בית פורומים אידישע געדאנק

אליאור חן געפונען שולדיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2010 09:07 לינק ישיר 
אליאור חן געפונען שולדיג

איך בין אביסל אונטערשטעליג, אבער איך האב יעצט געפונען די נייעס פון פאר צוויי וואכן צוריק, אז דער פרייער געריכט פון מדינת הציונים האט געפונען אליאור חן שולדיג אויף געפערליכע קלאגעס, אויף וועלכע עס ווארטן אים צענדליגער יארן טורמע. (זיינע תלמידים??? האבן באקומען ארום צוואנציג יאר, יעדער עקסטער פון זיי).

פאר א שטיק צייט צוריק האט איינער דא געפירט אן אשכול איבער דעם נושא, ווי ער האט גאנץ גוט אראפגעלייגט שטארקע טענות צו דעפענדן דעם אליאור חן. איך ווייס נישט ווי דער אשכול איז, און איך האב שוין לאנג נישט געזען מען זאל דא עפעס שרייבן דערוועגן. אבער אצינד, אזוי ווי איך האב יעצט געזען די נייעס, וויל איך יא שרייבן דא אפאר ווערטער איבער דעם.

צום ערשט ברענג איך א לינק פון וואס איז נייעס ווי ער שרייבט דעם באריכט אז מען האט אים געפונען שולדיג.


יעצט, איך וואלט געוואלט מען זאל לייענען וואס דארט שטייט, און בעיקר די תגובות וואס דער עולם שרייבט דארט, און צו דעם וויל איך אביסל מגיב זיין. (פארוואס שרייב איך נישט דארט?, איינס ווייל עס איז מיר אסאך שווערער צו שרייבען ענגליש, צווייטענס, דארט ליינט מען נאר דעמאלס ווען דער באריכט ווערט געברענגט, אבער נאך צוויי וואכן ליינט שוין קיינער נישט וואס דארט שטייט. דארט ווערט נישט א אשכול ארויפגעשטופט אויבן יעדעס מאל איינער שרייבט דארט עפעס).

איך בין נישט קיין נביא אז איך זאל וויסן באמת וואס אליאור חן האט געטון, און איך בין אויך נישט געווען אין געריכט צו הערן די טענות און ראיות און הוכחות קעגן אים, און איך האב בכלל נישט געטון אין די פרשה אז איך זאל קענען זאגן מיין דעה, איבער דעם צו ער האט יא, אדער נישט געטון סיי וואס.

אבער אפאר ווערטער קען איך יא זאגן איבער דעם. צווישן די אלע וואס שרייען און רעדן איבער דעם ענין, איז נישט דא קיינער וואס ווייסט "עכט" איבער דעם פרשה קיין סך מער ווי איך (איך רעד נישט פון מענטשן וועלכע זענען באמת אינוואלווד, איך רעד נאר פון שרייערס, און קאמענטערס אויף וואס איז נייעס). און אלעס וואס זיי זאגן איז באזירט אויף די מידיא.

יעצט, פאר די סעיק אוו דיס קאנווערסעישאן, לאמיר לאזן ציונות אין א זייט. עס זענען דא דריי גדולים וועלכע האבן אינטערגעשריבן לטובת אליאור חן (עס איז לכאורה דא אסאך מער, אבער די דריי ווערן דערמאנט דארט אין וואסאיז נייעס) ר' חיים קאניעווסקי, ר' אלישיב און ר' שטיינמאן. דאס איז קלאר אז די דריי זענען פון די גרעסטע גדולים וואס זענען נאר פארהאן ביי דעם ציבור וואס ליינט און שרייבט אויף וואס איז נייעס. ווען די גדולים קומען זאגן עפעס וואס עס שמעקט זיי (מען מעג טראגן שייטלען, נעמען געלט פון מדינה, גיין צו בחירות, מען מעג גראבן קברים, מען מוז נישט מוחה זיין אויף דעם אדער אויף יענעם), דעמאלס גייען זיי אין פייער פאר דעם, און פארדאמען אלע וועלכען זענען נישט מסכים, דא ווערן זיי אנגערופן וואנדאלן, ערגעץ אנדערש, סיקריקים, אבער דער ס"ה איז אז זיי ווערן פארדאמט פארן נישט פאלגן די גדולים.

דאס איז דאך שוין אן אלטער מעשה, אז ווען די גדולים זאגן עפעס וואס שמעקט זיי נישט, מיינט עס לגמרי נישט זיי. ברוב מקרים פייפן זיי זיך אריין מיט א פסח'דיגן פייפער, אזוי ביז אין די קישקעס אריין. (אזוי ווי ווען אלישיב האט געזאגט אז מען טאר נישט טראגן שייטלען. ביז צוויי טאג איז געווען א הבהרה...).

אבער וואס מיך וואונדערט איז, אז דא איז דאך נישט דא באמת קיין אינטערעס, וואס פאר א אינטערעס האבן די מענטשן צו שרייען אז אליאור חן איז א רשע, מערדער, טעראריסט, מען דארף אים הרג'ענען, איינזעצן אין תפיסה אויף אייביג, מען האט פארפירט די גדולים, זיי לאזן זיך אזוי גרינג. איינער גייט גאר אזוי ווייט אז ער זאגט גאר אז דער מוסר הסכל פון די גאנצע מעשה איז, אז מען דארף נישט אזוי בלינדערהייט פאלגן די גדולים.

מארי' דאברהם, צו וואס האבן מיר זיך דערלעבט. כ'מיין, באמת. צו זענען מיר שוין טאקע באמת מער נישט קיין פרומע אידן. האבן מיר אינגאנצן אוועק געווארפן די תורה ווירדן ווי הוי דן את כל האדם לכף זכות? געוואלד?

אמת, עס קען זיין אז די גדולים ווייסן נישט, אבער דו ווייסט דאך זיכער נישט, דו ווייסט נאר וואס די מידיא, זאגט, און דער גדול זעהט טאקע נישט די מידיא, אבער פון וואו ווייסטו אז ער האט נישט געזען אנדערע זאכן וואס דו האסט נישט געזען.

איך בין שוין אזויפיל געווען אינוואלווד אין פריוואטע פרשות וואס מען האט געזאגט און פארשפרייט געוויסע מעשיות אויף מענטשן, און געווענליך האט מען אלעמאל געהאט "עפעס" מיט וואס צו בעקן די דאזיגע מעשיות, און יעדעס מאל האט זיך נאך א שטיק צייט אויסגעשטעלט די מעשיות צו זיין לכה"פ ניינציג פראצענט שקר, און אין רוב פעלער, הונדערט פראצענט שקר.

איך בין אמת'דיג פארווייטאגט פון דעם מצב, אז אידן וועלכע האלטן זיך פאר פרומע אידן, זאלן לעבן אין אזא סארט געדאנקען גאנג, אז ווען די פרייע מידיא (נאכאמאל, פארגעסט פון ציונות, אבער זיי זענען דאך פריי, און האבן פיינט "יעדן" דתי און יעדן חרדי. וויאזוי קויפט מען אפ יעדען מעשה זייערע פאר תורת אמת) זאגט עפעס, אפילו קעגן א פרומען איד, קויפט מען עס גלייך אפ פאר גוט געלט. אפילו פרומע אידן וועלכע וואלטן זיך נאטטורליך געדארפט אננעמען פאר יענעם.

צום שלוס וועל איך ענדיגן, אז אויב איינער ווייסט עפעס פרטים וועגן דעם, אדער דער יעניגער וועלכער האט אנגעפירט דעם אלטן אשכול, זאל אזוי גוט זיין און אונז אינפארמירן איבער וואס עס טוט זיך אין די פרשה.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 18:20 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
דאס איז א אלטע פענאמען ביי די מגיבים אויף וואס איז נייעס, און אויך / בעיקר אין בחדרי, אז א חרדישער איד וואס ווערט באשולדיגט אויף זאכן, וועט מען אים תיכף פארדאמען און באשמוצן און שרייבן אז עס קומט אים איך ווייס טויט שטראף.

און ווען א פרייער טוט עפעס, דאמאלס איז דא געווענליך א סטאק מיט מליצי יושר.

עולם הפוך ראיתי.


איך האב אמאהל געזעהן א גוטע מאמר אויף דעם,
תמצית איז, אז ביי די אלע האט מען געלערנט אז ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, און מען האט זיי פארגעסן אויס צי לערנן אז ישראל אע"פ שלא חטא ישראל הוא, מען ווערט נאך נישט אויס איד ווען מען זינדיגט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 15:07 לינק ישיר 

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2724119&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 15:00 לינק ישיר 

גביר אדיר, איך בין דער וואס פלעגט דעמאלץ שרייבן וועגן די פרשה, איך האב אויפגעהערט פשוט ווייל איך האב שוין נישט געהאט קיין צייט, אבער פון די אנדערע זייט איז מיין זיכערקייט און זיין גערעכטיגקייט געשטיגן פי כמה אזש איך בין ממש געווארן א חסיד זיינע (אזויווי די מידיא האט געפרעדיגט אז ער האט א כח פון היפנאטייזן מענטשן) מ'איז געוואור געווארן אזוי פיל פרטים וואס די צד שכנגד האט געטוהן וואס אליאור האט געוויסט פון אלעס און ער האט אונז
פשוט נישט מגלה געווען מחשש מסירה וכדו'.

לגבי די בריוון פון די גדולים וואס די שרייבסט קען איך אביסל פארשטיין די מענטשן פארוואס זיי זענען עס נישט מקבל
די מעשה איז צוגעגאנגען אזוי, די עסקנים האבן זיך קודם געוואנדען צו רבנים וואס האבן פערזענדליך געקענט ר' אליאור און אזוי אויך צו רבנים פון די שטאט ביתר ווי ר' אליאור האט געוואוינט און די רבני ביתר נאכן חוקר ודורש זיין ביי זיינע חברים און שכנים האבן זיי ארויסגעגעבן א בריוו וואס דארט ווערט מבואר קלאר און דייטליך אז די גאנצע מעשה איז א עלילת דם, פון דארט איז מען ווייטער געגאנגען צו הגר"ש אויערבאך וואס נאכדעם וואס ער האט געזעהן די חתימות פון די רבני ביתר האט ער תיכף ומיד צוגעלייגט זיין חתימה אזוי ווי די הלכה איז אז מ'טאר נישט גלייבן אזא זאך כל זמן ס'איז נישט מבורר געווארן ביי א בי"ד, דערנאך איז מען געווען ביי רב שטיינמאן מ'האט אים פארציילט די מעשה בקיצור און געוויזן די חתימות און ער האט תיכף ומיד גע'חתמ'ט נאכדעם איז מען אריבער צו רב אלישיב און ער האט אויסגעפרעגט די עסקנים אלע פרטים און דערנאך האט ער געליינט די בריוו וואס די רבני ביתר האבן געשריבן און דערנאך רופט ער זיך אן, אז ער האט עדות פון רבני ביתר אז דער מענטש האט א חזקת כשרות ממילא איז פשוט אז ס'איז א חיוב אויף יעדע איד צו מקיים זיין מצוות פדיון שבויים אבער שרייבן אז די מעשים וואס מ'באשולדיגט האט זיכער נישט פאסירט דאס קען ער נישט שרייבן ווייל ער האט עס נישט מברר געווען אה"נ אז ער גלייבט נישט אז יא ווייל מ'טאר נישט מקבל זיין אזא זאך אבער שרייבן אויף זיכער אז נישט קען ער אויך נישט האט ער אויסגעשטראכן מיט זיין פעידער די ווערטער 'וברור כשמש שמדובר בעלילת דם' און ער האט גע'חתמ'ט אויף די איבריגע חלק בריוו אז ר' אליאור איז געווען ידוע פאר א מרביץ תורה ברבים און יעדער איז מחוייב צו העלפן פאר די גרויסע מצוה ער זאל קענען אויפווייזן זיין אומשולדיגקייט און נאכדעם האט ער זיך אנגערופן אז ער פארשטייט אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס די בריוו וועט זיי נישט געפעלן אבער ער וועט פון דעם בשום אופן נישט צוריק ציען פון דארט איז מען געגאנגען צו רב קנייבסקי ווי ער האט געזעהן די אלע חתימות האט ער תיכף ומיד גע'חתמ'ט, פארשטייט זיך אז ביי די בריוו וואס די עסקנים האבן מפרסם געווען מיט די חתימה פון די גדולים האט מען אויסגעמעקט די ווערטער וואס רב אלישיב האט געבעטן אויסצומעקן, און נאר ביי די בריוו וואס האט די חתימות פון די רבני ביתר אליינס נאר דארט איז מופיע די ווערטער אז די מעשה איז שקר א עלילת דם.

ווי נאר די בריוו איז נתפרסם געווארן איז מדינת ישראל געכאפט געווארן אין שאק די פרייע מידיא האט זיך מחיה געווען צו ווייזן ווי משוגע די פרומע זענען אז זיי נעמען זיך אן פאר דעם מערדער און די פרומע צייטונגען ווי המודיע און יתד המבשר האבן נישט אריינגעלייגט די בריוו מרוב בושה וחרפה פון די אזויגערופענע שרעקליכע 'חילול ה' אז מ'האט געפאלגט די תורה און נישט געגלייבט א עלילה וואס פרייע יודן האבן ארויסגעגעבן, ערשט דאן האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגע קאמפיין ווי די אנשי הבית פון רב אלישיב רב שטיינמאן און די אנדערע האבן אנגעהויבן צו מסביר זיין פאר די פרייע מידיא און אויך פאר די פרומע סייטס אז מ'האט אפגענארט די רבנים מ'האט זיי נישט געזאגט פון וועם מ'רעדט מ'האט זיי נאר געזאגט אז ס'איז דא א משפחה און א שווערע מצב וכו' אבער דאס איז שקר גמור.

דערנאך האט זיך אנגעהויבן א קאמפיין אז די רבנים זאלן שרייבן א בריוו אז זיי זענען חוזר, יעצט וויל אבער קודם מוסר מודעה זיין אז די דעטאלן וואס איך גיי יעצט שרייבן ווייס איך נישט אויף 100 פראצענט אז ס'איז אמת אזוי האט מען געשמועסט און ס'איז מסתבר אז ס'איז מער ווייניגער אמת, מ'האט מסביר געווען פאר רב שטיינמאן די שרעקליכע חילול ה' און רב שטיינמאן האט מנסח געווען א בריוו ווי דארט שרייבט ער אויף אזא וועג אז ס'איז משמע אז ער האט געמיינט מיט די ערשטע בריוו בעיקר די ווייב און קינדער פון ר' אליאור און ער ענדיגט צו אז אין אנו אחראים אויף די פרטים וואס מ'האט שפעטער מוסיף געווען אויף די ערשטע בריוו (די אמת איז אז די עסקנים האבן גארנישט צוגעלייגט ח"ו) און ער האט געשיקט די בריוו צו רב קנייבסקי און רב אויערבאך אז זיי זאלן צולייגן זייער חתימה און זיי האבן טאקע גע'חתמ'ט, דערנאך האט מען געשיקט די בריוו צו רב אלישיב אבער רב אלישיב האט געטענה'ט אז ער געדענקט די נוסח און מ'האט גארנישט צוגעלייגט און ווי קען ער חתמנ'ן שקר האט מען אנגעהויבן מיט א שטארקע דרוק אים צו מסביר זיין די חילול ה' און נאך אפאר טעג האט רב אלישיב אליינס מנסח געווען א בריוו ווי דארט שרייבט ער קלארע ווערטער אז די בריוו האט ער געשריבן פאר מצוות פדיון שבויים (דאס הייסט קלאר ר' אליאור אליינס און לאו דווקא די משפחה) און ער ענדיגט צו אז די בירור הדברים פון זיין בריוו איז נאר לגבי די מצוה און נישט לגבי אנדערע זאכן, דאס מיינט, אזוי ווי אויבן דערמאנט האט ער קלאר געזאגט פאר די עסקנים אז ער האט נישט מברר געווען די מעשה נאר ס'איז קלאר אז עפ"י הלכה טאר מען עס נישט גלייבן און מ'איז מחוייב אים צו העלפן.

ווי נאר רב שטיינמאן האט געזעהן אז רב אלישיב האט געשריבן א אנדערע בריוו האט ער צוגעלייגט זיין חתימה צו די בריוו פון רב אלישיב און איבערגעלאזט רב אויערבאך און רב קנייבסקי מיט זיין נוסח, איז אויסגעקומען אז צומארגנס האט די יתד צייטונג (די ערשטע בריוו האבן זיי בשו"א נישט אריינגעלאזט) מפרסם געווען צוויי סארט בריוון און כאילו די רבנים ציען צוריק.

די אמת איז אבער אז פון די צווייטע בריוו (די אפיציעלע 'מכתב חזרה') וואס רב אלישיב און רב שטיינמאן האבן גע'חתמ'ט זעהט מען קלאר אז זיי האבן שוין איינמאהל געוויסט פון וועם מ'רעדט און נישט ווי די אנשי ביתם האבן געזאגט, און נישט נאר דאס נאר זיי האלטן זיך ביי זייערס אז ס'איז דא א חיוב צו העלפן ר' אליאור און אז ער האט א חזקת כשרות ווי ער איז געווען באוויסט אלץ א ערליכע איד און א מרביץ תורה, און אפילו די בריוו וואס ס'האבן גע'חתמ'ט רב אויערבאך און רב קנייבסקי קען מען נישט קלאר ארויסקומען אז מ'זאל אים נישט העלפן נאר דאס זעהט מען יא קלאר אז זיי האבן יא געוויסט אויך וואס זיי האבן גע'חתמ'ט,ווידער די לעצטע פאר שורות אז כאילו מ'האט עפעס צוגעלייגט דאס איז סתם א שקר וואס לכאורה האבן די אנשי ביתם זיי פארפירט מיט דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2010 09:43 לינק ישיר 

דאס איז א אלטע פענאמען ביי די מגיבים אויף וואס איז נייעס, און אויך / בעיקר אין בחדרי, אז א חרדישער איד וואס ווערט באשולדיגט אויף זאכן, וועט מען אים תיכף פארדאמען און באשמוצן און שרייבן אז עס קומט אים איך ווייס טויט שטראף.

און ווען א פרייער טוט עפעס, דאמאלס איז דא געווענליך א סטאק מיט מליצי יושר.

עולם הפוך ראיתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אליאור חן געפונען שולדיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext