בית פורומים כל העולם כולו

אשרך ר' מאיר הירש כל הכבוד!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2010 04:25 לינק ישיר 
אשרך ר' מאיר הירש כל הכבוד!

עס מיז ארויסגעברענגט ווערן די העלדישקייט פון די הנהלת המוסדות, ובראשם דער מנהל המוסדות ר' מאיר הירש,

פארן נעמען די נויטיגע שריט אינעם מוסד בנוגע די מלמדים וואס שטיצען די מחרחי ריב, מיטן זיך באטייליגען ביי נישט אויסגעהאלטענע חופות ,אין נישט קוקענדיג אויף די ביטערע פירצה פון גיין קעגן א מרא דאתרא, אין ווילן  נישט מקבל זיין די הוראה פון רבינו הקדוש מרן בעל דברי יואל זי"ע בנוגע די הלכה פון א מרא דאתרא בפרט פון די פרצה פון סידור קדושין,

ווי עס ווייסט יעדער איינער בין איך נישט דער גרויסער חסיד פון די ווירטשאפט פון די הנהלת המוסדות ובראשם הרה"ח ר' מאיר הירש, אבער עס נעמט נישט אוועק די גוטע חלקים פון זיי, נאר אדרבה,

אין נאך דערצו יעצט ווען זיי האבן מקנא קנאות געווען אין געטוען א זאך, וואס קען זיין אז עס איז נישט פאליטיש אזוי אויסגעהאלטן, אבער מען האט נישט געקוקט אויף וואס די גאס וועט זאגן, נאר זיי האבן אראפגעלייגט א פיס פאר די מלמדים אז די שטאט האט א רב, אין אונז אנ"ש מיט די הנהלת המוסדות האבן א שלחן ערוך ווי אזוי זיך צי פירן ווען עימעצער פירט זיך אויף קעגן דעם מרא דאתרא מיטן שולחן ערוך,

 

כה לחי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2010 02:41 לינק ישיר 

יעצט געהערט די נייעס אז מוסדות בני יואל האט אויפגענומען הרה"ג ר' יצחק שפילמאן שליט"א אלץ מלמד אין כתה ז' (דאס איז די זלעבע יארגאנג וואס ער פלעגט זיין)

עס קאסט א שמייכל צו הערן וויאזוי עס איז געווארן די אפענונג אין כתה ז' יעצט אינמיטן זמן.
בני יואל האט היי יאר אנהייב יאר געדארפט א נייע מלמד אין כתה ז' אין מען האט אויפגענומען א גאר חשובע אינגערמאן הר"ר יד"ט שליט"א וואס פלעגט אלע יארן זיין שיבער אין מצה בעקעריי אין קרית יואל ביי די ארונים, אזוי ווי עס האט זיך אנגעהויבן די מערכה מיט די חתונות האט ר' יד"ט באקומען א מעסעדזש אז ער איז אויפגעזאגט פון זיין פאסטן, איזז ער געווארן מלמד אין בני יואל, אבער ווי נאר מען האט אנגעהויבן צו באקן מצות האט מען זיך דערזעהן אן א שיבער, האט מען גערופן ר' יד"ט אז ער זאל צוריק קומען האט ער געמאלדן פאר די הנהלה אין בני יואל אז ער וויל צוריק גיין ווערן שיבער (ווייל כידוע באקומט דאך א שיבער בעסער באצאלט ווי א מלמד), און אזוי ארום איז יעצט געווארן א פאסטן פאר הרה"ג ר' יצחק שפילמאן שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/12/2010 14:01 לינק ישיר 

ס'איז אין פלאן צו זיין א חתונה דארט נישט לאנג ארום, ווי דער זיידע (ר' ע"ק) מיט זיין ווייב זענען איינגעשטעלטע אין די מוסדות, און אזוי אויך א שוואגער (ה"ט) און זיין ווייב.

גייט מען זיי אויך ארויסווארפן?  

(דער עלטער זיידע (הרב אש"פ) גייט מסתמא נישט גיין).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 01:13 לינק ישיר 

זיי בויען גאנצע געביידעס אז מ'האט ארעסטירט בחורים אין די מאסען
אין ווען די באבעל ציקראכט זיך גרייט AP שנעל אן א צווייטע באבעל אויף די ישיבה מלא דמיונות בעקעריין וואס ער ווייסט 'קראנט' די 'מקור...' פין די נאנט

איין זאך קענט איר זיכער זיין
אז אויב וואלט געווען א צענטל פין די בעקערייען אמת, וואלט שוין געווען צענדליגע בילדער אין פילע ארעסטן אין דערווייל האלט עס ביי ''0'', זעהט אויב אז מ'האט נישט באצאלט פאר די גרעפיקס פין די לעצטע פאר יאר.

דאס איז אויך זיכער
 אין קרית יואל, אויב א בחור וועט עפעס טוהן וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז אויף די אייגענע האנט, אין ווערט פארדאמט
אין קווינס, העצט דער מנהל עמטליך אויף שנאה אין מלחמה
אין זאג מיר נישט ווי מ'ניצט בחורים פאר געווער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2010 00:23 לינק ישיר 

העטעך די חלומ'סט, איך ווייס נישט וואס טיט זיך און קווינס, דאס איז אבער זיכער אז שאפראן איז נישט געוואקסען נאר פארקערט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2010 23:51 לינק ישיר 

guar וואס פארשטייטו נישט צו ווייסטו נישט אז ביי די זאליס גילט דער כלל פון הא לן והא להו פאר זיי איז מותר כל מיני השחתה וטעראר אקציעס וואס ווערט אויסגעפירט דורך די בחורים פון די קווינסע ישיבה און אויך דורך די קלענערע בחורים ליידער, מען פרעגלט און מען ווארצעלט איין און זיי האס און שנאה אזוי ווי ביי די מוסלמענער אן קיין להבדיל, רעד נאר מיט א זאלי בחור וועסטו הערן וויפיל השחתה (מילד גערעדט) וועט זיך גיסן פון זייער מויל, אויף א נאצי אדער א ציוני וועלען זיי נישט רעדן מיט די העלפט שוים ווי זוי זיי וועלען רעדן אויף אן ארוני, יא , דאס איז ליידער זייער פארדארבענע חינוך, און ווי די האסט שוין געשריבן איז דאס מיטן גוטהייסינג פון זייער מנהל בלומענפילד,
 
און אז דער apneas האט גרעדט אז ארונישע טאטעס האבן אוועק געשיקט בחורים און אנדערע ישיבות לאמיך נאר פרעגן דעם צולייגער און וואס טוט זיך און קווינס? וויפיל טאטעס זאליס ווילן נישט זייער בחור זאל פארברענגן און קווינסער יעשיבע פארוואס איז רמ"מ טירנויע'ס ישיבה און מאנטריאל און אויך שאפראן אזוי שטארק געוואקסן ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2010 23:28 לינק ישיר 

apnews לאמיר דיך פרעגן ווען מען ניצט די קווינס בחורים ארום צו קלעטערן גאנץ וויליאמסבורג באישון לילה אראפ צורייסן צעטליך פון ארונישע מסיבות פארפירסטו אויך היתכן מען נוצט די בחורים פאר טעראר?

apnews לאמיר דיך פרעגן ווען מען ניצט די קווינס בחורים נאך צו שרייען פרויען און קינדער פאר טראגן מיטן עירוב וואס גדולי הרבנים האבן מתיר געווען פארפירסטו אויך היתכן מען נוצט די בחורים פאר טעראר?

apnews לאמיר דיך פרעגן ווען מען ניצט די קווינס בחורים צו מאכן פראטעסטן קעגען א רבן של ישראל און שרייען די מואסטע לאזינגען וואס פאסט זיך פאר די שווארצע אין הארלעם און איבערדרייען גאנץ וויליאמסמבורג פארפירסטו אויך היתכן מען נוצט די בחורים פאר טעראר?

אזוי קען מען אויסרעכענען צענדליגע זאכן וואס מען נוצט די בחורים אלס א מיליטער פאר כל מיני טעראר אקציע, מיטן גוטהייסינג פון ענקער מנהל רוחני בלומענפעלד ווי מען קען דאס הערן אויף די טעפס, האט דיך אויך שטארק געבאדערט אז מען נוצט די בחורים וואס דארפן זיצן און לערנען??????????????








