בית פורומים כל העולם כולו

חנוכה אין סאטמאר (מהר"א), וומ''ס און קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2010 23:48 לינק ישיר 
חנוכה אין סאטמאר (מהר"א), וומ''ס און קרית יואל

מודעות איבער די ימי החנוכה הבעל"ט בצל הקודש

 

 

♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 02/12/2010 00:03:12



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/12/2010 22:54:43




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2010 23:54 לינק ישיר 

* width="500" height="388"><*

סאטמער from bhol on Vimeo.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 20:25 לינק ישיר 
קרית יואל

ארום 9:00 אזייגער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל צו הדלקת הנרות.

 

ביים מסיבת לחיים נאכ'ן ליכט צינדן האט מרן רבינו שליט"א געזאגט א פשט'ל אין די סוגיא פון כבתה משולב מיט די סוגיא פון מעות קונות.

 

ליל א' דחנוכה בצל הקודש

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 07/12/2010 20:27:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2010 20:21 לינק ישיר 
סאטמאר וויליאמסבורג

געהויבענער שבת חנוכה בצל הקודש אין וויליאמסבורג

א געהויבענער שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש אין וויליאמסבורג.

 

ליל שב"ק ארום 8:00 אזייגער איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום טיש וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט מיט די קרוב צו 100 בחורי חמד תלמידי ישיבה לצעירים פון וויליאמסבורג.

 

נאך די פיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, ווי דער רבי שליט"א האט זיי שטארק מעורר און מחזק געווען און אויפגעפאדערט אינעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס צו לימוד התורה ועבודת הבורא.

 

מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמואל בראך שליט"א אב''ד נאנאש, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר אנטשיל גראס שליט"א מנהל ישיבה לצעירים וויליאמסבורג.

 

ביי די תורה האט זיך די רבי שליט"א געשטעלט אויף די קושית ב"י און מאריך געווען בדרוש אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין.

 

מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הרה"ג ר' קלמן יושע באבאד שליט"א אב"ד דראהביטש, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראה"כ דברי יואל בארא פארק ודומ"ץ טשערנאוויץ, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק שינאווע'ר רב זי"ע וועמענס יארצייט עס געפאלט קומענדיגן וואך.

 

ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפן פסוק וטבח טבח והכן, וואס דער שלטי גבורים איז מרמז אויף די נרות חנוכה, און מאריך געווען בדברי מוסר אז אויב מען איז זיך מקבל דעם עול תורה איז דא פרנסה בריוח ובניקל, און דער רבי האט מעורר געווען אויף יגיעת התורה, וואס דאס האבן די יונים געוואלט אוועקנעמען פון אידישע קינדער.

♦♦♦

 

מוצאי שב"ק ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת הנרות, ביי די אמירת דברי תורה האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי אגדה אין די סוגיא פון מצות לאו להנות נתנו.

♦♦♦

 

נעכטן – זונטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר יעקב קעסלער הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר וואלף שניצער הי"ו פון קרית יואל.

♦♦♦

 

נעכטן נאכט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די הדלקת הנרות ואמירת דברי תורה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, ביי די תורה האט דער רבי שליט"א געזאגט א פשט'ל בסוגיא דכבתה משולב מיט די סוגייא פון שלא כדרך הנאתו.

 

היינט אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – שיעור ג' ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו פון קרית יואל.

 ♦♦♦

 

ושננתם לבניך פראגראם אין וויליאמסבורג

הונדערטער טאטע'ס מיט זייערע קינדער וועלן אי"ה היינט אנטייל נעמען אינעם "ושננתם לבניך" פראגראם וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך די התאחדות אברכים דקהלתינו הק' היינט אווענט אין היכל תהילת יהוסף אין וויליאמסבורג.

 

דער פראגראם וועט אי"ה פאהרקומען פון 7:30 ביז 8:30 אויפדערנאכט ווי עס וועט אי"ה פארטיילט ווערן ווערטפולע מתנות און גורלות פאר די באטייליגטע קינדער שיחיו.

 

-ואח"כ באו בניך לדביר ביתך-

 ♦♦♦ 

הדהלקת הנרות ואמירת דברי תורה

פון מרן רבינו שליט"א

ליל ב' דחנוכה - יום ה' פ' מקץ - תשע''א

 

בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 07/12/2010 20:25:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2010 19:47 לינק ישיר 

היינט וועט די רבי שליט''א אי''ה צינדען אין וויליאמסבורג אין גרויסען ביהמ''ד
די עסקנים האבען היי יאר מסדר געווען אז די רבי שליט''א וועט צינדען אויף דרום זייט, אויף די העכערע חלק פין ביהמ''ד
אזוי וועט דער גאנצער עולם קענען מיטהאלטן סיי די הנרות אין סיי די לחיים ודברות קודש

די אויסשטעל פין ביהמ''ד אין וויליאמסבורג
http://ow.ly/i/61cZ
די טיר ווי די רבי שליט''א וועט צינדן
http://ow.ly/i/61cX

הנרות הללו קודש הם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 23:50 לינק ישיר 

♦♦♦

♦♦♦

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2010 23:49 לינק ישיר 

♦♦♦

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חנוכה אין סאטמאר (מהר"א), וומ''ס און קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext