע שלאפען זענען די זאלונים), ווען איך זאג גלאט כשר מיין איך (אזוי ווי די ברך משה האט געזאגט) וואס מ'רופט אן גלאט כשר.

 וועגן אריגוויי האב איך שוין געשריבן, "ברם יזכר אותו האיש רבינו מהר''א שליט''א לטובה, וואס א דאנק עם הייבט מען אן וויסן וואס עס טוט זיך אין די בית השחיטות, וואס איז שוין פארהאקט די טירן די לעצטע דרייסיג יאר (זינט פרשת קאשוי) פאר רבנים און סתם מענטשען, און ווען עס מאכט זיך א שאלה הייבן די רבנים נישט צו וויסן די מציאות און ווען די בעל מכשר געט ארויס א תשובה להכשיר איז די זאך ארלעדיגט."

א פרייליען חנוכה

 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 23:26 לינק ישיר 

סקאט, ביזט געפאלן א קרבן צו א פאלשן קעפל פון 'בחדרי חרדים' וואס האבן געזוכט פאר פובליסיטי סתם אויפצובלאזן די טעמע כאילו דער רבי האט דאס אזוי אראפגעלייגט (אזויווי זיי טוען מיט אסאך זאכן וואס האט שייכות מיט שנוא נפשם = סאטמאר).

אינדערפרי איז די נייעס געווען באגלייט מיט א קעפל וואס האט דערציילט אז סאטמארער רבי שליט"א האט געזאגט אז די ספרדים זענען בעלי גאוה וועלכע גייען מיט טשופיקעס (מ'קען עס זען אין אן אנדערן אשכול וואו לעקסינגטאן האט עס קאפירט מיט'ן אלטן קעפל). שפעטער האבן זיי עס געטוישט צו א מער נארמאלן קעפל, נאכאלץ סענזאציאנאל (אז ספרדים האבן א בעסערע שחיטה ווי אשכנזים) אבער כאטש ריכטיג און פראפארציאנעל.

איך גלייב אז ווען דו וואלסט עס געזען ערשט פארמיטאג וואלסטו אויך נישט געחלומ'ט אריינצולערנען אין רבי'נס ווערטער די פאלשע דריידלעך וואס די זאליס/מיעל-מארט וואלטן געקענט באשטיין ער זאל האבן געזאגט.


תוקן על ידי געגאנגען ב- 01/12/2010 23:30:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 22:12 לינק ישיר 

מר' אויטספויקען די האסט געזען און מהר"א'ס ווערטער עפעס איבער וואס די בוטשער'ס בעטען? ווייסעךוואס, ער רעדט פון וואס זיי באקומען, און באקומען באקומען זיי די שוואכע, ווייל די ספרדים וועלן נאר נעמען די גלאטע, ווידער די אשכנזים (לייען די חסידישע) וועלן באקומען דאס וואס מוועט זיי געבן, על אף וואס זיי טיען יא אדער נישט בעטן
דער פלייש מאגנאט קוקט אויפן באדעם ליין "זיין פאקעט"
איבער דיין ווארפן זאמד און די אויגן אז מפארקויפט דא נאר "גלאט" כלשונך, אפשר טיסטי אביסל מער פארברייטערן וואס גלאט נעמט אלץ און זיך אריין, ווילסט דאך אז מזאל דיר גלייבען אז די עדה וואס האט און אורעגוויי גענומען אסאך אסאך ווינציגער פון די שאלה'דיגע בהמות איז דא עפעס פלוצים מיקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 21:01 לינק ישיר 

מיר הערן אייער מיינונג, הרב מיעל מארט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 20:49 לינק ישיר 

 

 לאמיר ברענגען א שטיקעל פאקט, אין ארץ ישראל ביי די שחיטה פון די עדה, פלעגט מען דן זיין אויף יעדע סירכה, און מ'האט געניצט אפילו נישט גלאט(ווייל מ'טאר נישט פארקויפן טריפה פאר פרייע), פלעגן זיך די קהלות רייסן צו באקומן די בעסטע פליישן וואס האט נישט קיין שאלות,(און דאס איז איינע פון די סיבות פאר וואס בעלז איז אוועק פון די עדה), דא אין אמעריקע איז ב''ה אלעס גלאט(ביי מילמארט) דאך פלעגן די גאר היימישע בוטשערס בעטן(אומאפציעל) די אזוי געריפענע בית יוסף פליישוואס מ'פלעגט עס רופן סוג א'

 זאגט מהר''א אז זייט מ'האט אויפגעשפילט די בית יוסף פלייש קויפן עס די אמעריקאנער ספרדים וואס האבן עס קיין מאל נישט געבעטן און די היימישע חסידישה בוטשערס באקומען סוג ב'

נאר ווי גאזאגט ווען מ'רעדט דארף מען נוצן אביסעלע........... שכל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 20:31 לינק ישיר 

מ'גיט דאך פאר די ספר'דישע אידן "פאלשע בית יוסף".
לויטן בית יוסף טאר מען קיין "שום סירכא" נישט עסן. אלעס איז א א שאלה פון נבילה.

אלזא, למעשה גיט מען זיי יא, סירכא'דיגע פלייש, נאר מ'רעדט זיי איין אז דאס איז גוט.

אלזא, די יאטקע זענען גנבים, און די ספרדים עסן עס אלס "ספרדים" - טראצדעם וואס זייער אשלי רברבא אסור'ט עס. נאר וויבאלד מ'רופט עס "בית יוסף" עסט מען עס...


למעשה באקומען די ספרדים דאך בעסערע פלייש ווי די זאלי 82., ווייל די ברייטע סירכות וואס איז שוין פיל ערגער ווי קליינע "רירין" דאס איז ווי אן אתרוג וואס איז אריינגעביסן (כאטש כשר). דאס גיט מען פאר די פיליפינער, זאליבאנער, זאליעבעצענס, רעבעזעכערוינעלעבראווכע מענטשן.

ויאכלו ענוים וישבעו !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 20:02 לינק ישיר 

דאס רוב שומתומ"צ ספרדים פון דא אין אמעריקע זענען זיך נוהג אויף זייער זייער א שוואכע סטאנדערד אין רוב עיניני יהדות, ס'אזאך וואס יעדער ווייסט, נישט דוקא ווייל זיי זענען פארדארבן צו וואס, ח"ו, אדרבא וואס זיי האלטן יא האלטן זיי זייער פעסט אן קיין פשרות, א קליינע ביישפיל, ביי די ספרדים קען זיין א נארמאלע זאך זיך אויסציטאן די קאפל ווען זיי גייען צו די ארבעט, זיי האלטן עס נישט פאר א פעלער, זיי קויפן איין זייערע עסן אין גויאישע סופערמאקעטס, אלעס וואס האט א OU, אזוי ווי די מאדערן-ארטאדאקס, די צניעות ביי די פרויען וויל איך נישט ארויסשרייבן, און איך רעד פון ספרדים וואס האלטן זיך אפציעל פרום, דאס איז רוב רובי ספרדים, ווידער זענען דא זאכן וואס זיי האלטן זייער ערליך, למשל זייער דאווענען איז ממש צום באוואונדערן, דאווענען זייער לאנג, אלעס איז מיט א ניגון מ'זינגט אינאיינעם הויך, שמועסן איז קיין קלער נישט, ביי א וואכנאכט זענען זיי אויף א גאנצע נאכט אין לערנען זוהר, וכדומה,

ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז ווען דער רבי האט געזאגט ספרדים האט ער נישט געמיינט די עצם עדת ספרדים מארצות המזרח, א טיפוש קען דאס קלערן, אדער איינער וואס זוכט זיך אנצוטשעפען, ער מיינט וואס איז נוגע לענינינו, פלייש וואס ווערט פארקויפט כהיום יום פאר ספרדים אין אמעריקע אין פארוועם די פלייש ווערט געמארקעט, האט ער געזאגט אז די פלייש צילט די סארט ספרדים וואס מ'קען רייטן אויף זייער ספרדישע נאצינאיליזם געפילן, דער מציאות איז אז צו אט די אומוויסענדע ספרדים מארקעט מען די א"ג "שחיטת בית יוסף",  צו זאגן אז ער איז מזלזל אין ספרדים בכלליות איז סתם שוואנצונעס, ווער נאך ווי דער סאטמאר רבי ווייסט אזוי גוט די טיפער און הייליגער באדייט פון מסורת ומנהגי ספרד, מ'קען עס זעהן כמה וכמה פעמים פון זייער תורות אין זיינע שמועסן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 19:18 לינק ישיר 

משהלע, הער איבער די דרשה.

די רבי האט "נישט" גערעדט דעמאלס לגבי איסורים פון נבילות וטריפות, און אפילו נישט קיין שום חששות, (אזוי ווי די ערשטע ענין וואס מהאט גערעדט וועגן די בוקי סכינים), ער האט גערעדט פון א זייטיגע הידור וואס ער האט פריוואט געהאלטן אז ער וויל דאס האבן, ווייל אויב די שוואכע אידן ערלויבן זיך דאס, קומט זיך דאס אונז אוודאי.

און ניין, מען האט נישט געמיינט די ערליכע ספרדישע וועלכע זענען מהדר בכל המצוות, די אויסדרוק פארשטייט יעדער האט געמיינט דאס וואס אפילו די טויזנטער שוואכע ספרדישע אידן, א גרויס טייל גאר גאר שוואך, עסן אויך די סוג א', נישט ווייל זיי זענען מהדא אין כשרות, נאר ווייל עס איז אזא "נאציאליזים". אזוי איז די מציאות, זיי זענען נישט אזוי מקפיד אויף איסורי תורה, ווי אויף שחיטת ב"י.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 19:00 לינק ישיר 

Palin12 כתב:
ני פרעג איך דיר, קימט פאר די טראדיציענאלע אידן מער חומרה'דיגע בשר ווי פאר אידן און וויליאמסבורג?? 


די מיינסט טאקע ווייל איינער גייט מיט א טשופ קומט איהם שוין נישט מהדורדיגע בשר מיט חומרות???? פערד איינער

גברת פעלין, אפשר זענט איר מיר מסביר די פערדעריי פון האבן טענות אז דער פלייש דיסטריביוטער האט אזא סיסטעים אז דער איד וואס זיין קרייז איז  מאדרען ארטאדאקס זאל קריגען מהודר'דיגע פלייש ווי דער פרומער איד פון וויליאמסבורג?
איך זאג נישט אז דער ספרדי מסורתי האט נישט קיין רעכט דאס צי פארלאנגען, און ס'איז כל הכבוד אז זיין רב טיט אים דאס צישטעלען.
די טענה איז כאמור אויף די פלייש אינדערסטרי, און ווי אויך איז א דבר טוב אז דער חסידישער ציבור זאל וויסען די מציאות הדברים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 18:59 לינק ישיר 

איז דען עפעס א ספק וועמען ער האט מבזה און משפיל געווען? נישט די ספרדים ווייל זיי עסן דאך לויט עם מהודר פלייש, נישט די ערליכע סאטמארע חסידים, (אהרונים) ווייל זיי עסן דאך אויך מהודר פלייש, ער האט מבזה געווען די אויסגעשפיגענע פון סאטמאר (זאלונים/בני יואל) וואס מיט די ברייטע ביבער היטן און פארקניישטע שטערן עסן זיי גאר א שוואכן כשר פלייש, אזא פלייש וואס אפילו ספרדים מיט טשופיקעס און קליינע קאפלעך עסן נישט, דאס מיינט אז די אזוי גערופענע פרומע פארכניאקטע בני יואל און זאליס עסן צווייט קלאסיגע כשר פלייש, וכדי בזיון וקצף. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 18:44 לינק ישיר 

פעילן, איך זעה דו קענסט נישט די אר"י ספרדים\פרענקן. פון זיי רעדט מען. לדוגמה, ש"ס שעמט זיך נישט צו זאגן אז זיי לערנען ליב"ה. זיי זענען אויסגעשפראכענע פארדארבענע אידן ליידער, איך האב נישט יעצט די געדולד און צייט אפירצוזוכן אלע נייעסן ארום זיי, אפשר שפעטער.

און סקאט, דו פארשטייסט אויך וועמען מען האט געמיינט, און דעם רבין'ס נקודה איז זייער פשוט:

"איך האלט אז ס'איז נישט קיין יושר אז די שוואכע אידן מיט די טשופ'ס עסן מער מהודרדיגע פלייש ווי מיר חסידישע אידן מיט די ברייטע הוטן".

א גערעכטע טענה.

נישט אז ס'איז חלילה דא א חשש אויף די אנדערע פליישן מטעם זה, דאס איז בלויז א זייטיגע נקודה איבער א הידור אין די סאטמארע נייע שחיטה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 18:12 לינק ישיר 

מאטקע כתב:
ני פרעג איך דיר, קימט פאר די טראדיציענאלע אידן מער חומרה'דיגע בשר ווי פאר אידן און וויליאמסבורג?? 


די מיינסט טאקע ווייל איינער גייט מיט א טשופ קומט איהם שוין נישט מהדורדיגע בשר מיט חומרות???? פערד איינער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 18:07 לינק ישיר 

די ביסט זייער קיוט, מיינט ער דען די מאנרא'ער ספרדים אדער אפילו די ערליכע ספרדים אנדערשווי,
ער מיינט די ספרדים וואס ווי ער האט געזאגט טיען עס אלץ נאציאנעליזום.
א שטייגער קענסטי דאס זעהן און א"י, ווי די ש"ס פארטיי באשטייט פון האלב אזויגערופענע מסורתים און זענען אויך מקפיד אויף בית יוסף ווייל רב עובדי זאגט אזוי
ני פרעג איך דיר, קימט פאר די טראדיציענאלע אידן מער חומרה'דיגע בשר ווי פאר אידן און וויליאמסבורג?? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 17:58 לינק ישיר 

וואס הייסט, אין מונרו גייען די ספרדים מיטן פולן חסידישן לבוש, זענען נישט זיינע ספרדי'שע חסידים באליידיגט געווארן פון דעם? ער מאכט אזוי חוזק "איך בין א ספרדי!" וואס הייסט "איך בין א ספרדי"? ס'האט גארנישט מיט ספרדישקייט, ס'האט מיט וואס איך בין א ערליכע מסורה'דיגע איד, אל תטוש תורת אמך, יעדער מוז דוקא זיך נוהג זיין לויט זייערע מנהגים, נישט ווייל איינס איז בעסער אדער העכער, איך פארשטיי נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2010 17:56 לינק ישיר 

הרב סקאט גייט עפעס אדורך א שווערע פיריאדע, עפעס דריקט עם, און גיסט אויס זיין גאנצע ווייטאג אויף דעם פורום, ווי זעט ער עפעס א זלזול אדער השפלה?, אדרבה, א ספרדי וועט נאר זיין שטאלץ מיט אזא דרשה, ער האט דאך גערימט די ספרדישע שחיטה, ער האט געזאגט אז טראץ וואס זיי גייען און טשופיקעס און קליינע קאפעלעך (וואס איז ביי אונז חסידים א חסרון אדער גאר א איסור) עם כל זה זענען זיי מער מהדר ומחמיר ביי סירכות, זעט עמעצער א זילזול אדער א השפלה? איך נישט, ער האט גערעדט מיט א שבח, אז די ספרדים בטבע האבן א א ספרדישן שטאלץ, זיי האבן זייערע פרינציפן, און מאכן נישט אזוי אוועק מיט די האנד זייערע חומרות ומנהגים, אינטרעסאנט, די פרעסע אין ארץ ישראל פארשטייט יא אז דער רבי שליט''א האט גאר גערומט די ספרדים, און סקאט זעט גאר א השפלה און א בזיון,

זיי שרייבן: כאן עבר האדמו"ר לדבר על השחיטה הספרדית: "הספרדים יותר מקפידים מאשכנזים על סירכות. נוצר מצב חדש בשנים האחרונות. נהיה ציבור של 'פרומע ספרדים'. הם יכולים ללכת עם בלורית גדולה וכיפה קטנה, אבל הוא ספרדי. ספרדי גאה. היום הכל הולך בצורה כזאת. בצורת גאווה. כל אחד מתגאה במה שהוא עושה, והספרדים אומרים: אנחנו יותר מקפידים בסירכות מהאשכנזים.

ונהיה בזה ביזנעס. יש שתי דרגות בבשר של ספרדים. השחיטה הפחות טובה נקראית 'שחיטת בית יוסף', והמהודרת יותר נקראת 'גלאט כשר'. ומכיוון שהספרדים הגאים רוצים מהחנות את הבשר המהודר יותר, שמים עליה שחיטת 'בית יוסף', והסוחרים מרוויחים כסף.

יוצא שהספרדים עם הכיפות הקטנות והבלוריות הגדולות אוכלים בשר סוג א', והיהודים החסידיים עם המגבעות הרחבות אוכלים בשר סוג ב'.

זיי שרייבן אז דער סאטמארער רבי האט געזאגט אז די ספרדים זענען גאר מער מהדר אין כשרות פון די חסידים, און עסן בשר סוג א' וואס הייסט ערשטע קלאס, און די חסידים עסן פלייש מסוג ב', און סקאט שרייט השפלה וזלזול, און אז ער האט געזאגט אז די ספרדים זענען גאר צווייט קלאסיגע מענטשן, סקאט, דו ביסט א מסלף  פון די "ערשטע קלאס"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר רבי מהר"א מזלזל ומשפיל ספרדים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext