הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א
הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
בשמחה עילאה ובהתרגשות דקדושה גרייטן זיך תלמידי וחסידי תולדות צבי ד'ספינקא פון אומעטום זיך מיטצופרייען בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מרן מתולדות צבי ספינקא שליט"א על ישראל הדרתו ותפארתו בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו און זענען איינגעהילט מיט גרויס פרייד צום בעפארשטייענדע שמחת החתונה הגדולה פונעם זוהן פון די ספינקא רבי שליט"א עב"ג בת הגה"צ ר' נפתלי הורויץ שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר ממעליץ שליט"א
די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן דינסטאג פ' שמות י"ד טבת הבעל"ט ברב פאר והדר במקהלות אלפי ישראל תלמידים וחסידים זקנים עם נערים אין די גיגאנטישע פראכטפולע "פרדס זאלן" פרדס צבי (פרויען) און פרדס פיגא (מענער) שע"י בניני ברכה סימא דסאטמאר אין וומס"ב
אייגנטליך וועט זיך שוין דער גרויסער שמחה אנהייבן די וואך שב"ק פ' ויחי שבת עלי' לתורה בחצר הקודש אין די ספינקא הויף אין וויליאמסבורג און הונדערטער חסידים זענען ערווארטעט צו קומען צו פארן מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש פונעם גרויסן מחותן דער תולדות צבי ספינקא רבי שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן אין גרויסן ספינקא ביהמ"ד אויף פענן סט., מוצאי שבת תיכף נאך שלש סעודת וועט פארקומען א גרויסער מסיבת פארשפיל אינעם גרויסער שאטע"ר וואס ווערט אין די טעג אויפגעשטעלט פארנט פון ספינקא'ער ביהמ"ד.
אין די יעצטיגע וואך צייט וואס איז פארבליבן און טיילט נאך אפ צו די גרויסע חתונה ווערט ענדגילטיג געמאכט די לעצטע הכנות און די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו די גרויסע שמחה בבית צדיקים וואס די פילע ספינקא חסידים גרייטן זיך און קוקן ארויס און ערווארטן בחדוה עילאה מיט גרויס שפאנונג און פרייד, מיר האפן דא צומעלדן אלע דעטאלן און פרטים פון די שמחה בבית צדיקים ווי ווייט מיר זענען אינפארמירט,
וצדיקים ישמחו יעלזו לפני אלוקים וישישו בשמחה
 |
|
|