זייענדיג אין קרית יואל האב איך געהערט א שיין דערהער פון סאטמאר רבי אויף די סוגי פון כבתה,
לזכות הרבים וועל איך עס מיטיילן
בקיצור נמרץ:
סוגיא כבתא, איז ידוע די קשיא, פארוואס משמי' דרב ירמיה לא קיבלה אביי אז כבתא אין זקוק לה ואסור להשתמש לאורה, אבער משמי' דרב יוחנן קיבלה, וכי משוא פנים,
איז מחדש דער סאטמאר רבי א חידוש, אז דאס האט א שייכות צו די מחלוקה פון ר' יוחנן וריש לקיש, לגבי חצי שיעור, וואס איז די שייכות? הערט...
ס'דאך ידוע קושית הב"י, איז דא איין תירוץ פון ב"י אז מ'האט ציטיילט די שמן אויף 8, פרעגן זיי אלע, וויזוי איז מען דען יוצא מיט ווייניגער ווי די שיעור, מ'ווייס מיר אז תן לה כמדתה, נאר קען זיין אז לויט ר' יוחנן וואס האלט אז חצי שיעור איז אסור, האלט ער דאך אז אפי' פחות משיעור האט א חשיבות, איז פונקט ווי לאיסור האט עס א חשיבות די זעלבע לגבי קיום המצוה קען זיין אז ס'האט אויך א חשיבות אז אפי' מ'האט טאקע נישט מקיים געווען די מצוה בכל פרטיה אבער פארט עפעס א מצוה האט ער מקיים געווען, א אונטערסאנטע חידוש פון סאטמאר רבי.
ווידער לויט ריש לקיש וואס האלט חצי שיעור מותר מן התורה, מיינט דאך דאס אז ווייניגער ווי דער שיעור איז נחשב מאומה, ס'אזוי ווי ער האט גארנישט געטאן, ממילא קען מען נישט ענטפערן אז מ'האט ציטיילט די שמן, ווייל ציטיילן די שמן איז גארנישט ווערד, מוז מען לויט ריש לקיש צוקומען צו די אנדערע תירוץ פון נצחון המלחמה,
אויב דער תירוץ איז צוליב נצחון המלחמה איז דאך 1 טאג נישט די נס געווען מיט די מנורה,
דער ר"ן זאגט אז די טעם פון אסור להשתמש לאורה איז ווייל ס'כעין מנורה דביהמ"ק און מ'טאר דאך נישט נהנה זיין פון הקדש,
יעצט אזוי, לויט די ערשטע תי' פון ב"י אז מ'האט ציטיילט די שמן אין 8 איז מסתבר אז ס'זאל זיין כעין מנורה דביהמ"ק ווייל אלע טעג צינדט מען צוליב די נס פון די מנורה, אויב אבער דער טעם איז צוליב נצחון המלחמה מיינט דאך דאס אז 1 טאג חנוכה איז לגמרי נישט צוליב נס דמנורה קען מען שוין נישט מדמה זיין צו די מנורה פון ביהמ"ק אפי' אויף די איבעריגע טעג, צוליב לא פלוג, ממילא קען מען נישט זאגן אז אסור להשתמש לאורה, אויך א חידוש פון סאטמאר רבי
לפי זה שטימט אלעס, אביי האט נישט געזען קיין שום סברא פארוואס אסור להשתמש לאורה, אבער אזוי ווי ער האט עס געהערט פון ר' יוחנן, וואס ר' יוחנן האלט חצי שיעור אסור, ממילא איז אפי' פחות מכשיעור האט א חשיבות, קען מען דעמאלטס ענטפערן אז מ'האט ציטיילט די שמן אין 8, ממילא זענען אלע 8 טעג צוליב נס דמנורה, ממילא קען מען זאגן אז ס'איז כעין מנורה דביהמ"ק ממילא צוליב דעם איז אסור להשתמש לאורה.
נשלח ב-14/12/2010 23:35
דארט אין קאליפארניע פארקויפט מען גוטע זאכן אין שול, ר' אהרן האט זייער ליב די נאשריי, פאריאר איז געווען בילדער ווי דער קדוש'ל באטראכט אלע נאשעריי,
נשלח ב-14/12/2010 22:47
אההה ער פארט שוין.. בראווער1 גרייט אן די קעמערס, ס'דערמאנט גיטע צייטן, פון טשיפס, סנעפל און שיכרות
_________________
נשלח ב-14/12/2010 22:35
וואלן, נעם דער מיט די געלע סטיקי נאטס וואס קלעבט שוואך, די ווייסט וועלעכע איך מיין,,. צו נאטירן די וועלטס בארימטע טיפשות
_________________
נשלח ב-14/12/2010 22:22
דזשאסט פאר די רעקארד:
די רבי פארט קיין פאלם ספרינגס אויף 3 וואכן
און דארט זאגט ער אויך של"ס תורה כרגיל, ער דארף ב"ה נישט נעמען קיין וויקעישאן פון תורה זאגן, כי הם חיינו ואורך ימינו
נשלח ב-14/12/2010 08:31
רעדענדיג פון זיין גאונות איז אינטערעסאנט צו באמערקן: דער עם הארץ פליהט אפ קיין קאלעפארניע קומענדיגן זונטאג וואו ער ווייט וויילן פאר גאנצע 8 וואכן! מ'שטיינס געזאגט אז גאנץ שובבי"ם ת"ת וועלן מיר נישט האבן די זכי' אפילו איינמאל צו הערן די 'ווארימע' דברים היוצאים מלב טהור אויף די פירצות פונעם דור -מיט דעטאלן פארשטייט זיך- וכדומה.
איך האב מיך באמת געחידושט דערויף, פרעג איך אן אהרוני וואס פשט איז. ענטפערט ער מיט מיט א פשטות, דער רבי איז זייער אויסגעמוטשעט, אויף אזוי ווייט אז פארגאנגענעם יו"ט חנוכה האט ער זיך דריי מאל פארמישט אינמיטן תורה זאגן און נישט געקענט זאגן א ווארט ווייטער. דעריבער האבן די בני בית באשלאסן אז דאס מאל טראגט מען אוועק דעם רבין אויף א לענגערע וויילע ער זאל צוריקקומען פולקאם צו די כוחות.
עס איז נאר צום האפן אז קיין קאלעפארניע וועט נישט בטעות אנקומען א שוחט וואס וועט דעם עם הארץ אויפשאקלן מיט א שרעקעדיגן סיפור וואס גייט פאר אין עולם הכשרות. נישט ווייל ער וועט נישט האבן וואו צו האלטן א דרשה דערוועגן, ווייל דאס האבן מיר שוין די פארגאנגענע מאל געזען אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו האלטן דעם סיפור ביי זיך אין בויך פון אלול ביז חצי כסליו. נאר פשוט עס וועט אים שאפן שלאפלאזע נעכט, און ווען ער וועט צוריקקומען קיין ניו יארק וועט ער נאך ווייטער זאגן צומישטע תורות.
תוקן על ידי סענעטאר ב- 14/12/2010 08:33:59
נשלח ב-9/12/2010 17:38
לאמיר גיין צושטייטליך. ביז אהער האסטו מיר אויסגעקוקט צו זיין גאנץ א סאלידער אהרוני, און פלעגסט קיינמאל נישט ווערן אזוי ווילד עקסטרעם. אבער זעהט אויס אז דאס באטיטלן ר' אהרן "עם הארץ" האט דיך יא ארויסגענומען פון די גלייזן ווי אלע אהרונים צוגלייך, ווייל ס'נישט מעגליך אז נאך דעם זעכציגע יעריגן גלגול פון ר' אהרן טייטלבוים, און איבערהויפט די לעצטע צען יאר פון מח וואשעריי אז ר' אהרן איז דער גאון שבדור זאל זיך ארויסשטעלן אז ער איז גאר אן פוסטער עם הארץ.
דו האסט מיך נאכנישט געברענגט קיין איין הארד פראף, ווי מ'רופט דאס, אז ר' אהרן איז א גאון. דו זאגסט "יעדער ווייסט", מ'האט שוין אויף אים אלעס געזאגט, די גילגול יענע גילגול וכדומה. למעשה האט זיך פאר אפאר וואכן צוריק ארויסגעשטעלט אז דער 60 יעריגער עם הארץ הייבט אן ארויסצואווייזן ברבים זיין עם הארצות. ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט א אומפאראויסגעקוקטע דרשה און גערעדט אזוינע עם הארצות'ער, אז איך דענק נישט די לעצטע צען יאר ווען מ'האט חוזק געמאכט פון ר' זלמן לייב אז ער איז א עם הארץ זאל ער האבן גערעדט אזויפיל שטותים.
אזוי אויך פאריגע וואך דאנערשטאג ביינאכט ביי די חנוכה תורה אין הופפער שול איז געווען בזיונות עצומות, אז אפילו דעם צעטיל פון וואס ער האט זיך פארגעקוקט האט אים שוין נישט געהאלפן זיך ארויסזען פון פלאנטער. און ווי שוין געשמועסט, ר' אהרן איז א עקספערט און דרייען מיט גראבן פינגער אויף אויבערפלעכליכע תורות, אז פרעה האט געהאלטן ווי די חשמונאים דעריבער האט ער יא גע'קטנ'ט ביים נילוס יעדן אינדערפרי א.א.וו. אבער פון דארט ביז גאונות איז הימל און ערד.
דעריבער בין איך נישט אזוי קאנווינסד אז ר' אהרן זאל דארפן אראפקומען אויף נאך א גלגול פאר דעם צוועק אז יעדער זאל וויסן אז ער איז א עם הארץ, ער קען געזונטערהייט בלייבן אויבן אויף יענע וועלט. זיינע לעצטע פאר דרשות איז מיר פונקט גענוג דאס צו באשטעטיגן.
נשלח ב-9/12/2010 17:11
סענעטאר, וואס איז דאס די בית יוסף דרשה פון מהר"א?
_________________
נשלח ב-9/12/2010 16:55
הער מיך צו מיין טייערע שעפעלע, אונזער רבי לאוי"ט, איז שוין אונטערן פארגרעסערונג גלאז פאר צענליגע צענליגע יארן קע"ה, מ'האט איהם שוין קורא שם געווען מיט כל מיני שמות נרדפים, שלא כתובה בתורה, ענק האבן שוין געהאט די ברירה איהם צו רופן עם הארץ פאר 30-40 יאר צוריק, יעצט ווען ער איז שוין איבער 60 דערמאנען ענק זיך אז ער איז אן עם הארץ, סארי! טו לעיט! ענק האבן שוין געשפעטיגט, אפי' אויב ר' אהרן אליינס זאל אליינס פרובירן צו איינרעדן די וועלט אז ער איז א עם הארץ וועט איהם שוין קיינער נישט גלייבן, אפי' ער זאל זאגן ברבים קמץ אלף בָּ וועט עס איהם גארנישט העלפן, ער האט שוין צופיל ארויסגעוויזן און זיין ערשטע 60 יאר, ענק וועלן מוזן ווארטן פארן נעקסטן גילגול איהם צו מאכן פאר א עם הארץ, אונעם יעצטיגן גילגול האבן ענק שוין געשפעטיגט,
און איך וואלט געזאגט, וחליפיהן בגולם, ליידער ענקער רבי איז מלומד בעמי הארצות, מיום וואס ער איז ארויף אויפן פראנט-סטעידש, אז אפי' ער זאל זיך אויפשטעלן זאגן די טיפסטע אסטראווצע פילפול וועט ער נישט קענען צוריקדרייען זיין סטאטוס פון זיין ערשטע 60 יאר פון זיין לעבן, ענק וועלן מוזן ווארטן פארן נעקסטן גילגול איהם צו מאכן פאר א תלמיד חכם, אונעם יעצטיגן גילגול האבן ענק שוין געשפעטיגט,
א פרייליכן זאת חנוכה
נשלח ב-9/12/2010 06:43
ראדני קינד, איך מיין אז חוץ קלארקייט פעלט דיר אביסל זיסקייט, בוסט אזא זיס קינד קע"ה. אגב איז דאס נישט משנה פון די אלע תגובות ביז אהער, עס האט קיינער נישט אפגעפרעגט די תורה אזוי ווי מ'האט געטון מיט ר' אהרןס בית יוסף דרשה, נאר סך הכל איבערגע'חזר'ט דעם פאקט אז ער איז א ביליגער עם הארץ.
נשלח ב-8/12/2010 17:29
דאס ווארט איז פון ערשטן סאטמאר רבי ז"ל בספה"ק דברי יואל
אנטשולדיגט פאר נישט זיין קלארער
נשלח ב-7/12/2010 15:27
ספרינטער כתב:
די ארונים זענען אזוי פרייליך אז דער ק"י עם הארץ האט שוין ענדליך געזאגט א נארמאל ווארט, אזשע זיי שפירן עס פאר א פליכט עס מפרסם צו זיין, כדי צו פארדעקן זיינע פריערדיגע עמי הארציש'ע פשטל'ך.
דו האסט אזא זאך ווי א טעיפ ריקארדער? אויב יא גיי אריין צו קרן שמואל ישעי' און קויף אלע הדלה"נ פון די לעצטע 10 יאר. און נאכדעם זאג ווער עס איז אן ע"ה. אדער גיי אריין אין היכל רז"ב און הייב אן דורכצוקוקן אלע זיינע ספרים ( בערך 15) [הגם איך גלייב נישט אז דו עפנסט אמאל א ספר] און נאכדעם זאג ווער עס איז אן ע"ה. דיין וויסטע שנאה שרייט ארויס. א זאך וואס יעדער קען זיך אזוי גרינג איבערצייגן האסטו נישט קיין שום פראבלע צו שיסן ליגנטס. און מהר"א געווארן אן ע"ה. איך האב נישט געוואוסט ווי אמ עס איז אז הקנאה וכו' מוציאין את האדם מן העולם. ווייל אויף דעם וועלט לעבסטו זיכער נישט...
נשלח ב-7/12/2010 07:06
די ארונים זענען אזוי פרייליך אז דער ק"י עם הארץ האט שוין ענדליך געזאגט א נארמאל ווארט, אזשע זיי שפירן עס פאר א פליכט עס מפרסם צו זיין, כדי צו פארדעקן זיינע פריערדיגע עמי הארציש'ע פשטל'ך.
נשלח ב-6/12/2010 22:01
דא האסטו נאך א שיין ווארט......
Fwd: New teretz of famous Bies Yosef kashya by Aron: there's no such a Bies Yosef...