איך כאפ בכלל נישט די וויץ דא. מ'זאגט אז רבינו שליט"א האט געשתדלט פאר מיכאל שטרייכער, פרעגן די אהרונים פארוואס נישט פאר שטערן. מ'זאגט אז רבינו שליט"א האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין ר' חיים משה סטורלאוויטש'ס פרשה און אים ארויסדערזען פון תפיסה בחסדי השם, שרייען די אהרונים פארוואס נישט יאקאבאוויטש. וואס האט שייכות איינס מיט די צווייטע? וואס ווייסטו וויפיל השתדלות ער האט געטון פאר די אלע "בלא יודעים", דהיינו נישט געמאלדן אויף זיינע האטליינס, בלאט, אימעיל'ס וכדומה?!.
ספרינטער, האסט פארגעסן צוצולייגן נאך א נקודה. דער עם הארץ נישט וואס ער טוט נישט קיין טובה פאר א איד, שעמט ער זיך אפילו נישט צו שפילן עקלהאפטיגע פאליטיקס ווען עס קומט צו אזאנע פיקוח נפש פרשות. ביי די באוואוסטע רובאשקין פרשה האט ער נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן דעם קול קורא צוזאמען מיט אלע רבנים ואדמורי"ם שליט"א ווייל... זיין אינגערער ברודער איז געווען אינטערגעשריבן דערויף. יעצט לאז די אהרונים שפייען שליים מיט זייער רבין דער תינוק, נעבעך.
|
|