בית פורומים אידישע געדאנק

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2010 19:50 לינק ישיר 
שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"



צען יאר א' שמות און ר' אהרן איז נאך אלס מסרב לדין.


ריכטער שמידט פון ברוקלין סופרים קאורט, וואס האט אין די לעצטע 3 חדשים אריינגעלייגט כחות עצומות צו שליכטן דעם סאטמאר'ן סכסוך בבית דין המרוצה לשני הצדדים, האט ערהאלטן פאריגע וואך פרשת ויחי א בריוו פון צד מהר"א וואס שטעלט קלאר זייער שטעלונג אז זיי ווילן נאר גיין צו דין תורה אויב וועט מען דן זיין איבער דאס רבנות פון וויליאמסבורג אבער נישט קיין שום אנדערע זאך.
 
עס איז געווען וואס האבן געהאלטן אז די פארהאנדלונגען וועלן צופאלן צוליב די אינערליכע רייבערייען ביי די ארונים, נאכדעם וואס די וויליאמסבורגער ראשי קהלה האבן געבלאזן אז מען רעכנט זיך נישט מיט זיי, און מ'האט זיי נישט געגעבן קיין מאנדאט ביי די פארהאנדלונגען. אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט זיך אפגעשטעלט צוליב ר' אהרן'ס הארטקייט כלפי פארהאנדלען אויף קרית יואל, און האט אפיציעל געמאלדן בכתב אז היה לא תהי' קרית יואל וועט נישט גיין צו דין תורה.

א קורצע כראנאלאגיע פון די פארהאנלונגען.


דער ריכטער איז געווארן אריינגעשלעפט אין דעם סכסוך נאכדעם וואס די ארונים האבן פרובירט אוועקצוכאפן א בנין אין וויליאמסבורג וואו עס געפינט זיך די סאטמארע בית המדרש אויף סאוט אכט סטריט, דער זעלבער וואס האט יעצט געגנב'עט דעם בנין דורך איבערשרייבן פאלש דעם דיעד, האט מיט זעקס יאר צוריק געקלאגט אין ערכאות די קהלה אז ער איז א שותף אין דעם בנין, און ווען דער סכסוך איז אנגעקומען צו ריכטער שמידט האט ער געפרעגט די צדדים צו זענען מסכים צו גיין צו א בית דין, האט די קהלה מסכים געווען אבער דער הולך לערכאות האט זיך נישט געשטעלט לדין, דעריבער ווען סאיז געווארן א פרישע פראבלעם מיט דעם בנין ווען דער הולך ערכאות האט דאס פרובירט גנב'ענען איז דאס צוריק אנגעקומען צו דעם זעלבן ריכטער.
 
ריכטער שמידט וואס האט א לאנגען רעפוטאציע פון סעטלען קעיסעס, האט געפרעגט די צדדים צו מ'קען שליכטן דעם סכסוך ביי דין תורה, וואס די קהלה האט געזאגט אז זיי האבן שוין געחתמ'ט מיט 6 יאר צוריק, אבער דער גנב וואס איז שוין מסרב 6 יאר לדין האט געלייגט תנאים אז אויך אנדערע סכסוכים פון קהלת סאטמאר זאל גיין צו דין תורה. דער ריכטער האט זיך נישט געפוילט אז ער איז אריבערגעגאנגען צום סאטמאר רבין אין וויליאמסבורג אין געפרעגט צו ער איז מסכים אז דער סכסוך פון בנין סאוט אכט זאל גיין צו דין תורה, דער סאטמאר רבי האט געזאגט אדרבה ואדרבה. ריכטער שמידט איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל, און דער קרית יואל'ער רבי האט זיך אנגעגרייט א פאר טאשטיכלעך, און זיך גענומען וויינען ווי ביי די מאמעס לוי', איך וויל גיין צו דין תורה מגנב'עט מיר אלעס אוועק, דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב חול המועד פסח תשנ"ט איבער גאנץ סאטמאר, און מ'האט מיר אוועקגעגנב'ט וויליאמסבורג, איך וויל נאר גיין צו דין תורה אויף סאוט אכט אויב מען וועט שטעלן צו דין תורה אויף גאנץ וויליאמסבורג. ער האט שטארק אראפגעריסן די בתי דינים וואס שלעפן צייט און געלט, און געזאגט אז בוררות פאר סאוט אכט איז ארויסגעווארפן געלט מיט צייט, נאר מ'זאל גיין צו א בית דין.
 
ריכטער שמידט איז צוריקגעגאנגן קיין וויליאמסבורג צום סאטמאר רבי'ן, און געפרעגט אויב מען איז מסכים צו גיין צו דין תורה איבער גאנץ וויליאמסבורג, האט סאטמאר רבי געענפערט אז ער האט אלעמאל מסכים געווען צו גיין צו דין תורה אויף וויליאמסבורג אבער ער האט תביעות נגדיות אין קרית יואל און בארא פארק, און ער וויל אז די שטרי בירורין זאל זיין אויף אלעם. דער ריכטער האט צוריקגעברענגט די תשובה פאר קרית יואל'ער רבי האט ער געענפערט אין קרית יואל אין נישטא קיין שום תביעות, איך גיי נישט צו דין תורה אין קרית יואל. דער קרית יואל'ער רבי האט אויך געזאגט פארן ריכטער אז ער קען מער נישט רעדן פון דעם נושא, און מהיום והלאה זאל ער זיך פארבינדן מיט דוד עקשטיין, אלישע הורוויץ און ברוך מרדכי גאלדבערגער.
 
נאך עטליכע וואכן פון ארומשלעפן, איז ענדליך געקומען דער ענפער פאריגע וואך פרשת ויחי אז קיין דין תורה וועט נישט פארקומען אין סאטמאר אויב מען וויל דן זיין אויף עפעס וואס ר' אהרן האט א שליטה, דהיינו קרית יואל נישט.
 
בקיצור הדברים: דאס וואס ר' אהרן האט געזאגט תשס"ב פאר הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער, און דאס וואס ר' שאול פערלשטיין האט געהאלטן אין איין זאגן ברבים אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה האבן זיי יעצט ארויסגעשריבן בכתב פאר ריכטער שמידט.
 
היינט די צענטע יארצייט פון אלף שמות, ווען די סלאגאנען יחידים המשתלטים על הציבור און מסרבים לדין זענען געאשאפן געווארן, שטעלט זיך ארויס אז סאיז שקר און בלאף, זיי זענען יחידים וואס ווילן זיך משתלט זיין אויפן ציבור, און זיי זענען די ריכטיגע מסרבים לדין. די וואלן אין וויליאמסבורג איז שוין געווען תשס"ו ווען די נייע מוסדות האבן זיך געעפענט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען בערך א דריטל פון סאטמאר, דאס זענען די יחידים המשתלטים, און יעצט זענען שוין אפען מודה אז זיי זענען מסרבים לדין אויך.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 06:29 לינק ישיר 

נישט נאר פון דעם מאנטעסטערערס בזיונות קען מיר אונז נישט צו זיך קומען, נאר אפילו פון משהלעס בזיונות, וואס ער מאכט אונז דא (אויפן זעלבן אופן ווי דער מאנטשעסטערער), קען מיר אונז אויך נישט צו זיך קומען,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 23:24 לינק ישיר 

Plywood כתב:
  משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן.

איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה?

פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין:



_________________




יישר כח פלייוואד, א יישר כל פאר די הארציגע דיבורים, טענק יו, טענק יו, ענדליך גייט די שוין אריין די טענות פון די אהרונים אין קאפ, לאמיר ברענגען אויסצוגן פון דיינע זיסע ווערטער, כמים קרים על נפש עייפה, דו שרייבסט:

כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,

פלייוואד, זיס ווי צוקער, יעדעס ווארט איז פונקט ווי איך טענה, און ענדליך נאך 13 לאנגע בלעטער מיט תגובות, הייבסטו אן צו כאפן אונזערע טענות, קודם דארף מען גיין צו דין תורה, אן קיין שום תנאים, וויאזוי שרייבסטו?, איך וועל דאס איבער חזר'ן:
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,

נעם דיר אריין אין קאפ, די אהרונים זענען מיט רבי אהרן שליט''א, ווייל זיי האלטן אז דאס איז געווען דער רצון פונעם הייליגן רבי דער ברך משה זי''ע, און דריבער האט קהל עם אויפגענומען אלץ רבי, און דאס איז דער פועל יוצא פון די עדות'שאפט פון די צוויי רבנים וגאונים, הרה''צ מאנטשעסטערער רב שליט''א, און הרה''ג רבי הירצקא צוויבל שליט''א, זיי האבן איבער געגעבן בתורה עדות דעם רצון פונעם הייליגן ברך משה, קהל האט דאס מקבל געווען, און די רעסט איז היסטארי, האסט א טענה צו דעם?, איז דער תירוץ, לאמיר גיין צו דין תורה, זאלן זיי גובה עדות זיין פון רבי הירצקא צוויבל און דער מאנטשעסטערער רב שליט''א, איר וועט ברענגן אייערע עדות, ויקוב הדין את ההר,, אבער דאס צו געשען דארפט איר רופן צו דין תורה פונקט ווי מיר האבן ענק גערופן וועגן די בנינים, אויסער אז דער בית דין וועט מחליט זיין אז די דין תורה איז הא בהא תליא און ס'איז איינס, דאן וועט דאס זיין אן איין דין תורה און יעדער וועט אינטער שרייבן, אבער דאס איז די אויפגאבע פונעם בית דין, און נישט פון פלייוואד און שארטקאט,

אגב דער מאנטשעסטערער רב האט זיך נישט מבזה געווען, ער האט ענק ביטער מבזה געווען, איר קענט נאך עד היום נישט צו זיך קומען פון די דאזיגע בזיונות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 23:08 לינק ישיר 

ווער עס וויל נישט גיין צום בית דין מאיזה טעם שיהי' איז א מסרב לדין, די אהרונים זאגן וואס זייער צד פארלאנגט און טענה'ט, אבער זיי זענען גרייט אראפ צו לייגן זייערע טענות פארן בית דין און זאלן זיי מחליט זיין, אבער די זאליס שרייען אז זיי האבן תנאים, און אן די דאזיגע תנאים ווילן זיי נישט גיין צום בית דין, דאס מאכט זיי מסרבים לדין. והדברים פשוטים מאוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 22:18 לינק ישיר 

  משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן.

איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה?

פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין:



_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 21:20 לינק ישיר 

ווען א איד זאגט איך גיי צו דין תורה אן קיין הגבלות, דער אנדערער געט א ליסטע מיט הגבלות דאס בין איך זיך מתחייב אבער דאס נישט, ווער איז דער מסרב?

אין דעם פאל זאגט אנשי רז"ל מיר גייען צו דין תורה און לאזן בית דין דן זיין אויף גאנץ קהל, און אנשי ר"א זאגן מיר לאזן דעם בית דין נאר דן זיין איבער וומסב אבער נישט קר"י, זענען זיי די מסרבים,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 20:36 לינק ישיר 

די פארשטייסט טאקע נישט? אדער דו מאכסט דיך!, וואס הייבסטו אן אינמיטן, דאס איז איין סענטענס, דיינים און רבי איז ווער "קהל" איז מחליט, ווייל קהל האט א דין בית דין און זייער החלטה איז דעצידירענט, ווי דער רבי זי''ע ברענגט כמה פעמים אין זיין תשובה ספר, לויט די זאליס, איז דער סכסוך ווער עס איז קהל, און אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל, איז במילא דער פועל יוצא פונעם סכסוך ווער עס איז רבי,  על כן פארלאנגען זיי אז רבי אהרן זאל שוין דארפן אינטערשרייבן, דאס איז די טענה פון די זאליס, און לויט די אהרונים איז בכלל נישט וויכטיג רבי אהרן זאל אינטער שרייבן, ווייל אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל איז דאך במילא נישט וויכטיג רבי אהרן'ס אינטערשריפט, און אויב איז זאלי קהל די ריכטיגע קהל יטב לב קענען נאר זיי מכתיר זיין א רבי און רבי אהרן איז לויט זיי (אויב זיי געווינען) במילא נישט רבי, איז זיין חתימה בכלל נישט נייטיג, און דעריבער דארף דער בית פון די עווענטועלע (?) דין תורה מחליט זיין צו דער רבי אהרן און דער גז''ל דארפן טאקע אינטער שרייבן די שטרי בירורין צו נישט,

על כל פנים, די טענה בלייבט ווייטער, אז דאס איז ביד הבית דין מחליט צו זיין און איין זייט קען נישט מחליט זיין אן דעם בית דין אז דאס זאל זיין א תנאי קודם, און אן דעם גייען זיי נישט צו דין תורה, ווייל דאס הייסט אויף לשון קודש א מסרב לדין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 20:03 לינק ישיר 

משהלע, העט איך ווען דיך נישט געקענט פון פריער וואלט איך ווען ארויסגענומען פון דיין פאריגע תגובה אז דו ביסט א זאלי,

דא האסטו ממש אראפגעשריבן די נשמה פון די קאנפליקט,

די ארונים האבן שטענדיג געדרייט איבער וואס די מחלוקה איז, איינמאל איז עס געווען א פריוואטע קאנפליקט צווישן עטליכע קהלס לייט, און איינמאל איז עס געווען וויאזוי משהלע רופט דאס אהן דא: "וער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)"

די שטעלונג פון די זאלונים, פון אנהייב קאנפליקט ביז יעצט, איז געווען דאס, אויב איז דאס א פריוואטע קאנפליקט, צווישן עטליכע קהלס לייט, וויאזוי די ארונים האבן אין איינע פון די וועגן עס פרובירט אראפצושטעלן, און האבן אזוי אויסגעשטעלט די הזמנה, דאן באלאנגט דאס פאר די רבני ודייני הקהילה אזוי ווי עס שטייט אויף אלטר משהס בריוו, און ווי איר זענט מודה אס דאס איז ריכטיג, אויב איז דאס אזוי ווי דו שרייבסט יעצט וזה לשונך: "על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)" דאן מוז יעדער אונטערשרייבן שט"ב אין די זעלבע צייט אויף די זעלבע אופנים.

דאס איז ווי מען זאגט אין א nutshell די עיקר פון די דין ודברים לגבי דעם ענין פון די"ת

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 19:32 לינק ישיר 

רעסטלער האט מיך אויסגעכאט, איך האב געוואלט ענטפערן בערך די זעלבע זאך, דאס איז זיכער אז תשמ''ו איז געווען א קהל, און קהל האט א כח בית דין, ווי דער דברי יואל ברענגט אין שו''ת דברי יואל, דער הייליגער ברך משה זי''ע האט דאס כסדר ערוועינט, אז קהל האט א כח בית דין, און דאן האט קהל מחליט געווען אז ס'איז נישט קיין תביעה כספית, ס'איז נאר א תביעה בעניני הנהגה, און הנהגה אין סאטמאר קענען נאר פסקענען די דיינים און דער מרא דאתרא, אבער היינט צו טאג איז דאך על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי), נו, דאס קען נאר א בית דין המרוצה לשני הצדדים פסקענען, והדברים פשוטים מאוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 19:25 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

תשמ''ו האט קרית יואל גיהאט א בעל הבית, דער בירך משה איז געווען דער מרה דאתרא און ער האט גיפאסקעט אז מען קען נישק רופן קהל צו דין תורה, ר' אהרן האט קיינמאל אזא מכתב נישט גישריבן, דאס האט קהל גישריבן, אבער היינט איז דאך קרית יואל א שטח הפקר קיינער איז נישט עכט בעל הבית און דאס איז טאקע די דין תורה ווער עס איז בעל הבית ווער עס איז דער עכטער קהל, איז פשוט אז מען דארף גיין צו דין תורה צו א אומפארטייאישן בית דין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 19:22 לינק ישיר 

פארוואס תשמ"ו בקרית יואל האט ר' אהרן נישט געוואלט גיין צו דין תורה מיט אלטר משה ושינדל גאלדבערגער, און געשיקט א בריוו אז נאר רבני ודייני הקהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א קענען דן זיין אויף דעם,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 19:03 לינק ישיר 

גיט מארגן שארטקאט, איז דאס א פרישער ספין? שריי הויעך, מיר ווילן נישט גיין צו דין תורה וועגן אלטר משה מיט שינדל גאלדבערגער,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 18:38 לינק ישיר 

מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 18:20 לינק ישיר 

טייערער פלייוואד, זעט אויס אז דו ווייסט אפילו נישט די טייטש פון "ספין", א ספין מיינט אז יעדע מינוט טוישט זיך דער ניגון, מען ספינט רעכטס, מען ספינט לינקס, מען מאכט א יו טורן, יעדע מינוט מיט א פרישער מהלך און א פרישער געבעקס, און ווער עס ליינט דא די 12 דפים פון תגובות, קען נישט באשולדיגן די אהרונים אין קיין ספין, דאס וואס זיי טענה'ן אויף דף 1, טענה'ן זיי אויף דף 2 און אויף דף 3 און אזוי ווייטער, קענסט מחולק זיין מיט זייערע סטעיטמענטס, קענסט דאס אנרופן חלומות, און אפילו שקרים, אדער נישט קיין ספין, ווידער די זאלי שרייבערס, זיי ספינען יעדע מינוט מיט א פרישן שקר, א פרישע מעשה און ווען מען פאקט זיי מיט א שקר, ספינט מען לינקס מיט א פרישע געבעקס, פלייוואד, מיט שפילן גולם, און שרייבן אז נישט דו האסט געשריבן דעם ארגינעלן פאסט, דו פארופסט דיך נאר אויף וואס "מע" זאגט, אדער אויף וואס "מע" שרייבט, דאס אליין איז א ספין אויפן גרעסטן פארנעם,

לאמיר אנהייבן, ווער איז דאס דער "מע"?, און פארוואס איז דער "מע" קראנטער פון ר' אלישע האראוויץ, און פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א?, זיי זאגן און האבן מפרסם געווען אז רבי אהרן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט גערופן צו דין תורה און קיינער האט עם נישט גערופן, במילא דארף ער נישט אינטער שרייבן קיין שום שטרי בירורין, נאר אויב דער בית דין וועט איינזען אז ער דארף יא אינטער שרייבן, איז ער גרייט לפנים משורת הדין אינטער צו שרייבן, פעיר אינאף? יא, ביי יעדן נארמאלן מענטש, דאס איז שכל'דיג און א דבר המתקבל על הדעת, אבער נישט ביי די ספינערס, זיי זענען נישט צופרידן, וואס הייסט לפנים משורת הדין?, וואס הייסט ער וויל נישט אינטער שרייבן?, ער איז א מסרב לדין!, עכט וויל ער נישט אינטער שרייבן!, איי אפשר זאגסטו מיר, האט דיין רבי אינטער געשריבן?, האבן דיינע ראשי הקהלה אינטער געשריבן?, און בכלל, ווי זאל אינטער שרייבן, ער זאל אריין לויפן אין בית המדרש אדער גאר ביי סאסמאן בית המדרש, און אינטער שרייבן יעדן צעטיל?, ליצים וואס איר זענט!!!, איז דען שייך אינטער צו שרייבן שטרי בירורין אז ס'איז אפילו נישטא קיין בית דין?, איר ווילט דאך נישט זאגן ווער ענקער בורר איז, מיט זיין בעסטן ווילן, קען ער אפילו נישט אינטער שרייבן, אבער טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א באנדע ספינערס.

וואס הייסט א ספינער?, א ספינער מיינט, אז ער האט א ציל, און דער מיטל צו צוקומען צו דעם ציל טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די אהרונים טענה'ן פון דעי וואן, מיר פארלאנגען א דין תורה, דער ניגון האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און עד היום איז די זעלבע טענה, לאמיר זיך שטעלן צו א בית דין כשר בישראל, און דארט קען יעדער אראפ לייגן זיינע טענות און זיינע תביעות, ויקוב הדין את ההר, און די זאליס, שרייען געוואלד, נאו וועי, מיר גייען נישט צו קיין דין תורה, און ווען מען פרעגט זיי, היתכן איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, הייבט זיך אן א געספינעכטס, וואס זייט ספינער האט אנגעהויבן צו ספינען איז נאך אזא געספינעכטס נישט געווען, קודם, מען קען קיין גלעזעל וואסער נישט טרינקען ביי די דיינים, (איר געדענקט?) אביסל שפעטער, , זיי זענען די נתבעים, (פלוצלינג זענען שוין יא דא תובעים ונתבעים, להיפוך פון זייער לעצטיגע געספינעכטס, ) און זיי ווילן דווקא גיין צו זייערע דיינים, איי זייערע דיינים זענען דאך א צד אין די מחלוקה און האבן שוין ברבים גענומען א שטעלונג, האט מען ערפינדן א פרישן ספין, מען האט באשאפן א ברי' חדשה וואס הייסט "תהלוכי הקהילה", איך האב דורך געזוכט אין גאנץ חושן משפט און נישט געטראפן אזא קרייטיריע פאר א דיין, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, ווען כלל ישראל האט נישט געוואלט אנעמען זייער פרישן ספין פון תהלוכי הקהילה, שטעלט זיך אויף שאול פערלשטיין און שרייט -א פרישער ספין- "מיר דארפן נישט גיין צו דין תורה, פארוואס? ער געדענקט עפעס וואס ער האט געלערנט אין די בעלזע ישיבה אז "אין נזקקין" ער ווייסט טאקע נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער ער איז זיכער אז וועגן דעם "אין נזקקין" דארף ער נישט גיין צו דין תורה, נו, די תורה וועלט האט נישט אנגענומען די לעכערליכע טענה, און מען האט שטארק געמאנט אז מען דארף זיך שטעלן לדין כהלכות גוברין יהודאין, איז אויפגעקומען דער שאול פערלשטיין מיט א פרישן ספין, אז זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו דין תורה אבער דייקא צו איינעם פון די דריי בית דין'ס, און ווינדער איבער ווינדער אלע דריי בתי דינים זענען אפענע שונאים פאר די אהרונים, וואס האט ער געקלערט, ר' איציק מאנדל וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל פסקענען די דין תורה? אדער ר' מאטל שטיינס זון וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל קענען אויפריכטיג פסקענען די דין תורה? דאס איז דאך בניגוד צום שולחן ערוך חושן משפט סימן ז' הלכות הדיינים, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, דער ציל איז דאך, נישט צו גיין צו דין תורה, און די תירוצים איז נאר א ספין, אויב געפעלט דיר נישט דער ספין, וועל איך אויפקומען מיט א פרישן, נאו פראבלעם, שערי הספינעטש לא ננעלו.

ביישפילן פון אייער ספיניש וועט פארזעצן אי''ה.
    


תוקן על ידי משהלע ב- 05/01/2011 18:34:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 06:55 לינק ישיר 

משהלע כתב:
[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!, (איך זעה דו האסט זייער ליב דאס ווארט ספין, וועל איך דיר מסביר זיין וואס ספין הייסט, קוק אהער דא דער אשכול האט איינער געעפענט אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שט"ב ביי ריכטער שמידט, און איך האב אזוי געשריבן דא, אז אזוי האט מען געזאגט, שרייבסטו שקר שקר ספין, האט מען נישט דא אזוי געעפענט דעם אשכול?, נאר וואס דען כדי צו מאכן אויסזעהן ווי מען האט גוט געענפערט שרייבט מען שקר שקר ווי כאילו איך זאל דאס האבן יעצט געזאגט, ווי דו זעהסט באציה איך מיך בכלל נישט צו ער האט טאקע אזוי געזאגט צו נישט, כ'רעד נאר לגבי צו ער וואלט געמעגט אזוי זאגו צו נישט וואס עטס טענה'טס ער מעג, לייען ווייטער)  האבן  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט? וואס א ספין מיינט ווייס איך גוט פון דיינע געשרייבעכצער אבער פארוואס דאס איז א ספין זאגסטו נישט

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים וואס הייסט, ער איז יא געגאנגען צו די"ת? , און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, איך האב שוין גערעדט דערפון צוויי מאל אויבן, און אדרבה יעדער איז מכובד צוריקצוגיין לייענען ביידע תגובות און אליין זיך איבערצייגן ווער עס ספינט און וואס עס איז דער מציאות (מיטן עס איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל ווערט עס נישט קיין מציאות)

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין. טרי רא לי לי לי ליי ליי לאם

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, ניין קלאר אז נישט, פארקערט ער זאגט אז אפילו בי"ד וועט פארלאנגען וועט ער נישט אונטערשרייבן שט"ב (זעה אויבן איבער דעם צעטיל פון לישע) און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, גם אני מצטרף לזה
ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין, איך האב שוין וועגו דעם אויך געענטפערט אויבן, און איך זעה נישט אז דו זאלסט עפעס מער צולייגן, במילא וועל איך דיר הייסן צוריקגיין אויבן און עס איבערלייענען, חוץ מזה האב איך געבעטן דא אז ווער עס קען זאל ארויפלייגן די דאקומענטן פון ביידע צדדים, אז דו האסט עס נישט ביסטו פטור, אבער סתם דיינע בויך קרעמפן איז מיר נישט אינטערעסאנט 

/quote] 



בל"נ וועל איך מער נישט איבערגיין קיין אלטע זאכן, אפשר אויב כ'וועל זעהן אז עס דארף צוקומען זאכן וואס מען האט נאך ביז יעצט נישט געשריבן, וועל איך פרובירן צוצולייגן.

ווי מען זעהט טוישט מען דא די מהלך פון איין מינוט אויפן צווייטן, איין מינוט וויל ר' אהרן יא אונטערשרייבן אויף אלעם איינמאל נאר אויף האלב און איינמאל אויף גארנישט, כ'בעט מען זאל איינמאל קלאר מאכן ענדגילטיג, צו וויל ער יא אונטערשרייבן צו נישט, און אויף וואס ער וויל אונטערשרייבן, און וויאזוי ער וויל אונטערשרייבן.

_________________



תוקן על ידי Plywood ב- 05/01/2011 07:00:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 05:08 לינק ישיר 

[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!,  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט?

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים, און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, 

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין.

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין,  

/quote] 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext