|
|
| נשלח ב-12/12/2010 18:08 |
|
| |
ווארענונג: אויב זיי וועלן נישט איבערמאכן די קידושין וועט מען ארויפלייגן דעם בילד!
פארפאלן אזעלעכע גוט הארציגע בת היענעס טרעפט מען נישט אזוי אפט, זיי געבן א -געלעגנהייט-... אויב מ'מאכט איבער די קידושין גייען זיי נישט לייגן די בילד אויף זייער פאשקעוויל... מיר דאנקען אייך זייער אבער איר קענט רואיג ארויפלייגן דעם פיקטשער ווען אימער איר ווילט... אגב איך וויל דערמאנען כ'זע זיי האבן שוין פארגעסן פון די 'פינקעס'.. מוצא שפתיך תשמור...
זיי ווארפן שוין צום טויזענסטן מאל פאשקעווילן מיט פיקטשערס אלע קאפלעך וואס האבן דארט חתונה געהאט ווייסן דאס און האבן חתונה געהאט על דעת זה קיינער האט זיך נישט אפגעהאלטן צוליב דעם קינדישן שטיק, מיר האלטן זיך נאכנישט פאר אזוי ביליג, מ'האלט שוין קומענדיגע וואך ביי די 18טע חתונה אויף חמשה עשר בשבט צום יאר פונעם נייעם זאהל גייט מען האלטן ביי די צוואנציגסטע אי"ה, א סוקסעס נומבער פאר א 'געווענליכע זאל', און מ'בוקט ווייטער דעיטס, אבער קומט דער בת היענה און סטראשעט... ער איז נאך א בעל חסד ער ווארנעט פארדעם...
מיר עפרישיעטן זייער די 'ווארענונג' איר קענט ווייטער ממשיך ביתר שאת, מיט קאלערד פיקטשערס... איין זאך טשעפעט נישט מיט די קינדער וואס ווארפן גארביטש ווייל זיי האבן פינקט אזוי רעכט צו האבן פאן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 18:17 |
|
| |
לאור די נארישע און דורכגעפאלענע טעראר אקציעס איז געווארן א מנהג ביי פיל מחותנים זיך אויסצונעמען קלאר בעפאר'ן שידוך אז די חתונה גייט זיין אין נייעם זאל, אזוי פארמיידט מען שפעטער די ווילדע איבערפאלן פון די פראים אויף זיידעס און עלטער פעטערס פון די אנדערע זייט, אז מיט זייער סטראשענען וועט מען אפשר קענען איבעררעדן איין שוואכן מחותן צו אוועק שלעפן די חתונה אין א אנדערע שטאט, מיט די תנאי קודם למעשה איז מען בעז"ה פארזיכערט מיט א כשר'ע חתונה אין קרית יואל מיט מהודר'דיגע אויסגעהאלטענע קידושין, און אויב איז דא א צודרייטער זיידע, א צורודערטער שוואגער, אדער א פעטער א רשע זאל ער געזונטערהייט בלייבן אינדערהיים און זיך זעצן אויף א תשעה באב בענקל אויב ער וויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 20:37 |
|
| |
ווען דו פרעגסט א ארוני איבער די פאשקעווילן מה זה ועל מה זה? וועט ער דיר ענטפערן המ ס'איז בחורים אויף די אייגענע הענט.. ער שעמט זיך זעך צו איידענטיפייען מיט דע עקלדיגע מערכה, ס'איז מיר אינטערסאנט צו הערן אז מיר זענען גאר וואס ברויכן צו ווערן פארשעמט דערפון...
דאס איז אונז יא א בושה אז מיר זענען זייער בר פלוגתא... שיין דערלעבט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|