בית פורומים אידישע געדאנק

א שמועס צווישן זיך פין ק"י פאליטיק בכלל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2010 22:14 לינק ישיר 
א שמועס צווישן זיך פין ק"י פאליטיק בכלל

(אויף די פארזעדליכע פארלאנג אין אישי פין אינזער חבר סקאט. (אויך שרייבט ער אז ער נישט יעצט קיין צייט אבער ער וועט עס אויסשמיסען אין א קימעדיגע געלעגנהייט) נעם איך אראפ זיין נאמען פין די קעפיל)

מר' סקאט. איך וואלט מיט דיר געוואלט אויסשמיסען אזאך וואס די האסט געשריבן אין די אנדערע פארום איך זע אז די בוסט דא לאמיר זיך אויסשמיסן :

די האסט גענימען א גרויסן פעינט בארשט אין אנגפעינט א גאנצער ציבור אידן סתם ווייל די אינטערסע פין מענטשן איז געווען ארויף צי שמירן אויף זיי צוליב אייגענע אינטערעסע די בוסט דאך נישט קיין נער ווי אזוי קען זיין אז די כאפסט נאך נישט אז סאיז סתם געווען נארישקייטן וואס האט זיך גיט פארקויפט.

לגבי מה שרייב איך דא די האסט גענימען א ציבור פין אפאר הינדערט אידן אלע ערליי זקינים בע"ב בחורים אין עשירים מיט ארעמעלייט מיט סתם מענטשן אין אפגעמאכט אז זיי לאכן פין רבנים זיי מאכן אוועק יעדן רב זיי רעקספטירן נישט קיין רב אין אזוי ווייטער אין נאכדעם איז נאכגעקימען הערינג פרעסער'ס פיס קראצער'ס אין אזוי ווייטער אפשר געסטו דיך א שטעל אפ אויף איין מינוטאין טראכט גיט אריין פין די נעמסט די הנחה אויף בני יואל האסטו אמאל געהערט למשל פין א בני יואל איך וויל נישט שטיצן כולל שומרי החמות אדער אראפ נעמען פין זייערע בתי מדרשים די פישקעס אדער פין קרן הצלה אדער יטב לב וויל די ברך משה ז"ל איז דארט געווען נשיא אין ר"א סגן נשיא אין איך דארף דיר נישט זאגן וואס זיי האבן געליטן האבן זיי געניצט צינעמען פאר הגאונים וצדיקים וואס מהאט ארויס גענימען אינטערשריפט אקעגן זיי ווי למשל די בעל מנחת יצחק אדער די מהר"א פריינד אדער ר' ני"מ נשמתם עדן אין אזוי ווייטער להיבדל לחיים טובים די ראב"ד ר' ישראל חיים מנשה אדער ר' זלמן לייב פילאפ אין אזוי ווייטער אלע אנדערע איך געדענק נישט אויף די מינוט לאמיר אפי' נעמען ר' געציל וואס האט געטיען אזא זאך וואס נארמאל ווען די רבנים פין די פאריגע דור לעבן ווען וואלט מ'עם זיכער פארשריגן אויפן שעסטן אויפן ציצילאזן אזא זאך מזאל זאגן ממזר סאיז נישט קיין אשת איש אין אזוי ווייטער רח"ל האט בני יואל געטיען דעס וואס אנדערע חסידים טיען ווען איינער טיט דעס פאר זיי (אויב ווילסטו רעדן פין א חומת הדת די וואך פין פורים וואס א יחיד געט ארויס סהאט נישט קיין שום אויפציעלע מוסד אינטער זיך האט עס ב"י גארשטארק פארדאמט אין זייער אויסגאבע וואס זיי האבן ארויס געגבען סוכות אין אפי' די חומת הדת האט נאך יענע וואך ארויס געבען א אפעציעלע פארדמונג ממילא איז עס שייך דא) אין איך האב געזען ווי איינער ברעגט ארויס דארט אז ב"י האט אפי' יעצט אין זייער אויסגאבע בענין די נייע זאל נישט גערעט קיין איין ווארט אויפ'ן ברך משה האט נאך א מוסד אזויפיל געליטן אין געשוויגן אין קיינמאל נישט אפגעחוזקט פין די רבנים ?! סתם צי געבען א פעינט אן א ציבור מעטשן וואלט נישט געפאסט פאר דיר .

בין איך גערעכט ?

איך שרייב עס נישט אין אישי ווייל נאך ליינערס האבן געזען יענע געשרייבאכטץ

 



תוקן על ידי ווער_איז ב- 02/12/2010 23:02:38




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2010 20:10 לינק ישיר 

טאקע דע תגובה וואס די האסט געשריבן האב איך טאקע געמיינט אז די וואלסט געדארפט זיין קליגער ווי דעס יא אזוי האט מען אריין געהאקט אין קאפ פאר אינז וגם אני בתוכם אבער באמת איז עס בכלל נישט דעס וואס די שרייבסט אויב האסטו אליין מיט געהאלטן אדער איבערגקיקט היסטריע וועסטו אליין זען אז סאיז א בלויזע שקר זיי האבן בכלל נישט דעס געזאגט אין געשריבן דעמאלטץ קיק נאר די בריוו'ן וואס בני יואל האט געשריבן אנהויב ווי זיי רעדען אז זיי זענען אינטערגעווארפן אינטער סאטמער אין זיי זענען גרייט אויף אלעס אינטער'ן ברך משה אפי' אזוי ווייט וווי ברענגן די קינדער פארהערן אדער ער זאל קימען אינעם מוסד באזיכען מיטן גרעסטן כבוד זיי האבן געהאט די זעלבע פראבלעם וואס היינט ציטאגס האט שוין א גרויסער פארצענט סאטמאר מיטן ר"א צי איז עס וויזניץ צי זיינע פארזעדליכע זאכן אבער זיי האבן אין טיען כסדר ארויס ברענגען אז זיי נענן בכלל נישט דעס וואס די לייגסט זיי אראפ איך בלעם דיך נישט איך קים אויך פין דארט מהאט אינז איינגערעדט זאכן אין סהאט זיך גיט פארקויפט ממילא גייט עס נישט אזוי שנעל ארויס פין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2010 19:14 לינק ישיר 

יעצט באמערקט אין אישי, "ווער_איז" פארלאנגט א תשובה,

איך האב נישט קיין געדולד צו אריינקריכן אין דעם נושא,

כעל נאר זאכן גאר גאר בקיצור

דאס אפמאלן בני יואל אלס הערינג פרעסער און פיס קראצער, איז זעלבסטפארשטענדליך נישט געווען געצילט צו כאראקטיזירן דער מהות פונעם אינדווידועלן בני יואל סימפאטיקער, נאר ענדערש ספעציפיש געצילט צו דער 'באגריף' און מאטא אויף וואס בני יואל איז געגרינדעט געווארן און זיך אנטוויקלט, דהיינו, צו עפענען א דרייסטישע מרידה קעגן די הנהגה פון א אדמו"ר פון מעגליך די גרעסטע חסידות אין די וועלט און דער רב פון די שטאט, אלעס אויפן טענה אז די מנהיגים זענען א געפאר צו אנהאלטן די ארגינעלע דרך פון אלטן סאטמארע רבי ז"ל, און אז די הייניטיגע מנהיגים בכלליות זענען פאלש און עבריינים, דאס איז דער יסוד פון קהילות בני יואל, דאס ווערט רעגלמעסיג ארויסגעברענגט אין זייערע רעדעס און שרייבערייען, צו טאן אזא קאנטראווערסיעלע שריט, זענען די סטאנדערד פון די אנגעריפער גאר גאר הויך, אנדערש האבן זיי נישט די קרידענשלס צו מורד זיין אין א קהלה, לויט די סטאנדערדס, זענען די פורשים לגבי די טענה פון 'פאלשע רביים' מיט רעכט פארעכנט פונקט ווי א מגושמ'דיגער הערינג פרעסער און פיס קראצער זאל קומען זאגן מבינות אויף די אטענטישקייט און פרומקייט פון א מנהיג,

דאס אז אנשי ר' אהרן האבן א ארגערע היסטאריע בעניני אלימות וטעראר, איז לגמרי נישט רעלעוואנט אין אונזער דיסקוסיע, ווייל אחרי ככלות הכול איז זייער פארטיי נישט נוסד אויפן יסוד פון מרידה, לכתחלה זענען זיי נוסד, אויף גדלות עצמו, און די אלע געוואלדאטן איז געקומען בדיעבד, ווען זייער טראן איז אנגעגריפן געווארן, אוואדי נישט קיין אויסרייד, אבער פארט נישט דער באגריף פון די באוועגונג

ודו"ק כי קצרתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 21:44 לינק ישיר 

ווער_איז כתב:
(אויף די פארזעדליכע פארלאנג אין אישי פין אינזער חבר סקאט. (אויך שרייבט ער אז ער נישט יעצט קיין צייט אבער ער וועט עס אויסשמיסען אין א קימעדיגע געלעגנהייט) נעם איך אראפ זיין נאמען פין די קעפיל)




נא וויז מר' סקאטמאלן ? ווער איז אז די האסט אנגעהויבן זע אז ער זאל צוריק קימען אין שרייבן א הסבר אדער א שטיקל הודעה ברמז אויף דעם ענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 16:42 לינק ישיר 

איך מיין אז סאיז ארויס געווארפן צייט די מענטשן זענען אזוי אויפגעוואקסן מהאט עס אריין געהאקט אין קאפ (אויב זיי האבן) אזוי ווי מהאט זיי מסביר געווען אז אלעס איז געווען משה פרי"מ האלטן זיי אלע אזוי אין זיי זאגן עס נאך יעצט אויך אפי' יעדער זעט אין די לעצטע 2-3 יאר וואס זיי טיען אן עם:
 
ווי א שטייגער די אראפ נעמען די מצבה
אויפהאלטן א נפטר
פארשפארן א בית המדרש
פאשקווילן
פענטן קארס
ספרען אויף די גאסן
ארום פארן מיט טראקס
האט ליינס
פאני קאלס
מוציא שם רע
אויסשיסן פענסטערס
נאכשרייען מענטשן
נאכשרייען פרויען
ציברעכן משפחות
אין אזוי ווייטער ליידער אבער אלע פין זיי זינגן נאך די לידל אלעס איז משה פרי"מ ממילא איז א שאד יעדע ווארט ביי די חברה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א שמועס צווישן זיך פין ק"י פאליטיק בכלל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext