א היימישע פרוי פון לאנדאן וואס האט נעכטן געבוירן א ערטשע קינד און איז אריין אין זייער א שווערן מצב, און כעת איז דער מצב זייער קריטיש, די פרוי איז זקוק לרחמי שמים מרובים.
ביטע זאגן תהילים און מעורר רחמים זיין פאר רחל יהודית בת חי' שרה לרפו"ש.
די מצב אצינד איז זייער זייער נישט גוט.
נשלח ב-24/12/2010 20:32
TEFILAS YISROEL!! Ruchel Yehidis bas Chaye Surah [London -M'Anash, was Yoim Tefilah in Bm"d] B"H left already the hospital in good health!
נשלח ב-17/12/2010 01:42
דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט!!!
באקומען אין אישי פון א משפחה מיטגלידער
דוד המלך איז דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט! עס איז ב"ה דא גוטע שינויים ביי די פרוי אין לאנדאן רחל יהודית בת חיה שרה וואס האט געהאט א קינד און געכאפט די שוויין פלו ל"ע.
נעכטן מיטוואך האט מען ארגאניזירט א סגולה אז מען זאל אויסזאגן טויזנט מאל ספר תהילים לרפואתה וואס ס'האט זיך מוראדיג צושפרייט אין די גאנצע וועלט [ לדוגמה - איינער האט אריין גערופן זאגן אז ער איז א סוחר פון ניו יארק און פארט יעצט קיין יאפאן אין די גאנצע וועג לאנגע שעות גייט ער זאגן תהילים פאר איר ] ס'האט זיך צאם גענומען א סה"כ פון איבער 1500 מאל! גאנץ ספר תהילים לזכותה ולרפואתה נעכטן אינדערפרי האט מען צוביסלעך אנגהויבן צו זעהן א פארבעסערונג אין איר מצב היינט האלט עס שוין ביי דעם אז זי נוצט ווינגער ווי 30 פראצענט אקסעדזשין אנהייב וואך איז עס געווען צווישן 90 און 95 פראצענט. אנהייב וואך האבן אירע לונגען בכלל נישט געארבעט היינט האט עס שוין צוביסלעך אנגהויבן צו ארבעטן. נישטא וואס צו רעדן די כוח הרבים פון אזויפיל תפילות עפנט טויערן
אזוי ווי דער דאקטער האט היינט געזאגט: דאס איז א נס ס'מוז זיין נאר און זכות פון ענקערע תפילות. דאס איז די כוח פון דוד המלך'ס תהילמ'ל.
אבער איר מצב איז נאך אין א קריטישן צושטאנד זי מוז נאך האבן אסאך פון אונזערע תפילות.
די משפחה בעט ווער ס'קען זאל מקבל שבת זיין און צינדען לעכט 10 מינוט פריער לרפואתה ולזכותה פון