בית פורומים כל העולם כולו

פרישע האפקראטיע ביי קווינס בחורים דורכגעפאלענע איבערקערנישן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/12/2010 22:53 לינק ישיר 
פרישע האפקראטיע ביי קווינס בחורים דורכגעפאלענע איבערקערנישן

כ'האב אפגעמאכט צו עפענן א באזונדערע אשכול צו דיסקאסירן די נושא פין היינט ציפרי אין סאטמאר ביהמ''ד אין ב''פ
וואס כ'האב שוין פריער דא געשריבן לא קשיא: הא לן והא להו

 

אפאר צילאזטע קווינס בחורים קומען עפעס אימשילדיג מיט א ראפעל נאך געלט אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אין ב''פ
זיי האבען קלאר געוויסט אז זיי זענען דא נישט וועלקאם,
זיי האבען אבער געוואלט ווייזן אז פאר ר' זלמן איז טאקע נישט געלונגען איינצונעמן די שול אין טוישן גבאים,
אבער זיי וועט יא געלונגען
נו, פארשטייט זיך מ'האט זיי געבעטן איין מאל אין נאכמאל ווי נארמאלע מענטשן אז זיי זאלען פארשטיין
אז דאס איז א סאטמארע ביהמ''ד אין דא קען נישט גיין נאך געלט קיין נעלאגען, הולכים בערכעות, ציונים, אדער מוסדות וואס נעמען געלט פין די ציוניסטישע מדינה
 אין אזווי זיי גייען אריין אין איינס פין די קאטעגאריע'ס זאלען זיי נישט ווייטער ארומגיין
פארשטייט זיך, אז די קווינס מציונים מיט זייער נעימת המידות האבן געוואלט ווייזן וואס זיי קענען
אין יעצט האבען זיי איינגעשפאנט זייער גאנצע PR קאמפעני - מיט אלע מיני שקרים אין אויף אלע זייער וועבזייטליך יודישע אין ענגלישע טוט זיך טישן אין בענק אז
די וועלט דארף כאפען א טרייסל פין די אכזריות........
האפענטליך איז עס אפגעכאפט וועט יעדער קענען זעהן די אימשילדיגע קווינס בחורים

אבער לאמיר נאר אויפמישן זכרונות
זאל יעדער פרעגן וויפיל א קינד פין אינזערע מוסדות אין וומ''ס פלעגט דארפן ציטערן צו גיין נאך געלט ביי די הייזער ווייל אויב קלאפט ער אריין ביי א זאלי, וועט ער זיך פרייען אז מ'האקט נאר צו די טיר אויף אים..
וויפיל גבאי צדקה ק' ש' האט היי יאר אליין'ס פראבירט צו פארשיקן פין ס' 8 שול
וויפיל גבאי צדקה מ'האט היי יאר פראבירט צו פארשיקן פין מורטל
וויפיל גבאי צדקה פ' האט היי יאר פראבירט צו פארשיקן פין ראדני
אין וועלכע גבאי צדקה ש ל ו האט פארשיקט פין קינגסטערעס
וויפיל גבאי צדקה ש י ע האט פראבירט צו פארשיקן פין קליימער
אדרבה פרעגן די עסקנים פין מוסדות יט''ל, מוסדות וומ''ס, מתיבתא
וכו' כו'
אין דאס איז אלעס ווען די עסקנים גייען בלויז צו אנ''ש, זיי בעטן נישט קיין געלט פין סתם מתפללים
נאר וואס דען
שרייטס אלע: לא קשיא: הא לן והא להו

[פארראכטן אויף פארלאנג פונעם שרייבער]

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/12/2010 14:23:30




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2010 00:57 לינק ישיר 

פין אישי

remind him when kj karen chasanim was trowen out from rodney 10 years ago when they where staying like all years b4 the weeks b4 purim, it was their chazuka

דאס איז א פרשה פאר זיך
אבער איז שטארק אין פארגלייך צו היינט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2010 00:42 לינק ישיר 

לאמיר אביסל צולייגן זיינע פערל ווערטער, זייער שפייז, דברי חיזוק ונחמה

איז שוין צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשיך?
זאליס - זיידענע הענטשיך..... גאנץ א גיטע צאמשטעל, זעהט אויס אז ''אלעס איז איינס''

עד היום הזה זאמלט דוד ווערטהיימער געלט פאר די אהרוינישע מוסדות, ווי זאמלט ער די געלט? בבית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג! קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרוינים".
עד היום הזה זאמלט חיים הערש שווארץ געלט פאר די אהרוינישע מוסדות אין בית מדרשינו סאוט 8, עד היום זאמלט מאיר פערל געלט פאר מאנרא קאלדש. קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרונים". מאכט נישט א טעות, רעדט זיך נישט איין אז ס'רעדט זיך פון א ראפל וכדו' פאר וועלכע מען גייט נאך געלט אין א ביהמ"ד בלויז איינמאל א יאר, בכלל נישט, זיי זענען קביעות'דיגע גייער מיט א פשוטע ריסיט ביכל, יעדן טאג פון יאר, יאר איין יאר אויס. 
ער האט נישט קיין פראבלעם צו באקען אין די וועלט אריין די קעלבער וועלן עס סייווי אפקויפן
ר' דוד ווערטהיימער זאמעלט נישט קיין געלט פאר די מוסדות
ר' חיים הערש שווארץ זאמעלט פאר קיינעם נישט קיין געלט....,
ר' מאיר פערל זאמעלט נישט קיין געלט פאר די מתיבתא,
די סיבה פארוואס ער ווייסט נישט איז פשוט - ווייל זיי זאמלען נישט קיין געלט
נאכמאל די 3 א''ד עסקנים זאמלען נישט קיין געלט אין די זאלי שולן.
וואס יא - ר' דוד אין ר' מאיר גייען צו מענטשן וואס האבען 'ציגעזאגט געלט' פאר די געוויסע סאטמארע מוסדות אפענעמן זייער נדבת לבם, 
אין אזווי זייער א גרויסע פראצענט מענטשן בעטן מ'זאל קומען ציפרי אין ביהמ''ד
ע''כ גייען זיי יעדע שטוק צייט ארום ציפרו אין אלע שולן ווי עס דאווענען די מענטשן וואס האבען ציגעזאגט די געלט,
צו אפנעמען די געלט פין די נדבנים
''אבער איר וועט קיינמאל נישט זעהן ר' דוד אדער ר' מאיר זאל צוגיין צו סיי וועלכע זאלי נאך געלט'', ''זיי גייען נאר צו מענטשן וואס האבען ציגעזאגט געלט''.
אין די עיקר, ''שטעלט אפ די 2 עסקנים אין פרעגט זיי וויפיל מאל מ'האט זיי שוין ארויסגעווארפן פין בית המדרש'', פשוט ציליב זייער וויסטע שנאה אין רציחה האט נישט אויסגעהאלטן ווי א ארוני באקומט נדבות פין 'זיינע' מענטשן, אדער ווייל דער עולם זעהט וויפיל ארונים דרייען זיך אין די זאלי שולן.
לדוגמא, כ'דארף פאר קיינעם נישט פארציילן וויפיל עסקנים מ'האט 'חודש כסליו אליין' ג'רודף'ט אין די קליינע סאוט 8 שול

נאר, פאר זיינע קעלבער מוז ער פארקויפן די ברוקלין בריזש - זיי דארפן עס צום לעבן.


זאלט איר אויך נישט חלומ'ען אז די דערמאנטע געלט גייער קלעבן ארויף אויף זייער שטערן א טעוועלע וואס מאכט קלאר פארן געבער אז די מדובר איז אהרוינישע מוסדות, רעדט אייך נישט איין אז זיי נעמען געלט נאר פון אהרוינים. אין פאקט געפינען זיך היינט אין די סאוט 8 שול כמעט נישט קיין אהרוינים, ווייל זייט זייער מעכטיגע מפלה פארגאנגענעם תשרי האבן זיי געדינגען א שול דארט אין די געגענט און אלע קרעציגע האבן זיך אפגעפעקלט אהין. חיים הערש שווארץ גייט ווייטער נאך געלט און באקומט נדבות פון אנשי שלומינו ביי אינז אין ביהמ"ד.
שקרים ווי וואסער
די עסקנים וועלן קיינמאל נישט צוגיין צו א מענטש אויב יענער איז נישט קיין ארוני - א פאקט וואס יעדער קען זיך איבערצייגן
אין וועגן די אלטע סאוט 8 שול וואס די זאליס זענען זיך משתלט דערויף זאל ער פארקויפן אויף היידפארק וואס ער וויל
אבער נישט אימזינסט וויל אברהם בער יאקבאוויטש נישט העלפן די סאוט 8 שול,
ער טענה'ט קודם טראג ארויס די ארונים וועלכע זענען 60% אינדערוואכען אין אביסל ווייניגער אים שבת
 (בערך 20% פין די נייע גרויסע סאוט 8 שול קומט פין די אלטע סאוט 8 שול, ד''מ אז רוב ארונים זענען דארט געבליבן זיי פילן זיך דארט זייער באקוועם, דאס איז די סיבה פין די לעצטיגע אטאקעס פין ש' אין ה' (כ'האלט מיך איין דערווייל פין שרייבן די נעמען)
אין די נייע שול דאווענט מען בעיקר נאר שבת ווייל דארט איז נישטו קיין מקוה דערווייל
אין נאכמאל ר' חיים הערש שווארץ איז אויסדריקליך נישט קיין פאנד רעיזער, מ'זעהט אז די שרייבסט סתם אין די וועלט אריין דיינע קעלבער וועלן עס סיי ווי אפקויפן

רבותי ס'איז דאס העכסטע צייט אפצושטעלן דעם פארקרימטן מהלך.
זיי נישט באזארגט, מ'נעמט שוין 13 יאר קער פין דעם מהלך
אלעס בלייבט נאר ביים אלטן....


היינט צופרי - אזוי ווי יעדן טאג חנוכה - האבן די תלמידי הישיבה געזאמלט געלט לטובת די קופת חתנים פון די ישיבה גדולה. די קופת חתנים מאכט א ראפעל ווי מען קען געווינען $50,000
אלע בתי מדרשים ווערן צוטיילט צווישן די בחורים און יעדע קבוצה באקומט א רשימה פון בתי מדרשים ווי זיי דארפן זאמלען יעדן טאג במשך דעם חנוכה. דעם היינטיגן זאת חנוכה זענען פיר בחורים געקומען זאמלען געלט אין ביהמ"ד 53. עס איז לכאורה איבריג צו זאגן, איך וועל דאס פאר איבערזאגן, רוב מתפללי ביהמ"ד זענען אנשי שלומינו טראץ דעם וואס דער רב דארט פארשעמט זיך כסדר מיט זיינע ווילדע רידערייען קעגן אנ"ש אנגעהויבן פון דיין שליט"א און גענדיגט ביים בחורים פון ישיבה וואס קומען זאמלען געלט. אלס נאר ווייל ער וויל פארזיכערן אז זיין איידעם מענדל זאל זיין א גרויס רבי... 
באלט וועט ער אויפקומען אז זיי האבען רוב אין הופער אדער אין גרויסען ביהמ''ד אין קרית יואל, (וואס דער טיפוש איז נישט אימשטאנד צו פיטערן פאר זיינע קעלבער)
אין אגב כ'ווייס נישט וואס די ווילסט פין דעם רב דארט - חוץ אז ער גייט נישט אין שפאן מיט ענקער באן,

עס איז גרינג צו דערקענען ווען מען שפאצירט אריין דארט, מען וועט אלעמאל זען צענדליגע אינגעלייט צוגיין צום דיין פארן דאווענען און נאכן דאווענען, יעדער מיט זיינע שאלות וכדו'. פון די אנדערע זייט דרייט זיך זייער זעלבסט געקרוינטער דיין משה פריעדמאן, דער דרייט זיך פון וואנט צו וואנט אריין און ארויס און ס'איז זעלטן מען זאל זען איינעם בכלל פארטוישן א ווארט מיט אים.
אז מ'באקט שוין
לייגט מען שוין צו פעפער אין זאלץ
ער לערנט פאר אין 'בית חי' פאר איבער א 'מזומן' יונגעלייט, ''ווי א פייטער אבער א לוזער'', קיינער קוקט ב''ה נישט אויף זיין זייט,  ער בלאזט אויף די גאנצע שול, ער געדענקט נאך זיין חלום ווי ער גייט אויסליידיגען די שול ווען ער גייט.
אין די בית הוראה שטיבל אויבן אין ווייבער שול זיצט דער גרויסער דיין בעל שו''ת הוסיף משה אין איז ב''ה פארנומען איבערן קאפ

ווען מען שפאצירט אריין אין קאווע שטיבל און מען ליינט אויף די נעמען פון די וואס זענען מנדב קאווע, בלייבט א אויסוואהל פון צוויי געדאנקען, אדער אז אנ"ש זענען א שטארקע רוב, אדער אז זייער עולם קענען נישט ארויסנעמען א פרוטה פון טאש פאר יענעמסוועגן. איין נאמען נאכן צווייטן זענען אונזערע בעלי בתים, וכדו'.
נישט לאכען... נאר נאכזאגען אין גלייבן

אמת אז מיר זענען נישט קיין אהרונים, מיר האבן ב"ה באקומען א איידעלע חינוך, פארט איז נישט מעגליך צוצוקוקן אז אומרעכט און ס'איז צייט צו לערנען פאר די אהרוינים א פרק אינם סוגיא עין תחת עין. מיר וועלן נאך אלס נישט ווערן אהרוינים מיטן נעמען אזא גאנג, ווייל מיר האפן אז די אהרוינים וועלן לערנען ריכטיג און מאכן די חשבון אז עס לוינט נישט קיין טעראר, איך גיי ביי יענעם יענער גייט ביי מיר און שלום על ישראל. דער ארויני וועט לכאורה לערנען פשט איך גיי ווייטער זאמעלן ביי דיר און די וועסט כאפן מכות ווען די קומסט צו מיר.
הא הא!!!
קען איינער ברענגן די טעיפס ווי זייער מנהל גיבט דעם ריכטיגען חינוך
קען איינער ברענגן די קליפס ווי די בחורים שרייען אין דרייען איבער די גאסען וועגן סעפטיק סחורה
קען איינער ברענגן די מספר וויפיל פרויען האבען שוין געכאפט קלעפ אין וויפיל שייטלען זענען שוין געריסן געווארען פארן טראגען מיט די עירוב
אה.... א איידעלע חינוך
אין וועגן דעם קומען די איידעלע בחורים איבערדרייען די טיש אין קרעטשניף
וועגן דעם קומען די איידעלע בחורים זיך שלאגען אין סאטמאר ב''פ
איידעל ווי זייער רבי....

יעדער וואס האט נאר דאס מינדערסטע אהנונג אין די סאטמאר פאליטיק ווייסט אז  רבינו שליט"א האט געזאגט פאר קהל אז צוליב כיבוד אב וויל ער נישט מען זאל טשעפען בערישן, פארדעם טאקע בויעט קהל א נייעם ביהמ"ד און קהל האט קיינמאל נישט תובע געווען דעם עגזעסטירענדען ביהמ"ד. מיר האבן קיינמאל נישט פראבירט צו ווייזן בעלות דארט ווייל רבינו שליט"א וויל נישט דעם שול!
ער איז נישט געקומען ווייזען בעלות....
וועגן דעם איז ער געקומען האלטן די באקאנטע חוה''מ דרשה איבערצונעמן די שול
נאכפאלגענדיג ווען ער האט געמאכט פורים פין זיין הייליגען טאטען אין אים געברענגט אויף ב''פ שפילן מיט אים א שוי, צו קענען טוישען גבאים אין שלעסער
דער שקרן האט א פראבלעם מיט כיבוד אב....... ער האט א פראבלעם מיט כיבוד אב ווי זיין בוזעם פריינד יוסל וואלדמאן האט מיט מסירה,
 כ'ווייס נישט וויפיל קינדער האבען אזוי מיעס מבזה געווען א טאטען אויף די עלטערע יארען ווי אינזער שטריק
ווען ער וואלט נאר געהאט די מינדעסטע תביעה אויפן ביהמ''ד אין ב''פ וואלט ער נישט געטראכט קיין 2,
 והא ראי' די מוסדות האט ער גערופן אין קארט אן קיין שום היתר בי''ד ביז די געריכט האט אים געצווינגן זיך צו שטעלן צו די''ת


נאר די זאליס מוזן נעבעך פיטערן זייער עולם אין ארומטראגען אויף א רייד
ביי זיי איז חי' שעה'ס לאקשען פינקט ווי להבדיל א שיין ווארט פין רבי'ן ביי א סאטמערער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2010 23:15 לינק ישיר 
א שקרן במילתא דעבידא לגלי'

א שקרן במילתא דעבידא לגלי'

 

יעצט קומט די ריכטיגע
די בחורים זענען צירוקגעקומען אין ישיבה אבל וחפוי ראש, 
זייער מנהל האט זיי מבטיח געווען אז חי' שעה האט אים אלייין געזאגט אז זיי האבען רוב אין סאטמאר ב''פ
 (וועגן דעם האבען זיי פארמאכט די כיתה ט' נאך 2 יאר...)
אין די שול איז רוב זאליס אין מ'וועט עס קענען גרינג איינעמן
אין דא האבען זיי באקומען אזא ווארימע קבלת פנים
אזש זיי רופן שוין אין וויינען מ'זאל נישט ארויסגעבן די ווידיא'ס (מפי השמיעה)
חי' שעה האט זיך געפילט אביסל שילדיג, האט ער זיי בארואיגט אז ער וועט זיי געבן שפייז, אין זיי וועלן קענען זיך טרייסטן פאר די נעקטסע שטוק צייט

ליינט אפ די תגובה פונעם וועלטס בעקער אין שפייז געבער פון די זאליס
דער שרייבער וועלכע ראטעוועט זיי ביי יעדע עת צרה
(נ''ב אינזער פארום איז צו איידל פאר די גאנצע כ'לייג רוב דערפון, כ'קען נישט אנחזרן די גאנצע אשכול)

כ'וויל אבער קודם צולייגען, אז אויב וועלן זיי אינז צווינגן
וועלן מיר זיין געצווינגן צו פארשפרייטן די בילדער פין די בחורים וואס האבען געוואלט איבערדרייען דעם בית מקדש מעט מיט זייער קלארע געזיכטן - געדענקט מען האט אייך געווארענט

יעצט צו די פערל רייד

איז שוין צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשיך?

לכאורה איז די תירוץ יא

עד היום הזה זאמלט דוד ווערטהיימער געלט פאר די אהרוינישע מוסדות, ווי זאמלט ער די געלט? בבית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג! קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרוינים".

עד היום הזה זאמלט חיים הערש שווארץ געלט פאר די אהרוינישע מוסדות אין בית מדרשינו סאוט 8, עד היום זאמלט מאיר פערל געלט פאר מאנרא קאלדש. קהל האלט נישט ביים אפשטעלן די אומדערהערטע חוצפה מיטן אויסרייד "מיר זענען נישט קיין אהרונים".

מאכט נישט א טעות, רעדט זיך נישט איין אז ס'רעדט זיך פון א ראפל וכדו' פאר וועלכע מען גייט נאך געלט אין א ביהמ"ד בלויז איינמאל א יאר, בכלל נישט, זיי זענען קביעות'דיגע גייער מיט א פשוטע ריסיט ביכל, יעדן טאג פון יאר, יאר איין יאר אויס.

זאלט איר אויך נישט חלומ'ען אז די דערמאנטע געלט גייער קלעבן ארויף אויף זייער שטערן א טעוועלע וואס מאכט קלאר פארן געבער אז די מדובר איז אהרוינישע מוסדות, רעדט אייך נישט איין אז זיי נעמען געלט נאר פון אהרוינים. אין פאקט געפינען זיך היינט אין די סאוט 8 שול כמעט נישט קיין אהרוינים, ווייל זייט זייער מעכטיגע מפלה פארגאנגענעם תשרי האבן זיי געדינגען א שול דארט אין די געגענט און אלע קרעציגע האבן זיך אפגעפעקלט אהין. חיים הערש שווארץ גייט ווייטער נאך געלט און באקומט נדבות פון אנשי שלומינו ביי אינז אין ביהמ"ד.

רבותי ס'איז דאס העכסטע צייט אפצושטעלן דעם פארקרימטן מהלך.

היינט צופרי - אזוי ווי יעדן טאג חנוכה - האבן די תלמידי הישיבה געזאמלט געלט לטובת די קופת חתנים פון די ישיבה גדולה. די קופת חתנים מאכט א ראפעל ווי מען קען געווינען $50,000

אלע בתי מדרשים ווערן צוטיילט צווישן די בחורים און יעדע קבוצה באקומט א רשימה פון בתי מדרשים ווי זיי דארפן זאמלען יעדן טאג במשך דעם חנוכה. דעם היינטיגן זאת חנוכה זענען פיר בחורים געקומען זאמלען געלט אין ביהמ"ד 53. עס איז לכאורה איבריג צו זאגן, איך וועל דאס פאר איבערזאגן, רוב מתפללי ביהמ"ד זענען אנשי שלומינו טראץ דעם וואס דער רב דארט פארשעמט זיך כסדר מיט זיינע ווילדע רידערייען קעגן אנ"ש אנגעהויבן פון דיין שליט"א און גענדיגט ביים בחורים פון ישיבה וואס קומען זאמלען געלט. אלס נאר ווייל ער וויל פארזיכערן אז זיין איידעם מענדל זאל זיין א גרויס רבי...

עס איז גרינג צו דערקענען ווען מען שפאצירט אריין דארט, מען וועט אלעמאל זען צענדליגע אינגעלייט צוגיין צום דיין פארן דאווענען און נאכן דאווענען, יעדער מיט זיינע שאלות וכדו'. פון די אנדערע זייט דרייט זיך זייער זעלבסט געקרוינטער דיין משה פריעדמאן, דער דרייט זיך פון וואנט צו וואנט אריין און ארויס און ס'איז זעלטן מען זאל זען איינעם בכלל פארטוישן א ווארט מיט אים.

ווען מען שפאצירט אריין אין קאווע שטיבל און מען ליינט אויף די נעמען פון די וואס זענען מנדב קאווע, בלייבט א אויסוואהל פון צוויי געדאנקען, אדער אז אנ"ש זענען א שטארקע רוב, אדער אז זייער עולם קענען נישט ארויסנעמען א פרוטה פון טאש פאר יענעמסוועגן. איין נאמען נאכן צווייטן זענען אונזערע בעלי בתים, וכדו'.

אמת אז מיר זענען נישט קיין אהרונים, מיר האבן ב"ה באקומען א איידעלע חינוך, פארט איז נישט מעגליך צוצוקוקן אז אומרעכט און ס'איז צייט צו לערנען פאר די אהרוינים א פרק אינם סוגיא עין תחת עין. מיר וועלן נאך אלס נישט ווערן אהרוינים מיטן נעמען אזא גאנג, ווייל מיר האפן אז די אהרוינים וועלן לערנען ריכטיג און מאכן די חשבון אז עס לוינט נישט קיין טעראר, איך גיי ביי יענעם יענער גייט ביי מיר און שלום על ישראל. דער ארויני וועט לכאורה לערנען פשט איך גיי ווייטער זאמעלן ביי דיר און די וועסט כאפן מכות ווען די קומסט צו מיר.

יעדער וואס האט נאר דאס מינדערסטע אהנונג אין די סאטמאר פאליטיק ווייסט אז  רבינו שליט"א האט געזאגט פאר קהל אז צוליב כיבוד אב וויל ער נישט מען זאל טשעפען בערישן, פארדעם טאקע בויעט קהל א נייעם ביהמ"ד און קהל האט קיינמאל נישט תובע געווען דעם עגזעסטירענדען ביהמ"ד. מיר האבן קיינמאל נישט פראבירט צו ווייזן בעלות דארט ווייל רבינו שליט"א וויל נישט דעם שול!

נו! זעהט איר מיט וואס פאר א דראגס זיי פיטערן זייער המון עם?

[פארראכטן אויף פארלאנג פונעם שרייבער]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/12/2010 14:24:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע האפקראטיע ביי קווינס בחורים דורכגעפאלענע איבערקערנישן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext