לבקשת הרבים: אפדעיט'ס פון חילול הקברים אין יפו
מען בעט מיר כסדר איך זאל פארציילן וואס עס טוט זיך ווייטער אין יפו.
מער ווייניגער איז נישטא צופיל נייעס, דעריבער האב איך נישט געזעהן פאר אזוי וויכטיג צו שרייבן ווייטער, אבער אז מען וויל הערן וועל איך זאגן, ווייל איך כשלעצמי באקום יא כמעט-טעגליכע באריכטן.
אין קורצן ביז אהער
ווי איך האב שוין געשריבן, האט מען אויפגעגראבן פאריגן זומער עטליכע מערות, ליידער ליידער, צוליב די וואנזיניגקייט פון "אתרא קדישא" וועלכע זענען נישט געקומען צום פארהאדלונגס טיש פאר דריי יאר, און האבן נאר געשיקט מעסעדשעס אז מען זאל זיך נישט וואגן צו גראבן וכדומה, און פארשטייט זיך אז מיט א ברוטאלע באהאנדלונג קומט מען אן דארט ווי די ציוניסטישע פאליציי קומען אן מיט די חרדים... צו גארניקס.
דערנאך זענען די ארכילאגן ארויס, די ארבעט איז געשטאנען שטיל פאר צוויי וואכן און די בויער האבן געלאזט מאכן א ליקוט עצמות, און אתרא קדושא האט געמאכט פון זיי דאס גענאר, ביז עס איז געקומען א עסקן בשליחות פון עדה, הרב אהרעלע יאקטער, און געמאכט דעם ליקוט, און פארשאפט א ביה"ח וואו מען האט אויך אויסגעגאסן אלע זאמד וועלכע זענען געווען רח"ל געמישט מיט ביינער, און זיי זענען באדעקט געווארן כהלכה.
זינט דעמאלס איז שוין נישט געווען קיין גראבונגען, נאר פשוטע בוי ארבעט. הגם מען האט געוויסט אז עס זענען פאראן נאך מערות, אבער עס זענען נאכנישט אנטפלעקט געווארן, ממילא האבן די ארכילאגן געלאזט אנגיין מיט די ארבעט.
פון אתרא קדישא האט מען די גאנצע צייט ווייטער געשיקט מוחה זיין, אן קיין חתימות פון רבנים, אבער די הייליגע ארגאניזאציע האט אליינס גע'חתמ'עט, און אינגעלייט זענען טיילווייז ארויסגעקומען. איי וואו זענען די ארכילאגן? וואס שרייסטו ווען מען גראבט ניטאמאל? אתרא קדישא האט יעדן טאג געהאט אנדערע גירסאות, שווער נאכצוגיין אלעס, מער ווייניגער איז עס געווען אז מען דרילט אריין אין ביינער. א נייער סארט המצאה.
אין די זעלבע צייט איז אנגעגאנגען אקטיווע עסקנות מטעם דעם עסקן הנ"ל אינאיינעם מיט נאך ארום 10 עסקנים בקיאים אין קברים, הרוצים בעילום שמם מחמת גודל הטעראר, צו פועלן ביי די אנפירער זיי זאלן לאזן משגיחים זיין דארט ביים בויען, און אז אין פאל מען טרעפט נאך מערות זאל מען דאס פארשוינען.
די ארבעט צו פארעכטן די שלעכטע באציאונגען וואס אתרא קדישא האט אנגעזייט איז זייער שווער, אבער מען איז צוביסלעך אנגעקומען ווייטער און ווייטער, און די בויער האבן שוין אריינגעלאזט משגיחים אינעם שטח.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז אנדעקט געווארן א פרישער מערה, וואס אפילו אויב ווילן זיי דאס חלילה אויסגראבן האבן זיי אבער צוערשט געמוזט אפלאזן דעם שטח ביז ווען די ארכילאגן קומען אריין, ווייל עס איז קעגן די חוקי סדום צו גראבן אן די ארכילאגן, און מען האט דערווייל אפגעלאזט דעם שטח טאקע, און די עסקנים האבן געמאכט גרויסע השתדלות מיט הצלחה, נאכן שוין האבן פיל פארבעסערט די באציאונגען מיט זיי, און די ארכילאגן זענען דערווייל נישט אריינגערופן געווארן.
אתרא קדישא, זעענדיג אז די מערכה ווערט שוואכער, און קיין קברים גראבט מען נישט, און וואו זיי האבן נאר געוואלט פארקירווען די מערכה איז איבעראל די זאך געווארן שנעל מסודר, ווי אין יבנה, אשקלון השני, פארוד, ועוד, און מען האט געמוזט האלטן דעם עולם געשפאנט מיט עפעס, האבן זיי אריינגעגעבן א קלאגע אין ציוניסטישן בג"ץ (געזוכט שוץ ביי סדום - וווי דער בלאט האט דאס אנגערופן), קעגן די בויער.
דער קלאגע האט ליידער באוויזן אפצורייסן - כמעט אינגאנצן - די באנייטע באציאונגען, ווען די בויער האבן דעזאגט אז היות מען גייט קעגן אונז אין קארט, וועלן מיר פאלגן דעם קארט! אויב דער געזעץ וועט אונז לאזן גראבן וועלן מיר גראבן. עס פארשטייט יעדער אז די בויער זענען נישט קיין צדיקים, און עס איז זייער האקל וויאזוי צו האנדלען אין אזא פרשה, אבער דא אז זיי זעעהן אז טראץ וואס זיי פארהאנדלען מאכט מען זיי אן צרות, וואס קען מען דען ערווארטן פון פרייע פושעי ישראל אויב נישט אז זיי זאלן אויפגעבן די פארהאנדלונגען?
פארשטייט זיך דער ציויסטישער בג"ץ האט נישט געאשנקען פאר אתרא קדישא זייער פארלאנג... און ער האט אפגעזאגט א טי אר אוי, און באשטימט א באהאנדלונג אויף 2 יאר ארום...
(אגב, איך האב נישט דורכגעליינט די געריכט פאפירן, אבער לויט ווי איך הער האבן די אנגעקלאגטע פונקטליך פארציילט וויפיל זיי האבן פרובירט צו פארהאנדלען מיט אתרא קדישא שוין פון יארן צוריק).
למעשה איז דער מצב געווארן ביטער. א נייער מערה איז דא, די באציאונגען זעען אויס צו זיין היבש אפגעקילט, און לויט ווי עס זעהט אויס וועלן די ארכילאגן אריינקומען אין די נאנטע טעג און אויסגאבן די קברים רח"ל, לדאבון לב כלל ישראל, ולשמחת לב אתרא קדישא.
די יעצטיגע מצב
די עסקנים זענען אבער נישט געשלאפן, און מען האט פרובירט אויף אלע אופנים אז מען זאל נאך יא ווידעראמאל אנקומען צו א פרישע אפמאך, אבער עס איז שווער געווען צו זאגן מיט וואס עס וועט זיך אויסלאזן.
די וואך איז געקומען די פרישע נייעס פאר די עסקנים, אז אתרא קדישא האט אפעלירט דעם אורטייל! נישט מער און נישט ווייניגער. (קען מיר איינער מסביר זיין וואס זיי טראכטן נאך? אז דער בג"ץ וועט זיך אויף זיי מרחם זיין בטוב לבם? אדער וואס?!)
דאס האט שוין נאכמער פארשטערקערט די שוועריקייטן צו פארהאנדלען, ווען זיי שפייען צוריק: וואס האב איך פון פארהאנלען?! מיט אתרא קדישא קען מען דאך נישט פארהאנדלען, מיט ענק טוט מען דאך גארנישט אויף מיטן פארהאנדלען, נו וואס ווילט עטס פון אונז?!...
אבער, אינעם היינטיגן טאג פרובירן נאך די עסקנים מיט אלע מעגליכקייטן צו זעהן צו מקען נאך עפעס אויפטוהן, און דערווייל זענען מיר מתפלל אז אתרא קדישא זאל נישט מצליח זיין צושטאנד צו ברענגען זייער געוואונטשענע באנייאונג פון חילול קברי ישראל.
די סתירה אין "די צייטונג"
אין די צייט וואס לויט אתרא קדישא גייען די גראבונגען אן אן קיין אויפהער שוין באלד א יאר.. איז דאך יעדן טאג דא פרישע סתירות ווען די בעלויני'ס שטיעמן נישט איינע מיט די צווייטע.
אינעם נעכטיגן צייטונג איז דא א קעפל "גראבונגען אין יאפו באנייט". שטייט אינעווייניג אז זייט מען האט געטראפן דעם פרישן מערה, האבן די אריכלאגן נישט געלזאט גראבן ווייטער ביז זיי קומען נישט אריין ארויסנעמען די קברים (געכאפט ביי אן אמת..), אבער יעצט האט מען צוריק אנגעהויבן גראבן.
רבוש"ע. וואס הייסט מען האט אנגעהויבן? וואס האט מען אנגעהויבן? די ארכילאגן זענען דארט? ניין. נו וואס רעדט איר דא? צוערשט האבן די ארכילאגן נישט געלאזט און יעצט לאזן זיי שוין יא? רעדט דלארער ביטע.
און דערנאך די אינטערסאנטע ווערטער פון "געטראפן א פרישע שיכט פון קברים", מה זאת פרישע שיכט? אויף די התאחדות האטליין ווא א אמעריקאנער נטורי קרתא איד זאגט יעדע פאר טעג הייסע פרישע געבעקסן, זאגט ער אז עס איז א נייע שטיקל שטח, נו וואס איז דאס, א נייע שטח אדער א פרישע שיכט? (דוכט זיך אז אין יענעם שמועס אליינס זאגט ער ביידע גירסאות, נישט זיכער).
=========
ע"כ איז וואו מען האלט יעצט, איך האף אז ווען עס וועט זיך טוישן זאכן, צום גוטן אדער חלילה פארקערט, וועל איך האלטן דעם ציבור געאפדעיט, צוליב וואס ליידער איז נישטא דערווייל קיין פלאץ וואו מען קען ליינען אדער הערן די טרוקענע אמתע פאקטן.
 |
|
|