ביסט גערעכט מיט ביידע זאכן אז דער ברייטע ביבער היט בעט, און א טשופ'יקעס צאלען, באקימט ער עס נישט, וועגן די עדה האב איך געשריבן ''פלעגט',' זיי זענען נישט געשלאפן נאר אנגהויבן שחטן (מונחת)איבער די וועלט,(די איינציגסטע וועם איך זעע שלאפען זענען די זאלונים), ווען איך זאג גלאט כשר מיין איך (אזוי ווי די ברך משה האט געזאגט) וואס מ'רופט אן גלאט כשר.
וועגן אריגוויי האב איך שוין געשריבן, "ברם יזכר אותו האיש רבינו מהר''א שליט''א לטובה, וואס א דאנק עם הייבט מען אן וויסן וואס עס טוט זיך אין די בית השחיטות, וואס איז שוין פארהאקט די טירן די לעצטע דרייסיג יאר (זינט פרשת קאשוי) פאר רבנים און סתם מענטשען, און ווען עס מאכט זיך א שאלה הייבן די רבנים נישט צו וויסן די מציאות און ווען די בעל מכשר געט ארויס א תשובה להכשיר איז די זאך ארלעדיגט."
א פרייליען חנוכה