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2010 22:16 לינק ישיר 

רעב יענקל איך ווייס נישט צו די בחורים האט מען יא אייגעזעצט אדער נישט, איין זאך ווייס איך פאר זיכער אז ענקער טיירע בחורים פירן אויס פונקטליך וואס די קללינע קאפ ווילסט, און פון די אנדערע זייט מאכן זיי גרויסע בושות פאר די ישיבה על קברו,

איך האף די גייסט נישט לייקענען די נעכטיגע פראטעסט און פארנט פון יואל וואלדמאנ'ס הויז, אדער די ארומשלאגן איין נאכט פריער און בעק פון ויואל משה ביהמ"ד, יעצט צו מע ןהאט זיי ארעסטירט אדער נישט איז יעצט נישט נוגע, וואס נוגע איז אז עטס נעמטס בחרי חמד, וואס זיי זענען געמאכט געווארן צו זיצן און דאווענען, און יא אביסל ארומבארדערן אויך, און עטס ניצט זיי פאר א מיליטער,

רעב יענקל פון נאנט ווייס איך אסאך חסידי מהר"א וואס האבן נישט געוואלט אריינשיקן און ענקער ישיבה די זמן, און געוואלט שיקן זייערע קינדער און אנדערע ישיבות, אזוי ווי געלדצהעלער, און שער אפרים, און נייטרא, אא"וו, און אויב די ווילסט וועל איך דיר אויסרעכענען נעמען, און דאס אלעס איז ווייל יא זיי האלטן פון מהר"א און זיי ווילן אויך אז זייערע קינדער זאלן זיין חסידים פון מהר"א, אבער זיי ווילן אויך אז זייערע קינדער זאלן זיין פארנומען מיט יודישקייט און נישט מיט קיינע פאשקעוועלן, און פראטעסטן, נאר נאכדעם וואס די הנהלה האט באשוואורן די עלטערן אז עס וועט שוין מער נישט פארקומען אז די בחורים זאלן האבן א חלק און די פאליטיק זענען געווען מאנכע וואס האבן נישט ארויסגענומען די קינדער,

ווען עס וואלט געווען אמאל אמאל, וואלט איך זייער גוט פארשטאנען, ווי נישט ווי א בחור איז א בחור, און עס שווער עם צו קאנטראלירן, אבער אויב גייט עס שוין אן אזוי איטליכע טעג, איז משמע אז די בחורים נוצט מעון נישט נאר תורה, נאר מען ניצט זיי פאר א מיליטער,

רעביענקל בושת תכסה פניך, ווילסט ווארפן פאשקעווילן גיי אליינס ארויס מיט נאך אפאר ערליכע כולל יונגעלייט און בעלי בתים וואס זענען חשובע, און קובע עתים לתורה, און מיט א לשם יחוד ווארף פאשקעווילן, און זאל דיר נישט אנגיין גארנישט וואס יענער זאגן, אז הגאון ר' געציל האלט אז מען טאר נישט גיין און אויף אזא עפיזאד האט רביה"ק זי,ע זיך באצויגן און די תשובות, ווי קענסטו שווייגן און נאר שרייבן אויף הייד פארק, גיי די אליינס און באווארף די גאסן מיט פאשקעווילן, רוף אן די יונע קאפלעך אינדערהיים, און צו זייערע עלטערן, און זאג ווער די ביסט, און מאך זיי משוגע,

אבער רעביענקל ניצן בחורים איז א מורא'דיגע פארברעך, קודם כל זיי מאכן עס לשם פאן און נישט לשם שמים, מילא אז מען מיינט נישט לשם שמים קומט עס צוריק שפעטער דאס וואס מען האט מצער געווען איינעם, (האב נישט מורא פאר דיר וועט עס נישט צוריקקומען ווייל די מיינסט נאר לשם שמים, און צו פאלגן די פסק פון הגאון ר' געציל,) און נאך דאס נעמט א בחור און עס טוישט עם זיין גאנצע מיהוסט, און אויך די ביטול תורה איז שרעקליך,

און אויך רעביענקל וואס איז מיט דאס וואס איר האט צוגעזאגט פאר די עלטערן אז די זמן וועט די ישיבה גארנישט וויסן אויסער לערנען אן דאווענען און דינען די אויבערשטער און זייין דבוק און רבי'ן שליט"א, אבער טערארזירן וועט נישט אריינקומען און היכל הישיבה,

און צים לעצט רעב יענקל קיינעם גייט נישט אןם אויב מען האט יא ארעסטירט אדער נישט, איין זאך איז יזכער ענקער בחורים מאכן פאר די חסידי מהרז"ל א גוטן דזשאב, מיטן אנשטיקן ענקער ישיבה און חסידות, און פאר חסחדי מהר"א א שלעכטע דזשאב, שטעל דיר פאר א א מאמע וואס האט א בחור און ישיבה על קברו, זעהט נעכטן צו די גאנצע פראטעסט, וואס טראכט זי, טראסט זי דען נאך מער די הנהלת הישיבה,

רעביענקל קיפ אן זעה אז היינט נאכט זאל זיין נאך עקשאן, באשמוצט ענק,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2010 07:53 לינק ישיר 

אנטשולדיג פארן נישט רעדן קלאר מיין לעצטע מעסעזש איז איבער די שטרוי ווס די זאליס פיטערן, אז מ'האט ארעסטירט מאסען בחורים פארן ווארפן פאשקעווילן אויף די פסולים אין זיך איינברעכן ביי יואלי וואלדמאן'ס הויז, וואס ווי געזאגט טוהן זייי אזויפיל אויף אז א נישט ראדיקאלע זאלי זאל טראכטן 2 מאל פאר ער מאכט דארט חתונה, אפי' ער ווייסט אז די זיידעס און משפחה וועלן קומען וואס איז לויטן חכם מארגענשטערן 'ביטול תורה'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2010 07:18 לינק ישיר 

עס איז א נחת צו טרעפן יעצט די זאליס פארזינקען אין זייער נארוואס געפיטערטע געבעקסן וואס דערהאלט זיי דאס חיות, כאילו מ'האט ארעסטירט א גאנצע פראצענט בחורים פין ישיבה, דער זעלבער בעקער ניצט איין ניק נאכן צוויטען צו פיטערן שטרוי פאר די מרי לב, - לאמיך דא קלארשטעלן די פאקטן ''קיין שום בחור האט מען היינט נישט ארעסטירט, ס''ה האט די פאליציי אריינגענומען 2 בחורים אין קאר אויפן בילבול פארלאנג פין א זאלי מסור מיט די טענה אז זיי האבען עובר געווען אויף טרעספעסינג, אבער זיי זענען גאר קורצליך צירוק ארויסגעלאזט פון קאר, אין כ'הער אז מ'האט ניטעמאל געבעטן זייער איי די, פון די אנדערע זייט יעדס מאל וואס די זאליס פירן ארום זייער עולם כאילו מ'ווארפט שטיינער מיט אנדערע שקרים זיך איינרעדנדיג אז זיי באשמיצן די ישיבה, מאכען זיי זיכער אז א נישט ראדיקאלע זאלי זאל דארט נישט חתונה מאכן, א נארמאלער מענטש זעהט סייווי גלייך די קינדישקייט פון זייער געבעקסן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2010 18:53 לינק ישיר 

(רינדעכיגער
כ'האב הנאה פין דיין שריט, (יעדע שקרן ווארפט אריין א אמת ווארט אמאל)
כ'וועל אבער מיטשפילן, נאך אלעם רעדסטו דא צו די זאך)

די רבי זי''ע שרייבט אז איינער וואס איז זיך משתתף ביי אזא סעודה זייער שארפע לשונות, אין ווער וויל אז זיינע קינדער'ס מלמד זאל זיין אזא איינער?
נאכדערצו אז מ'האט געווארענט דעם מלמד פין פאראויס,
נו אז פאר דעם מלמד איז וויכטיגער צו ברעכן א קאנטראקט זאל ער געזינטערהייט גיין.
אין מיין ביזנעס וואלט לכאורה נישט געווען אנדערש מיט אזא ארבייטער
זאל ער האבען הצלחה ווי ער גייט
ס'געווען א סבלנות פין די מוסדות אז מ'האט אזא איינעם געהאלטן ביז יעצט,
די זאליס וואלטן שוין לאנג געווארפן אזא מענטש, אזווי זיי האבען געטוהן אין וומ''ס אפי' פאר מענטש וואס האבען בלויז געהאלטן אנדערש ווי זיי האבען געוואלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2010 18:42 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פונקטליך וואסערע אונס עס שטייט אים פריער ווי א הלכהדיגע איסור און ווי די באפעל פון זיינע געהאלט געבער, אבער וויאזוי סזאל זיין גלייב איך אז ער וועט זיך ווענדן צו די הנהלה מיט זיין פראבלעם און זיי וועלן דן זיין צו מען זאל אין מאכן א אויסנאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2010 18:37 לינק ישיר 

און אפאר וואכן ארום וועט א שוואגער פון א מלמד וואס באלאנג בפירש ביי מהר"א חתונה מאכן דארט, דער מלמד זאגט שוין אז ער וועט נישט האבן קיין ברירה און מיזען גיין צי די חתונה, און ווער ס'ווייסט די אומשטענדן ווייסט טאקע אז ער האט נישט קיין ברירה.
צי דארף דער מלמד אויך באשטעלן א פאזיציע ביי ויואל משה אדער בני יואל???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2010 18:22 לינק ישיר 

וואלן האט גוט פארציילט, נאר פארפעלט איין פונקט, און איך וועל איבערגיין די רעזולטאטן פון די אסיפה ביי די הנהלת המוסדות:

1) די 2 מלמדים וועלכע זענען געגאנגען צו א חתונה פאריגע וואך, טראץ די ווארענונג וואס זיי האבן באקומען, איז איינער פון זיי אויפגעזאגט געווארן, האבנדיג געבראכן זיין קאנטראקט וואו עס שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז ער איז אונטערגעווארפן תחת מרותו פון רבינו שליט"א און די קהילה, און א צווייטער מלמד וואס האט פאראויס געזאגט אז ער וועט מוזן גיין צוליב כיבוד אב, האט מען דאסמאל נאר געגעבן א קנס, והרי שלו לפניו, אם ירצה ישלם ואם ירצה ילך...
2) אלע מלמדים וועלן אין די קומענדיגע טעג ערהאלטן א בריוו פון די הנהלה, אז ווער עס גייט - מאיזה תירוץ בעולם - צו א גע'אסר'טע חתונה, זאל פאראויס אפשמועסן מיט בני יואל אדער ויואל משה ווער פון זיי עס וועט אין גיבן א פאסטן, און די היימישע אינגעלייט וועלכע ווארטן אויף א פרנסה וועלן באקומען דעם פאזיציע אין אונזערע מוסדות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2010 16:33 לינק ישיר 

אקעי, איך ווייס שוין וואס גייט פאר, די זאליס שימפן שוין

 

די מעשה איז פון די יאקאבאוויטש חתונה וואס איז דערמאנט אין א אנדערע אשכול, ווי פון 15 געשוויסטער האבן זיך באטייליגט ס"ה 3, איינער א אח לצרה א בני יואל, און נאך צוויי וואס קומען כמעט נישט אריין צו אונז אין ביהמ"ד, איינער פון די צוויי איז ר' יצחק שפילמאן וואס איז א מלמד ביי אונז אין די מוסדות.

דערנאך איז געווען נאך א מלמד וואס איז געגאנגען צו די חתונה, וואס הגם ער איז נישט קיין גרויסער אוהב, איז ער אבער געגאנגען נישט כדי צו ווייזן איך פייף דיך אן, נאר בגזירת כיבוד אב, זיין טאטע האט אים געהייסן

און יעצט בין איך נתפעל פון די קלוגע האנדלונג פון די הנהלה, ר' יצחק שפילמאן האט מען ארויסגעווארפן ווייל ער איז געגאנגען צו די חתונה מרצונו הטוב, און ר' נחמן חיים האט מען נאר גע'קנס'ט ווייל ער איז געגאנגען צו די חתונה בגזירת כיבוד אב, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, ער זאל וויסן ער האט געטון א פעלער.

כה לחי ר' מאיר!!!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2010 16:26 לינק ישיר 

אפשר שרייבט מען מער דיטעילס, ווייל איך האב נישט קיין אנונוג פון וואס איר רעדט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אשרך ר' מאיר הירש כל הכבוד!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext