בית פורומים אידישע געדאנק

איז שוין צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשיך?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/12/2010 21:40 לינק ישיר 
איז שוין צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשיך?

לכאורה איז די תירוץ יא

עד היום הזה זאמלט דוד ווערטהיימער געלט פאר די אהרוינישע מוסדות, ווי זאמלט ער די געלט? בבית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג! קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרוינים".

עד היום הזה זאמלט חיים הערש שווארץ געלט פאר די אהרוינישע מוסדות אין בית מדרשינו סאוט 8, עד היום זאמלט מאיר פערל געלט פאר מאנרא קאלדש. קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרונים".

מאכט נישט א טעות, רעדט זיך נישט איין אז ס'רעדט זיך פון א ראפל וכדו' פאר וועלכע מען גייט נאך געלט אין א ביהמ"ד בלויז איינמאל א יאר, בכלל נישט, זיי זענען קביעות'דיגע גייער מיט א פשוטע ריסיט ביכל, יעדן טאג פון יאר, יאר איין יאר אויס.

זאלט איר אויך נישט חלומ'ען אז די דערמאנטע געלט גייער קלעבן ארויף אויף זייער שטערן א טעוועלע וואס מאכט קלאר פארן געבער אז די מדובר איז אהרוינישע מוסדות, רעדט אייך נישט איין אז זיי נעמען געלט נאר פון אהרוינים. אין פאקט געפינען זיך היינט אין די סאוט 8 שול כמעט נישט קיין אהרוינים, ווייל זייט זייער מעכטיגע מפלה פארגאנגענעם תשרי האבן זיי געדינגען א שול דארט אין די געגענט און אלע קרעציגע האבן זיך אפגעפעקלט אהין. חיים הערש שווארץ גייט ווייטער נאך געלט און באקומט נדבות פון אנשי שלומינו ביי אינז אין ביהמ"ד.

רבותי ס'איז דאס העכסטע צייט אפצושטעלן דעם פארקרימטן מהלך.

היינט צופרי - אזוי ווי יעדן טאג חנוכה - האבן די תלמידי הישיבה געזאמלט געלט לטובת די קופת חתנים פון די ישיבה גדולה. די קופת חתנים מאכט א ראפעל ווי מען קען געווינען $50,000

אלע בתי מדרשים ווערן צוטיילט צווישן די בחורים און יעדע קבוצה באקומט א רשימה פון בתי מדרשים ווי זיי דארפן זאמלען יעדן טאג במשך דעם חנוכה. דעם היינטיגן זאת חנוכה זענען פיר בחורים געקומען זאמלען געלט אין ביהמ"ד 53. עס איז לכאורה איבריג צו זאגן, איך וועל דאס פאר איבערזאגן, רוב מתפללי ביהמ"ד זענען אנשי שלומינו טראץ דעם וואס דער רב דארט פארשעמט זיך כסדר מיט זיינע ווילדע רידערייען קעגן אנ"ש אנגעהויבן פון דיין שליט"א און גענדיגט ביים בחורים פון ישיבה וואס קומען זאמלען געלט. אלס נאר ווייל ער וויל פארזיכערן אז זיין איידעם מענדל זאל זיין א גרויס רבי...

עס איז גרינג צו דערקענען ווען מען שפאצירט אריין דארט, מען וועט אלעמאל זען צענדליגע אינגעלייט צוגיין צום דיין פארן דאווענען און נאכן דאווענען, יעדער מיט זיינע שאלות וכדו'. פון די אנדערע זייט דרייט זיך זייער זעלבסט געקרוינטער דיין משה פריעדמאן, דער דרייט זיך פון וואנט צו וואנט אריין און ארויס און ס'איז זעלטן מען זאל זען איינעם בכלל פארטוישן א ווארט מיט אים.

ווען מען שפאצירט אריין אין קאווע שטיבל און מען ליינט אויף די נעמען פון די וואס זענען מנדב קאווע, בלייבט א אויסוואהל פון צוויי געדאנקען, אדער אז אנ"ש זענען א שטארקע רוב, אדער אז זייער עולם קענען נישט ארויסנעמען א פרוטה פון טאש פאר יענעמסוועגן. איין נאמען נאכן צווייטן זענען אונזערע בעלי בתים, וכדו'.

די אהרוינים דארפן כסדר צייגן בעלות, האבן זיי אריינגערופן הילף פון וו"ב, עס זענען טאקע געקומען צו גיין צוויי שלעגער פון וו"ב און צוזאמען האבן 4 חיות אלטר וואגשאל, יואל בן משה בער לאנדא, יואל בן יעקב הערש פריעדמאן, שלום מיטעלמאן, באפאלן די בחורים מיט די ראפלעך מיט מכות רצח. די מכות האבן זיך אפגעשטעלט נאר ווען צענדליגע אינגעלייט מאנ"ש וואס האבן בשעת מעשה געדאווענט אין ביהמ"ד האבן געכאפט וואס דא גייט פאר און זיי האבן דאס אפשגעשטעלט.

אמת אז מיר זענען נישט קיין אהרונים, מיר האבן ב"ה באקומען א איידעלע חינוך, פארט איז נישט מעגליך צוצוקוקן אז אומרעכט און ס'איז צייט צו לערנען פאר די אהרוינים א פרק אינם סוגיא עין תחת עין. מיר וועלן נאך אלס נישט ווערן אהרוינים מיטן נעמען אזא גאנג, ווייל מיר האפן אז די אהרוינים וועלן לערנען ריכטיג און מאכן די חשבון אז עס לוינט נישט קיין טעראר, איך גיי ביי יענעם יענער גייט ביי מיר און שלום על ישראל. דער ארויני וועט לכאורה לערנען פשט איך גיי ווייטער זאמעלן ביי דיר און די וועסט כאפן מכות ווען די קומסט צו מיר.

ווען מען גייט אריין מיט אביסל א טיפערן בליק ווערן מיר געוואר א געוואלדיגן חידוש. מיר ווייסן אז גיין נאך געלט פאר א קופת חתנים מיינט אין פשוטע ווערטער ארויסהעלפן מחותנים חתונה מאכן די קינדער. דער אהרויני מיט זיין פארקרימטן קאפ לערנט אפ גיין נאך געלט מיט גאנץ א אנדערער פשט - איבערנעמען דאס ביהמ"ד.

יעדער וואס האט נאר דאס מינדערסטע אהנונג אין די סאטמאר פאליטיק ווייסט אז דער רבי דער ברך משה האט געוואלט אז ר' בעריש מייזליש זאל חתונה האבן כדי די קינדער די יתומים זאלן האבן א מאמע בעריש האט נישט געוואלט, ס'איז אים געוואן ליבערשט צו בלייבן אליינס ווי איידער חתונה האבן און איינשטעלן צו ווערן אויס רב אין 53, דעמאלטס האט דער ברך משה געזאגט פאר בעריש אז ער לאזט אים בלייבן רב אין 53. רבינו שליט"א האט געזאגט פאר קהל אז צוליב כיבוד אב וויל ער נישט מען זאל טשעפען בערישן, פארדעם טאקע בויעט קהל א נייעם ביהמ"ד און קהל האט קיינמאל נישט תובע געווען דעם עגזעסטירענדען ביהמ"ד. מיר האבן קיינמאל נישט פראבירט צו ווייזן בעלות דארט ווייל רבינו שליט"א וויל נישט דעם שול! זאמלען געלט ביי אנ"ש וואס זענען נאך אלס די רוב אין יענעם שול (ביז מען וועט ענדיגן דעם נייען שול). איז א פשוטע פארשטענדליכע טאקט.

קומען די פיר ראצערס אלטר וואגשאל, יואל בן משה בער לאנדא, יואל בן יעקב הערש פריעדמאן, שלום מיטעלמאן, און טיילן פעטש? דערנאך קומען שמירן אויף הייד פארק אז זיי האבן מצליח געווען אפצוהאלטן די זאליס פון איבערנעמען דעם ביהמ"ד דורך דריי בחורים וואס גייען נאך געלט מיט א ראפל?!

אה, מיינט דאס אויך אז דוד ווערטהיימער נעמט איבער ראדני מיטן גיין נאך געלט דארט!

דעריבער הלאט איך אז ס'איז צייט אויפצוקלערן קהל אז מען קען נישט שווייגן!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2010 08:17 לינק ישיר 

אם רעב שונאך האכילהו לחם, אבער אייער מיט צוויבל ביסטו נישט מחויב,

צוויבל האבן זיי גענוג, די לצים אין ישיבה פלעגן זאגן אז ר' אהרן'ס מויל שטינקט פון צוויבל, ווייל די צוויבל ברודער פלעגן לערנען מיט ר' אהרן אין ישיבה, זיי זענען געווען חריפים, און ר' אהרן פלעגט נאכזאגן זייער כאפן, שלא בשם אמרם,





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2010 05:03 לינק ישיר 

איך וועל מהיום והלאה לאזן די ארונים טועם זיין פון די אייער מיט געדינסטע צוויבל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2010 01:34 לינק ישיר 

קיין זיידענע הענטשיך אין סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען, אבער קיין באקסינג גלאווס איז נישט כדאי אנצוטוהן,

ר' אהרן מעג שיקן זיינע שיק יונגלעך קוקען וויאזוי זיין ברודערס בתי מדרשים קוקן אויס, און דערצוה אזא איד ווי מאיר פערל וואס האט באקומען פון ר' שמעון ווייסן די בעלות איבער בני ברקער שיכון, מאכט נאר זיכער צו ווייזן ווי די ביתכסא איז, אלס הכרת הטוב וואס זיי האבן אונז געוויזן מיט עלעף יאר צוריק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2010 00:52 לינק ישיר 

איך האלט פון די מהלך פון נישט שלאגען
אז איינער וויל געבן געלט פאר די אהרונים זאל זיין אזוי
איך גלייב אז עס איז דא גענוג אהרונישע שולען ווי זאלונים קענען גיין נאך געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2010 19:02 לינק ישיר 

די ציבור ווייס נישט באמת ווי געמיין און שלעכט סאיז געווזען די איבערפאל פון די פאר שלעיגערס אויף די איידעלע בחורים,די בחורים האבען נישט געוויסט וואס דא גייט פאר, סהאט גענימען צייט ביז זיי האבען געכאפט וואס דא טוט זיך, און סקומט זיך א אויסצייכענינג פאר די בחורים וויאזוי זיי האבען עס גענומען, בשעת מעשה איז געוועזען דארטען אסאך פון אנשי שלומינו אין די בחורים וואלטען געקענט אסאך זאכען טוהן, סאיז געוועזען א גיטע עדווערטייזינג פאר די ישיבה

אויך אלע ארומעדיגע זענען געוועזען אין שאק, אפילו אונז זענען שוין גאנץ גוט ציגעוואינט צו זען טעראר אקציעס יעדע שטיק צייט,נישט לאנג ציריק האבען די זעלבע שלעיגערס באפאךען ישיבה נועם אלימלך בחורים וואס זענען געקומען אויכעט פאר זייער קרן חתנים, און די פוסטע שטריקען האבען זיי מיט אכזריות אסאלטעד און באשריגען, יעצטערט איז דאס אבער געוועזען אזא אנפאל מיט אסאך ברוטעליטי און ארויניסטישקייט, סהאט געגעבען יעדעם א דערמאנונג ווער די חברה זענען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2010 05:59 לינק ישיר 

פארוואס טאקע נעמט רעביענקל אזוי ערענסט א אטאקע אויף "ציווילע עסקנים" אז ער סטראשעט מיטן ערגסטען?
איך געדענק נישט אין די היסטאריע ער זאל אזוי בייז זיין פארן באשמיצן א "ציווילע" מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2010 02:18 לינק ישיר 

קהל דארף דאס נעמען אין בייטראכט דאס איז אפגערעדט. עס איז נאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי די "ציווילע" עסקנים און בירגער, סטראשען מיטן ארגסטען אז זיי וועלן ארויפשטעלן די ווידיא'ס פונעם געשלעג היינט אינדערפרי. לדעתי וועט דא קיינער נישט פארשעמט ווערן חוץ די פיר שלעגער, דעריבער ראט איך אז זיי זאלן דאס טאקע ארויפשטעלן, אבער נישט געשניטן פארשטייט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 21:55 לינק ישיר 

לידועת הציבור אין איינקלאנג מיטן פאקט אז מיר זענען דא זיך צו שיצן און נישט אויף צו אטאקירן.

איך האבן במשך דעם גאנצן פארמיטאג און מיטאג גארנישט געשריבן וועגן דעם נושא, און טראצדעם וואס בילדער פון די שלעגער פארן שוין ארום אויף אימעיל.

נאר 2 שעה נאכדעם וואס רבייאנקל האט נישט געקענט איינהאלטן זיין כח הדמיון און האט אויפגעפלאצעט האבן איך בארירט דעם נושא.

איך האף אז ס'וועט מער נישט אויספעלן מיר צו זען דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז שוין צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשיך?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext