פייוובארא
איך פארשטיי זייער גוט פארוואס דער רבי פארט, און דערפאר בין איך געגאנגען נעכטן צו די המשכה מסיבה,
אנדעם וואלט איך נישט געגאנגען, נאר די פאקט אז די רבי פארט און אז מען קען מיט געבן א קוויטעל, האט מיר
געמאכט גיין, און איך בין זיכער אז עז מען גייט דארט אויספויעלן ישעות ורפאות און די רבי שליט"א איז א שליח פון
אונז אלע
אבער! פראפאגאנדע מעג געטיען ווערן דורוך ערוואקסענע מענטשן, אדער צום ווייניגסטענעס זאל עס האבן א עיני פקיחה פון ערפארענע שרייבער,
צוויי זאכען האט געכאפט מיין אויג פון די אלע צעטליך
איינס, אז און סיגוט גייט זיין א מעין קיבוץ גלוית!
צוויי, אז דער רבי פאר אויפטרייבען געלט!
די וואס האבן געשריבען די אלע צעטליך אויפציטרייבען שטיצע, האבן צוגעגליכען די מעמד וואס גייט פארקימען
און סיגוט צו מעין קיבוץ גלוית - ווייל אלע ראשי קהלה פון בכל מקומות מושבתיהם גייען דארט זיין - אויב דאס מיינט
קיבוץ גלוית, ווייס איך שוין נישט וואס צו אינזין צו האבן ווען איך בין מתפלל יעדן טאג ביי וקבץ גליותינו, ולא נחה דעתו
פינעם שרייבער, נאר אז דאס גייט גאר זיין די הויךפונקט פינעם נסיעה, מעין קיבוץ גלוית און סיגוט, ווייל מנחם גרשון מיט אהרן וועלץ און ישעי וואלף לעוו, אינאיינעם מיט מאיר הירש וכילו וכילו אלע גייען זיין אונטער איין דאך, דערפאר
איז עס מעין קיבוץ גלוית, און יעדע סאטמערער חסיד דארף זיך שפירען געהויבן דארט צו זיין!
איך געדענק נישט, אז מען זאל שרייבען אויף א שבועות ביין רבין, ווי עס עס קומען זיך צוזאם אלע אידן בכל
מקומות מושבותיהם, אז עס איז מעין קיבות גלוית, און איך זע נישט פארוואס סיגוט איז מער קיבוץ גלוית ווי שבועות
און די צווייטע זאך בנוגע פאנדרעזען האב איך שוין געשריבען,
ממילא, יא! איך ווייס אז דער רבי פארט נישט אויפטרייבען געלט, און איך וויייס אז עס איז זייער א געהויבענע נסיעה
אבער אזא גרויסע חסידות מעג ווען האבן - לדעתי - א שטיקעל קאנטראל, אויף די פראפאגאנדע וואס גייט ארויס און
זייער נאמען, נישט אלעס דארף געטיען ווערן דורוך פעיטום בחורים
און מען ווערט נישט קיין זאלי ווען מען קריטיקירט עס, עס איז מיין רעכט אלץ מעמבער זיך אפצושייען פון ביליגע פראפאגאנדע
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 20:39:43
 |
|
|