בית פורומים אידישע געדאנק

יענקי שווארץ Invitation Depo שפירט מתנת יד פון אהרוינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2010 02:22 לינק ישיר 
יענקי שווארץ Invitation Depo שפירט מתנת יד פון אהרוינים

יענקי שווארץ וועלכער דיליווערט די פאשקעווילן קיין קרית יואל יעדע נאכט שוין זייט פארגאנגענעם דאנערשטיג האט אנגעהויבן פאדערן פון די אהרוינים אז ער איז מער נישט גרייט צו ארבעטן בחינם, ער ברויך אויך אפאר גרייצער ספעציעל נאכדעם וואס לעצטנס איז ער געווארן צוריק געוויזן דורך אפאר גמ"ח'ן.

די אהרוינים האבן אים צוגעזאגט שיין באצאלט אבער למעשה האט ער גארנישט געזען. היינט האט אים א אזויגערופענען עסקן למען די מערכה קעגן דעם חתונה זאל געזאגט אז ער וועט קענען שאפן געלט פאר אים נאר אויב וועט פאסירן עפעס דראסטיש. אומר ועושה זיי האבן צוזאמען אויסגעטון די שיך און גענומען האקן אויפן פענסטער פון קאר ביז די אקציע איז געלונגען און יעצט קען ער ווייזן א אויסגעבראכענע פענסטער פון זיין קאר.

יעצט שרייט אויס דער עסקן איז די געשעפט א ערלעדיגטער, איך וועל שנעל גיין מיטן פיקטשער קיין הייד פארק און שרייבן אז די זאלי בחורים האבן דאס אויסגעשאסן, (ער האט נעבעך נישט גע'חשבון'ט אז די ישיבה גדולה געפינט זיך בכלל נישט אין בארא פארק). געלט וועט זיך נעמען פליסן.

דערווייל איז דער שוטה שווארץ געבליבן אן געלט און אן א פענסטער... יעצט לויפט אים נאך די פעפער קאמפעני ער זאל שוין באצאלן די בילס...









דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 02:25 לינק ישיר 

דאס באקומט ער פון זיך דרייען מיט די קעי זשעי קאליזש סטודענטן, זיי האבן שוין לאנגע יארן ערפארונג מיט ציברעכן פענסטערס, אגב יעצט וועט אים זיין גרינגער ארויסצישליידערן די פאשקעווילן פון זיין קאר...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 10:12 לינק ישיר 

איך האף אז חיי שעה רעדט זיך נישט איין אפילו איין מינוט אז עס איז דא איינער וואס קלערט אז בחורים פון די מתיבתא און קרית יואל האבן אויסגעשאסן די פענסטער פון יענקי שווארץ ווען, עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס און דיינע קאלעגעס פרובירן צו ריינוואשן די קווינס בחורים, און די מתנגדים פון קרית יואל, דאס ערשטע מאל איז געווען ווען עטליכע ציהיצטע מתנגדים וואס זייערע נעמען זענען שוין היינט באקאנט האבן אויסגעשאסן די פענסטער פון משה לייב וויטריאל, און דעמאלט האט מען אויך פרובירט עס ארויפצולייגען אז עס קומט פאר א אינערליכע מחלוקה, און די אייגענע ברידער האבן עס אויסגעשאסן.

גיי ווייטער אן מיט דיינע שקרים, די עיקר איז אז די שפירסט רויאיג אז די האסט געטוהן דיין פליכט פון ריינוואשן דיינע קאלעגעס, מיר זענען טאקע חלה דעקליך, אבער קאמען סענס...פליס... (וואט א דזשאוק...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 16:33 לינק ישיר 

רב חזקה, 2 זאכן.

קודם כל, דו שרייבסט אז זייערע נעמען זענען שוין היינט באקאנט. פילייכט וואלסטו באקאנט געמאכט דעם ציבור דערמיט? אדער עכ"פ מיר פריוואט אין אישי?

צווייטנס, איבער די לעצטע יאר, האט זיך ארויסגעשטעלט א אינטערעסאנטער פרעצעדענט: די ק"י בחורים, קעננען טון כל מיני סארטן טעראר, אנגעהויבן ביי פאשקעווילן און געענדיגט ביי צושלאגן מענטשן עד כדי להמית. און אלעס אינצווישן.

פון דער אנדערע זייט, איז פארגעקומען 3 א.ג. אטאקעס קעגן אהרונים. און וואונדער איבער וואונדער; אלע אטאקעס טראגן ממש דעם זעלבן כאראקטער. נעמליך, "אויסגעשאסן די פענסטער פון די קאר". און אלע 3 אינצידענטן זענען פארגעקומען דוקא נישט אין די שטאט ווי די קווינס בחורים דרייען זיך. (2 אין ק"י, איינס מ.ל. וויטריאל, איינס דוד עקשטיין, און יעצט איינס אין ב.פ.).

סאו, אדער וועט מען אננעמען אז דאס טוט איין סוסיידער, אוודאי נישט קיין קווינס תלמיד אפילו, סתם א איד וואס איז זייער ברוגז אויף די רציחות געגן אומשולדיגע משפחות.

אדער, זייט נישט ברוגז רב חזקה, איז דא שטארקע רגלים לדבר אז דאס אלעס טוען די חברה פאר זיך אליין, צו ערוועקן זייער ציבור און זיך אהערשטעלן ווי נרדפים, און בעיקר צו וויייזן פאר די אהרונים, אז קוק אן, די זאליס זענען די זעלבע שלעגער ווי אונז. ווייל דער אקט איז דאס מערסטע גרעסטע אטאקע, און דאס ווייניגסטע שאדן גורם פאר די באטרעפנדע וואס מען קאן זיך אליין טאן.

פארשטייט זיך, איך זאג עס נישט מיט א זיכערקייט, אבער סאיז דא גענוג מאטריאל מיר צו מאכן אזוי טראכטן.

ואע"פ שאין ראיה לדבר, זכר לדבר איכא, אז ביי סרוגו'ס קאר למשל איז מען נאך א שטיק צייט מיט אייגענע איוועסטיגעישאן, איפגעקומען ווער עס איז, און ביי די אלע 3 קארס, וואס איז כלל נישט אויסגעשלאסן אז די בעלי בתים פון לפחות די ערשטע 2 קארס, פארמאגן קעמעראס אויף די קאר גופא, צי אויף די הייזער ארום, און זיי האבן גענוג מעגליכקייטן איינצושפאנען פראפעסואנאלע אגענטורן עס צו אינוועסטיגעיטן, מיט דעם אלעם זענען זיי נישט אנגעקומען אין ערגעץ. הלא דבר הוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 16:34 לינק ישיר 

איך בין צימישט פין זיינע טוויטס זיין טוויט הייסט SatmarMarucha נעכטן שיקט ער דעס

I YANKY SHWARTZ GIVE UP THE MARUCHA, OF KIDISHIN BECASE BIG PRESERE FROM ZALYS AND DON'T HAVE A DAY OR NIGHT FOR MYSLF, I'M VERY VERY SORRY
 


אין נאכדעם שיקט ער ארום ווייטער טעראר טוויטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 19:37 לינק ישיר 

ברעקינג!!

נאך אן אינטעסיווע אויספארשונג דורך די העכסט געלערנטע קרית יואלע פאליס, שטעלט זיך ארויס אז די לעצטע אינערלעכע רייאטען אין די KJ JUNGLE ווערט אנגעפירט דורך די קווינס בחורים,

 די אראפגעבראכענע ווענט אנפאנג זמן, שטעלט זיך ארויס איז געווען א סאפסקירטע סייבער אטאקע פון קווינס, ווי א פאר קווינס בחורים האבן דורך א רימואט קאנטראל באוויזען צו העקן לעבאוויטש פון אוסטאליע און אים מאניפולירען צו ברעכן ווענט און מאכן רייאטען.

 זינט די אויפדעקונג האט קאמישענער וויטריאל פאראדערנט צו סוספענדירן די שטרענגע סעקיוריטי ארום יעשיווע קאומפאנד, און אריבער צופירן די שטרענגע וואך קיין קווינס,

די רעזאלטאטען האבן נישט פארפעלט צו קומען, ס'איז געווארן צוריק שטיל אין קרית יואל, כמאמר החמור (ע"ה דומה לחמור) "דדא איז שטיל"...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 20:42 לינק ישיר 

באמת פאסט מיר ניטאמאל צו רעדן וועגן דעם צורידערטער פארשוין, ווער ס'קען אים וועט מסכים זיין אז ס'איז נישט קיין כבוד (איידל גערעדט) צו שטיין מיט אים אין ווארט, אבער א נאר ווייזט אמאל אויך א גוטס.

דער שוטה האט היינט געפיילט א ריפארט אין די 66 פריסינט אז מען האט אים 1, צובראכן די בעק פענסטער 2, גע'גנב'עט 9 אינק קארטרידשס פאר א פרינטער 3, גע'גנב'עט זיין דשי פי עס. ער האט אייגעגעבן אז זיין קאר איז געווען געפארקט אויף דעיהיל און עוועניו C און ס'האט פאסירט צווישן 3:30 פארטאגס און 11:15 פארמיטאג (זעט אויס אז די בחורים אין מאנרא האבן זיך געלייגט שלאפן 2:30 נאך די ראיאטן אויף ר' יואל וואלדמאנס הויז און דער שוטה האט זיך געלייגט 3:30 און אויפגעשטאנען 11:00

זעט אויס אז די אהרוינים האבן אים נישט באצאלט פראבירט ער צו מאכן געלט דורך מאנען אינשארענס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2011 11:15 לינק ישיר 
פארוואס איז די טוויטער פארמאכט ?

קליק אויף לינק:


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2011 17:51 לינק ישיר 

זיין אקאוינט איז געהעקט געווארן. זיין נייע איז http://twitter.com/SatmarMaruchas

תוקן על ידי liner1 ב- 22/04/2011 17:57:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > יענקי שווארץ Invitation Depo שפירט מתנת יד פון אהרוינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext