זייענדיג אין קרית יואל האב איך געהערט א שיין דערהער פון סאטמאר רבי אויף די סוגי פון כבתה,
לזכות הרבים וועל איך עס מיטיילן
בקיצור נמרץ:
סוגיא כבתא, איז ידוע די קשיא, פארוואס משמי' דרב ירמיה לא קיבלה אביי אז כבתא אין זקוק לה ואסור להשתמש לאורה, אבער משמי' דרב יוחנן קיבלה, וכי משוא פנים,
איז מחדש דער סאטמאר רבי א חידוש, אז דאס האט א שייכות צו די מחלוקה פון ר' יוחנן וריש לקיש, לגבי חצי שיעור, וואס איז די שייכות? הערט...
ס'דאך ידוע קושית הב"י, איז דא איין תירוץ פון ב"י אז מ'האט ציטיילט די שמן אויף 8, פרעגן זיי אלע, וויזוי איז מען דען יוצא מיט ווייניגער ווי די שיעור, מ'ווייס מיר אז תן לה כמדתה, נאר קען זיין אז לויט ר' יוחנן וואס האלט אז חצי שיעור איז אסור, האלט ער דאך אז אפי' פחות משיעור האט א חשיבות, איז פונקט ווי לאיסור האט עס א חשיבות די זעלבע לגבי קיום המצוה קען זיין אז ס'האט אויך א חשיבות אז אפי' מ'האט טאקע נישט מקיים געווען די מצוה בכל פרטיה אבער פארט עפעס א מצוה האט ער מקיים געווען, א אונטערסאנטע חידוש פון סאטמאר רבי.
ווידער לויט ריש לקיש וואס האלט חצי שיעור מותר מן התורה, מיינט דאך דאס אז ווייניגער ווי דער שיעור איז נחשב מאומה, ס'אזוי ווי ער האט גארנישט געטאן, ממילא קען מען נישט ענטפערן אז מ'האט ציטיילט די שמן, ווייל ציטיילן די שמן איז גארנישט ווערד, מוז מען לויט ריש לקיש צוקומען צו די אנדערע תירוץ פון נצחון המלחמה,
אויב דער תירוץ איז צוליב נצחון המלחמה איז דאך 1 טאג נישט די נס געווען מיט די מנורה,
דער ר"ן זאגט אז די טעם פון אסור להשתמש לאורה איז ווייל ס'כעין מנורה דביהמ"ק און מ'טאר דאך נישט נהנה זיין פון הקדש,
יעצט אזוי, לויט די ערשטע תי' פון ב"י אז מ'האט ציטיילט די שמן אין 8 איז מסתבר אז ס'זאל זיין כעין מנורה דביהמ"ק ווייל אלע טעג צינדט מען צוליב די נס פון די מנורה, אויב אבער דער טעם איז צוליב נצחון המלחמה מיינט דאך דאס אז 1 טאג חנוכה איז לגמרי נישט צוליב נס דמנורה קען מען שוין נישט מדמה זיין צו די מנורה פון ביהמ"ק אפי' אויף די איבעריגע טעג, צוליב לא פלוג, ממילא קען מען נישט זאגן אז אסור להשתמש לאורה, אויך א חידוש פון סאטמאר רבי
לפי זה שטימט אלעס, אביי האט נישט געזען קיין שום סברא פארוואס אסור להשתמש לאורה, אבער אזוי ווי ער האט עס געהערט פון ר' יוחנן, וואס ר' יוחנן האלט חצי שיעור אסור, ממילא איז אפי' פחות מכשיעור האט א חשיבות, קען מען דעמאלטס ענטפערן אז מ'האט ציטיילט די שמן אין 8, ממילא זענען אלע 8 טעג צוליב נס דמנורה, ממילא קען מען זאגן אז ס'איז כעין מנורה דביהמ"ק ממילא צוליב דעם איז אסור להשתמש לאורה.
נשלח ב-6/12/2010 23:52
ישר כח ס'קומט גיט צוניץ ברענג נאך אפטער
נשלח ב-7/12/2010 00:23
ווילאנג איך ווייס נישט וועלכע סאטמאר'ער רבי ס'האט דאס געזאגט זאג איך עס נישט איבער אינדערהיים. ביטע אויסקלארן, יש"כ...
נשלח ב-7/12/2010 00:31
מען קען זיך פארשטעלן אז אוודאי און אוודאי נישט דער וואס רופט זיך סאטמער'ר רבי און וואינט אין וומסב''ג האט דאס געזאגט אזא שיינער דרוש ווייל יענער ווייסט נישט מאי דקאמרי רביצין .
נשלח ב-7/12/2010 05:34
נאך א שיין ווארט פון סאטמאר רבי, לכ' חנוכה
מ'זאגט ביי הנרות הללו, "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", איז שווער פארוואס דערמאנט מען פונקט דעם הלכה, וואס האט עס א שייכות צום נוסח.
נאר, ווייל מ'זעהמיר אז ביי נרות חנוכה איז דא אן ענין פון "פרסומי ניסא", איז שווער פארוואס? אדרבא מ'געפין מיר די גמרא זאגט אין מסכת שבת, אז אויב ס'פאסירט א נס מיט א מענטש איז עס א "חסרון", ווייל מ'האט משנה געווען מעשה בראשית,
נאר די פני יהושע פרעגט, פארוואס האט אויסגעפעלט די נס מ'ווייס מיר דאך "טומאה הותרה בציבור", ענטפערט די פנ"י אז אין הכי נמי ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס, נאר "להראות חיבת המקום עלינו" האט דער אייבישטער געמאכט א נס,
ממילא ווען א מענטש מוז ציקומען צו א נס ער האט נישט קיין אנדערע אויסוועג, אזוי ווי די מעשה מיט דעם איד אז ער האט נישט געהאט ווי אזוי צו געבן צו עסן פארן קינד, אזא מין אופן איז עס א "חסרון", אבער ביי די נס חנוכה וואס ס'האט נישט אויסגעפעלט די נס ווי די פנ"י זאגט איז אדרבא, איז עס "להראות חיבת המקום עלינו", ממילא וועגן דעם איז דא אן ענין פון פרסומי ניסא,
די חת"ס זאגט אן אנדערן תי' אויף קושית הפנ"י, ווייל "טומאה הותרה בציבור" איז נאר ביי "טומאת מת", אבער ביי טומאת עכו"ם וואס דאס איז טומאת זיבה, איז נישט הותרה בציבור, לויט דעם תירוץ האט שוין יא אויסגעפעלט די נס, ממילא לויט דעם איז אפשר יא א חסרון די נס, ממילא בלייבט ווייטער שווער פארוואס איז מען מפרסם די נס,
נאר ס'איז דא אן ענדליכע קשיא צו די פנ"י, אז מ'וואלט דאך עס געקענט מבטל זיין די שמן טמא מיטן עצה פון "קמי קמי בטל", ענטפערט דער קובץ אז מ'קען נישט ווייל אין מבטלין איסור לכתחלה, מ'געפין אבער און הלכות סוכה אז מ'מעג לכתחלה מערב זיין סכך פסול מיט סכך כשר, כדי צו כשר'ן א סוכה, זאגט די טו"ז אז כאטשיג אין מבטלין איסור לכתחלה, דאס איז נאר ווען איינער וויל עפעס עסן להנאתו, אבער ביי א מצוה וואס איז נישט להנאתו, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, מעג מען לכתחלה מבטל זיין,
קומט אויס אויב איך נעם אן אז מצות לאו ליהנות נתנו, וואס דאס איז א מחלוקה אין די גמרא, דעמאלטס האט מען געקענט לכתחלה מבטל זיין די שמן דורך קמי קמי בטל, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס. די בני יששכר זאגט אז די טעם פון אסור להשתמש איז וועגן מצות לאו ליהנות ניתנו. ממילא דאס איז די שייכות אין די נוסח פון הנרות, "הנרות הללו אנו מדליקין על הניסים..." איז דאך שווער ס'איז דאך א חסרון א נס? פארוואס דער פירסום? אויף דעם ענטפערט ער "הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד", פארוואס, ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו, ממילא דעריבער האט מען געמעגט לכתחלה מבטל זיין די שמן, ממילא האט נישט אויסגעפעלט די נס, ממילא מוז מיר צוקומען צו דעם אז די נס איז געקומען וועגן "חיבת המקום עלינו", ממילא אויף אזא אופן איז גאר א מעלה און א שבח א נס, ממילא איז זייער גוט פארוואס מ'איז מפרסם די נס.
נשלח ב-7/12/2010 07:13
ראדני קינג, יישר כוח!
_________________
נשלח ב-7/12/2010 20:00
אנטשולדיגט פארן נישט ארויסזאגן קלארער וועלכער סאטמאר רבי, און פארן צימישן דעם ציבור אז ס'קען זיך אפשר דאכטן אז די 2 תורות זענען פונעם זעלבן סאטמארער רבי,
די 2 תורות זענען פון 2 אנדערע סאטמארע רבי'ס, אנטשולדיגט נאכאמאל
די ערשטע איז פונעם ערשטן סאטמאר רבי אין ספה"ק דברי יואל
און דער צווייטער איז פונעם היינטיגן סאטמארע רבי מהר"א, וואס ער האט געזאגט געציילטע יארן צוריק, אלס קר"י רב, ס'זייער מעגליך אז ס'נאכנישט געדריקט