זייט געווארנט! מיסיאנערישע ביכער אין וומ"ס
די מיסיאנערן זענען אויפגעקומען מיט א נייע סטראטעגיע וויאזוי אריינצושטעקן זייערע גיפטיגע לאפעס אין דעם חרדישן יודנטום. נאכדעם וואס ע"פ הוראת הרבנים ווארפט מען ארויס יעדן פארדעכטיגטן בריוו.האבן זיי אנגעהויבן ארום שיקן פאסט אדרעסירט צו כלל טוער. און עס קומט "בטעות" אן צו א ראנג אדרעסס(אייער פאסט קעסטל) און וויסנדיג אז א יוד איז נייגעריג און וועט עפענען די בריוו צו זעהן וואספארא וויכטיגע בריוון ר' בעריש פרייליך. וכו' באקומט און אזוי האפן זיי צו אריינכאפן ווי מער יודן רח"ל היל"ת. דעריבער זייט געווארנט. אויב באקומט איר א בריוו ראנג אדרעסס. זייט נישט קיין גוטער פאר יענעם אויף אייער און אייערע קינדערס חשבון! עס איז נישט קיין קינדער שפיל! זייט מקיים דעם ובערת הרע מקרבך נאך פאר עס טרעט אריין ביי אייך אינדערהיים! ווייל נאכדעם קען חלילה זיין צו שפעט!
|