בית פורומים אידישע געדאנק

במר נפשי אבקש: 'כדי ראפעל' אויף פעיסבוק!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2010 18:32 לינק ישיר 
במר נפשי אבקש: 'כדי ראפעל' אויף פעיסבוק!

די אהרונים האבן אין די טעג פראקלאמירט א פרישן ראפפעל קאמפיין פאר זייער כולל אין בני ברק, בנשיאות דעם עם הארץ ובנשיאות הכבוד פונעם תלמוד חכם, שלום אליעזר. זיי מאכן א ווילד פרעמדע מארקעטינג קאמפיין, וואו זיי שרייבן ממש נאר אין קליינע ווערטער פאר וועלכע צוועק דער ראפפעל איז געווידמעט.
 
דער חידוש בדבר איז אבער דאס וואס מ'זעט ווי שטארק די אהרונים זענען ממלא רצון רבם, וואס האט געוויינט צו זיי כ"א כסליו "במר נפשי אבקש" וועגן קאמפיוטערס. און אויף א פראמינענטן ארט אין דעם עד ערשיינט א "פעיסבוק" סימבאל, מיט די ווערטער follow its kadai on Facebook. איך מיין אז מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין דעם שעדליכקייט פון דעם וועבזייטל, אבער ביי זיי הייליגט דאך דער ציהל די מיטלען, דעריבער מעגן זיי זיך באנוצן מיט 'פעיסבוק' טראץ וואס דער נפש פון רבין וועט שאקירט ווערן.
 
ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 17:34 לינק ישיר 

חדשות, שוין ווייטער דארף מען דיך עדשוקעטן, טוויטער קען באשטיין פון בלויז טעקסט מעסעדשעס, מען דארך בכלל נישט קיין אינטערנעט פאר דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 04:45 לינק ישיר 

זיצן דא אפאר בחורלעך אויפן אינטערנעט, ברענגען נאך כסדר פון יו טיוב כזקן וכרגיל, שיקן ארום טוויטער מעסעדשעס, נישט צולאנג צוריק האבן ענק שטאלצירט אז ענק האבן מיט 1000 טוויטער פאלאווערס, משא"כ די ארונים זענען נעבעך אינטערשטעליג מיט 1000 אינטערנעט באניצער, "ענק" רעדן פון אינטערנעט????

קוק ווער ס'רעדט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2011 17:06 לינק ישיר 

אגב, ווייסט איינער וואס עס איז געווארן מיט דעם גאנצן "כדי" סקעם? דאכט זיך אז ערגעץ אין די טעג האט געזאלט זיין דער גרויסער גורל, אבער מ'הערט מער גארנישט פון זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2011 17:04 לינק ישיר 

SatmarBum כתב:
ארונים טענהן אז כדי ראפעל קאמפעין ווערט געפירט ביי א פרעמדע אין ניצט סאטמאר נאמען
אין דאס אדווירטייזען אויף וואס איז נייעס האט גארנישט מיט זיי

_________________


 
בערך אזוי ווי זיי טענה'ן אז דער בלאט האט גארנישט מיט זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 21:02 לינק ישיר 

ארונים טענהן אז כדי ראפעל קאמפעין ווערט געפירט ביי א פרעמדע אין ניצט סאטמאר נאמען
אין דאס אדווירטייזען אויף וואס איז נייעס האט גארנישט מיט זיי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 20:57 לינק ישיר 


סאטמאר_באם, וואס ווילסטו זאגן מיט דעם?


תוקן על ידי לאפלאש ב- 27/12/2010 20:58:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 20:49 לינק ישיר 

לאפלאש כתב:
כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,

איז טאקע נישטא קיינער ביי די אהרונים וואס זאל זיך פארכטן פון א דעת תורה פון רבנים און דיינים?

וויאזוי גייט אזא זאך אדורך אזוי שטיל?

וואו זענען די ערליכע ביי די אהרונים?
 


ווען א דרויסענדער טוט מארקעטינג פאר סאטמאר: כדי ראפעל







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 18:28 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,

איז טאקע נישטא קיינער ביי די אהרונים וואס זאל זיך פארכטן פון א דעת תורה פון רבנים און דיינים?

וויאזוי גייט אזא זאך אדורך אזוי שטיל?

וואו זענען די ערליכע ביי די אהרונים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2010 03:11 לינק ישיר 

כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 17:49 לינק ישיר 

איך האב נישט געזעהן די עברית ראפעל, אפשר אין ארץ ישראל איז דא אן עד אויף לשון קודש אזויווי אלע מודעות זענען דארט ווי מ'קען באקומען דעם ראפעל, אבער דער ראפעל איז נישט אויף עברית אויך נישט אויף פעיס בוק און אויך נישט אויף אייגענעם וועבזייטל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 05:41 לינק ישיר 

מען בלאזט אויף א גאנצע מהפיכה פון עדווערטייזמענט פון א ראפעל,
וואס איז מיט די קווינס ישיבה ראפעל וואס מען עדווערטייזט אויף עברית? פארוועם דארף מען די עיבריתישע עדס? פאר היימישע אידן, אדער כופרים ציונים ונגררים אחריהם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 04:58 לינק ישיר 

וואלן אויב דו ווייסט (באמת) נישט וואס פעיסבוק איז, וואויל איז דיין חלק, עס איז א אנדרלמוסיא ההורגת טובים ורעים עיי"ש ברש"י פר' נח, און פארדעם איז געקומען די מבול, אויף אזא זאך העלפט נישט קיין שום תירוץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 02:08 לינק ישיר 

דרך אגב, ווייסט איינער ווי מ'קען קויפן דעם ראפעל אויסער אויף די אינטערנעט?

איך האב נאכנישט באגעגענט קיין איין פלאץ ווי מ'קען קויפן דעם ראפעל, קיין איין בית מדרש האב איך דאס נאכנישט באגעגענט, און איך דריי מיך אין נייטראלע בתי מדרשים,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 02:01 לינק ישיר 

געדענקט איינער די דרשה וועגן "נאר שטיצן אייגענע" און נישט ח"ו געבן א פרוטה פאר די אור אלטע צדקות ווי כולל שומרי החומות?? וועלכע צוועק איז דאס געווען, איינער געדענקט?

פון דעם קומט ארויס אזא "פעיסבאק ראפעל" מיט בילדער פון אקטיארן אויף גרויסע פלאקאטן.. מצוה גוררת מצוה, מ'שפעט אפ פון הייליגע צדקות און מ'רייסט אויס זייערע פושקעס "כדי" נאר צו שטיצן די אייגענע, איז ויצא העגל הזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 00:11 לינק ישיר 

וועם בלאפסטו דא
כולל עצי חיים זאגט קלאר אין יעדער קען דאס נאכקוקען אז זיי האבען גארנישט מיט דעם ראפפעל
זיי האבען עס געגבן פאר א קאמפעני אין זיי מאכען נאר די רוח
פינקט ווי זשאויש ראפעל מיט קרן חתנים, וואס קרן חתנים מאכט די רוח פין די ראפעלס וואס זיי פארקויפן אויף די אינטערנעט

אין לגבי ווארדפרעס
זיי האבען אלע ענקערע בילדער אין מודעות פין ארגינלען פארמאט
אין עס פארעטרעט מער ענקער קהילה אין מוסדות ווי די קאמפעני וואס פירט די כדי ראפעל פארטערט כולל עצי חיים
מאך זיכער אז דיינע געבעקסן זאלען מאכען סענס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > במר נפשי אבקש: 'כדי ראפעל' אויף פעיסבוק!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext