בית פורומים אידישע געדאנק

קרית יואל גאסן זעהט אויס ווי הארלעם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2010 01:58 לינק ישיר 
קרית יואל גאסן זעהט אויס ווי הארלעם

פוי א עקל די גאנצע שטעטל שטינקט אנגעפילט מיט פאשקעווילן מיט גארביטש. רב אהרן ביטע מאך ארדעדונג אינעם שטעטל אויב פארריפט איר זיך אלץ בעל הבית.
מיר צאלן טעקס מיר צאלן פאר סאניטעישאן. עס דארף נישט די גאנצע שטעטל ליידן אז איר קענט נישט פארנעמען ווען איינער טוט אנדערש ווי איר ווילט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 20:06 לינק ישיר 

יוספ7 כתב:
יא די מעכטיגע מלוכה וואס ריפט זיך "מלכות סאטמאר" פירט א מלחמה מיט א קריפ


וואס איז די פשט פין די ווערטער? וואס קריפ ?ווען קריפ?

תוקן על ידי nys10952 ב- 12/12/2010 20:06:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 18:35 לינק ישיר 

KJ כתב:
אצינד קלעבט אים שוין גוט דער טיטול "אב"ד קרית יואל והגללים".







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 18:15 לינק ישיר 

SatmarHQ: Gita Vuch: KIRYAS YOEL: the State Police are back all over KY, results of depressed aronim threw Pashkevilen. KJ alliance asked to IGNORE!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 18:05 לינק ישיר 

יא די מעכטיגע מלוכה וואס ריפט זיך "מלכות סאטמאר" פירט א מלחמה מיט א קריפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 17:51 לינק ישיר 

אצינד קלעבט אים שוין גוט דער טיטול "אב"ד קרית יואל והגללים".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2010 17:29 לינק ישיר 
this is the text mesg. from last night in monroe

the pashkvilin was printed by Yanky Schwartz(invitation Depot) cut by Yanky Steinmetz(KJ Bulletin,smart shoppers)
and coordinated

by Aron yosel ben Shmiel Friedman - pashkvilin was delivered erev shabbos by Masri to kuhals office in their kollel bldg and

after savlens tish kuhal put it at the door and all the bucherim throw all over from 12-4, morning kids throw some garbage on the st


SatmarChannel: EVERYBODY: SHOULD CALL NOW THE (GURISH) MNIVEL YANKY SHWARTZ CALL HIM NOW NON STOP ................

SatmarChannel: KIRYES YOEL RESIDENTS: the gurish mnivel yanky shwratz is now in k.j. BEWARE YOUR KIDS OF HIM

חוקי הייד פארק ערלויבן נישט ארויפלייגן פריוואטע טעלעפון נומערן, המהדרין

תוקן על ידי המהדרין ב- 12/12/2010 21:20:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 13:01 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 07:36 לינק ישיר 

חזקה, האסט מיר ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. אקוראט דאס האב איך פריער געשריבן, איך האב נאר דאס נישט אויסגעשמוסט אויף אזא ברייטן פארנעם. איך ווידערהאלט וואס איך האב פריער געשריבן אז מיר מוזן שטיצן די סאלדאטן אויפן פראנט. נאר זיי העלפן אונז שטעלן דעם בילד אז מר. אהרן טייטלבוים איז א ביליגער לוזער. ער שלאגט זיך און שלאגט זיך אבער אן קיין רעזולטאטן נעבעך. ממש א ניגע לריק. דו קענסט עס אנרופן "בלויז" זיבעצען חתונות, אבער למעשה ווייסן דו און איך אז עס האלט "שוין" ביי זיבעצן חתונות. נישט דו און נישט איך האב געגלייבט אז דער זאל וועט מוצא שנתו זיין. חוץ איינצעלנע יחידים ממש, האט מען זיך נישט געקענט פארשטעלן ווער עס וועט זיין גרייט חתונה צו מאכן אינעם לייבן גרוב. און יעצט בעט איך ענק טאקע אז מ'זאל ווי מער מפרסם זיין אז עס האלט שוין ביי זיבעצן חתונות, אזוי אז איינער וואס האט נאך מורא צו חתונה מאכן דארט ווייל ער וויל נישט זיין קיין יחיד, זאל זען אז ער איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער.
 
און יא! עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס זענען דא א העכער ווי ערווארטעטע צאל אידן וואס זענען גרייט חתונה צו מאכן אונטערן א.ג. איסור פונעם עגלי דבש און מיט אן הקפדה פון מר. אהרן טייטלבוים ווי צו חתונה מאכן מיטן אנוועזענהייט פון מר. אהרן טייטלבוים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 06:47 לינק ישיר 
כאילו די ארונים שפירן זיך דארט באקוועם... זאג נאר פארוואס האט דער ארונישע ווארטזאגער אויפגעהערט רעדן איבער סידור קידושין אויף 40404?

rebyankel כתב:
ווען די ארונים זאלען זיך פילן אימבאקוועם אין וומ''ס ווי די זאליס אין קרית יואל וואלטן די ארונים אויך געמאכט קאוד G יעדע צווייטע וואך, ב''ה ענק האבען חיזוק ווען ענק פארקויפן פאר ענקערע מענטשן אז ק''י שטינקט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 05:00 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 04:53 לינק ישיר 

הרב מאונראו בוי, דיין צובראכענקייט הילף-לאזיגקייט שיינט ארויס פון א יעדעס ווארט וואס די טוטסט דא לופטערן, אזוי ווי די זאגטס, באמת וואלט מען נישט געדארפט ווארפן קיין גארבידזש ווייל דערמיט צייגט מען אז עס באדערט... האסט פארזעהן דער פאקט אז ווען א יונג-פארפאלק האט חתונה אין א מזל'דיגע שעה ווילן זיי אויפשטעלן א שטוב אינאיינעם אן קיין שטער.

זיי ווילן לעבן א רויאיגע צופרידענע לעבן

זיי זענען נישט אינטערסירט אז ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען זאלן זיי זיך באגעגענען מיט פאשקעווילן מיט דעשרוקטע בילדער פון זיי.

זיי זענען נישט אינטערסירט צו לעבן אין פחד וואס די קומענדיגע מינוטן וועלן ברענגען.

זיי זענען נישט אינטערסירט אז א יעדעס מאל ווען זיי טרעטן ארויס פון שטוב זאל מען דארפן מורא האבן, פון ווער ווייסט וואס.
קיינער, ניין קיינער וויל נישט לעבן אזא סארט לעבן, ווען מען האט חתונה איז עס די פרייליכסטע טאג אין לעבן, אבער עס מען דארף לעבן מיט די אט סארט פחד איז עס נישט באטעמט, און דאס האט טאקע צוגעברענגט אז די ציפערן פון די וואס האבן דארטן חתונה געמאכט זאל בלויז האלטן ביי זיבעצן, און פילע האבן זיך אוועקגעצויגען פון דארט, צווישן זיי דער חשובע דיין הרב יעקב יודא ברוין וועלכע האט געוואוסט אז עס איז א שפיל מיט פייער.

רבותי! נעמט אייך אריין אין געדאנק! פילצאליגע קהילות אין די פארגאנגענהייט האבן געהאט אויסצושטיין צרות צרורות פון בלוטיגע זינלאזע היפאקריטישע מחוצפים, און מען האט זיך מיט זיי געספראוועט, און דאס זעלביגע גייט קהל יטב לב אויך אריבער, אינאיינעם מיט זייער גרויסער מנהיג וועלכע לערנט אויס פאר זיינע חסידים וויאזוי צו לעבן אין אזוינע שווערע צייטן, ער פירט ב"ה א מאכטפולע און גאלדענע אימפעריע און מיט אזויפיל אויפטוהן, און מען רירט זיך נישט פאר גארנישט, און וואס מער טעראר און פראבלעמען אלס פארשטארקט עס די כוח הקדושה.

אין די זעלבע צייט וויל איך דיר אינפארמירן אז די סאלדאטן אויפן פראנט וועלן קעמפפן ביזן לעצטן טראפ, און נישט אויפגעבן די הייליגע מערכה אנטקעגען די פאלנע מחוצפים און היפאקריטן, טויזענטער פאשקווילן וועלן נישט אויפהערן צו פליען און פארשרייען די וועלכע שפילן זיך מיט די תורה הק' און זוכן נאר צוצברעכן די כוח הנהגה וועלכע וועט פאר קיין פאל בסייעתא דשמיא נישט צובראכן ווערן.

מאנכע האבן שוין געשאלט און געיובלט אז ב"ה, די גארבידזש מערכה האט געברענגט רעזולטאטן און מען איז מיד געווארן פון ווארפן פאשקעווילן און א חתונה איז פאראיבער אן קיינע פאשקעווילן אדער אנדערע שריט, איר האט געלעבט אין א גרויסער טעות, מען האט פשוט געארבעט אויף די פלענער וואס ווייטער, און נאדער: דא האסטו! דער מערכה איז אין פולן ברען און מען וועט קיינמאל נישט אויפגעבן, קיינמאל מיינט קיינמאל... און עס וועט ווערן נאר ארגער, מען וועט ווייטער רעדן אט די שפראך וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר סוקסעספול און פרוכטבאר, גארבידזש יוכיחו!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 03:01 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
ווען די ארונים זאלען זיך פילן אימבאקוועם אין וומ''ס ווי די זאליס אין קרית יואל וואלטן די ארונים אויך געמאכט קאוד G יעדע צווייטע וואך, ב''ה ענק האבען חיזוק ווען ענק פארקויפן פאר ענקערע מענטשן אז ק''י שטינקט....

 
פאר אונז איז א חיזוק ווען עס איז דא פאשקעווילן פון מר. אהרן קעגן די 19-20 יעריגע פארפעלקער וואס האבן חתונה געהאט אין קרית יואל מיט זיין "היסטארישע אפוועזענהייט", ווי דו רופסט עס. מ'דארף בכלל נישט ווארפן קיין גארבידזש, דאס גיבט נאך פאר מר. אהרן א שטיקל געפיל אז דאס באדערט פאר די זאלונים און בני יואל. פארקערט ווען אימער איר זעט א מצוין בחור פון די מאנרא מתיבתא ווארפן פאשקעווילן, אפפערט אים אייער הילף מיטן פארשפרייטן די פאשקעווילן. עס איז אונז דער גרעסטער חיזוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 02:47 לינק ישיר 

סעלפאן פאל נישט אריין אין אזא עקסטאז. מאנרא גאסן קוקט אויס ווי מאנרא, דארפסט נישט קריכן ביז הארלעם. אזוי דארף מאנרא אויסקוקן לכתחילה זינט מר. אהרן טייטלבוים (ר' איז אויסגעשלאסן אויף אזא פראסטער עם הארץ) איז דער פירער פון דעם שטאט.
 
לדעתי דארפן די זאלונים און בני יואל העלפן מר. אהרן טייטלבוים מיט די זינלאזע מערכה קעגן סידור קידושין אין קרית יואל. פילייכט ווי מער ער פארפירט מיט זיין בעבישקייט אויף די סידור קידושין'ס, גיבט אים דאס דער בילד פון א זיכערער פארלירער אין די מערכה. ווען ער זאל ווען האבן דאס מינומאלסטער מאס פליסיגקייט אין זיין מח וואלט ער דאך שוין שטיל געשוויגן נאך חתונה נומער איינס אין דעם זאל. האבן מיר דאך אבער אלע געוואוסט אז דער מר. אהרן פארמאגט דאס נישט, האבן מיר עכ"פ ערווארטעט אז מאקסימום נאך חתונה נומער פינעף אדער זעקס וועט ער שוין שווייגן. דערווייל -בחסדי השם- ריהט ער נישט איין פאר א רגע. מ'האלט שוין ביי חתונה נומער "זיבעצען" און דער תינוק דרייט זיך ארום מיט זיין צאמי און באטי שרייען "מאמי".
 
איך פון מיין זייט וועט מהיום והלאה פולשטענדיג שטיצן און מחזק זיין די הייליגע מערכה קעגן סידור קידושין. איך וועל בארעכטיגן פאשקעווילן, פאני קאלס, נאכשרייען פארפעלקער און נאך. ווייל דאס איז דער איינציגער וועג וואס וועט בסוף היום מיך אהערשטעלן אלץ זיכערער געווינער, אז טראץ די נאכאנאנדע טעראר אויף די חתונות גייט דער זאל אן מיטן פולן פראכט. און איך בעט אלע מיינע חברים דא זאלן מיר העלפן מיט דעם. ווי נאר א ניק פון מר. אהרן טייטלבוים באווייזט זיך דא, און הייבט אן בארעכטיגן זיין בעבי רבי און זיין מערכה זאלט איר אלע מיטשטימען מיט אים עד הסוף. אונז איז בעסער אז מר. אהרן איז זיך מבזה ווי מער קבל כל העולם כולו והגלילות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 02:46 לינק ישיר 

ווען די ארונים זאלען זיך פילן אימבאקוועם אין וומ''ס ווי די זאליס אין קרית יואל וואלטן די ארונים אויך געמאכט קאוד G יעדע צווייטע וואך, ב''ה ענק האבען חיזוק ווען ענק פארקויפן פאר ענקערע מענטשן אז ק''י שטינקט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2010 02:05 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קרית יואל גאסן זעהט אויס ווי הארלעם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext