|
|
| נשלח ב-5/1/2011 18:20 |
|
| |
טייערער פלייוואד, זעט אויס אז דו ווייסט אפילו נישט די טייטש פון "ספין", א ספין מיינט אז יעדע מינוט טוישט זיך דער ניגון, מען ספינט רעכטס, מען ספינט לינקס, מען מאכט א יו טורן, יעדע מינוט מיט א פרישער מהלך און א פרישער געבעקס, און ווער עס ליינט דא די 12 דפים פון תגובות, קען נישט באשולדיגן די אהרונים אין קיין ספין, דאס וואס זיי טענה'ן אויף דף 1, טענה'ן זיי אויף דף 2 און אויף דף 3 און אזוי ווייטער, קענסט מחולק זיין מיט זייערע סטעיטמענטס, קענסט דאס אנרופן חלומות, און אפילו שקרים, אדער נישט קיין ספין, ווידער די זאלי שרייבערס, זיי ספינען יעדע מינוט מיט א פרישן שקר, א פרישע מעשה און ווען מען פאקט זיי מיט א שקר, ספינט מען לינקס מיט א פרישע געבעקס, פלייוואד, מיט שפילן גולם, און שרייבן אז נישט דו האסט געשריבן דעם ארגינעלן פאסט, דו פארופסט דיך נאר אויף וואס "מע" זאגט, אדער אויף וואס "מע" שרייבט, דאס אליין איז א ספין אויפן גרעסטן פארנעם,
לאמיר אנהייבן, ווער איז דאס דער "מע"?, און פארוואס איז דער "מע" קראנטער פון ר' אלישע האראוויץ, און פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א?, זיי זאגן און האבן מפרסם געווען אז רבי אהרן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט גערופן צו דין תורה און קיינער האט עם נישט גערופן, במילא דארף ער נישט אינטער שרייבן קיין שום שטרי בירורין, נאר אויב דער בית דין וועט איינזען אז ער דארף יא אינטער שרייבן, איז ער גרייט לפנים משורת הדין אינטער צו שרייבן, פעיר אינאף? יא, ביי יעדן נארמאלן מענטש, דאס איז שכל'דיג און א דבר המתקבל על הדעת, אבער נישט ביי די ספינערס, זיי זענען נישט צופרידן, וואס הייסט לפנים משורת הדין?, וואס הייסט ער וויל נישט אינטער שרייבן?, ער איז א מסרב לדין!, עכט וויל ער נישט אינטער שרייבן!, איי אפשר זאגסטו מיר, האט דיין רבי אינטער געשריבן?, האבן דיינע ראשי הקהלה אינטער געשריבן?, און בכלל, ווי זאל אינטער שרייבן, ער זאל אריין לויפן אין בית המדרש אדער גאר ביי סאסמאן בית המדרש, און אינטער שרייבן יעדן צעטיל?, ליצים וואס איר זענט!!!, איז דען שייך אינטער צו שרייבן שטרי בירורין אז ס'איז אפילו נישטא קיין בית דין?, איר ווילט דאך נישט זאגן ווער ענקער בורר איז, מיט זיין בעסטן ווילן, קען ער אפילו נישט אינטער שרייבן, אבער טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א באנדע ספינערס.
וואס הייסט א ספינער?, א ספינער מיינט, אז ער האט א ציל, און דער מיטל צו צוקומען צו דעם ציל טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די אהרונים טענה'ן פון דעי וואן, מיר פארלאנגען א דין תורה, דער ניגון האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און עד היום איז די זעלבע טענה, לאמיר זיך שטעלן צו א בית דין כשר בישראל, און דארט קען יעדער אראפ לייגן זיינע טענות און זיינע תביעות, ויקוב הדין את ההר, און די זאליס, שרייען געוואלד, נאו וועי, מיר גייען נישט צו קיין דין תורה, און ווען מען פרעגט זיי, היתכן איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, הייבט זיך אן א געספינעכטס, וואס זייט ספינער האט אנגעהויבן צו ספינען איז נאך אזא געספינעכטס נישט געווען, קודם, מען קען קיין גלעזעל וואסער נישט טרינקען ביי די דיינים, (איר געדענקט?) אביסל שפעטער, , זיי זענען די נתבעים, (פלוצלינג זענען שוין יא דא תובעים ונתבעים, להיפוך פון זייער לעצטיגע געספינעכטס, ) און זיי ווילן דווקא גיין צו זייערע דיינים, איי זייערע דיינים זענען דאך א צד אין די מחלוקה און האבן שוין ברבים גענומען א שטעלונג, האט מען ערפינדן א פרישן ספין, מען האט באשאפן א ברי' חדשה וואס הייסט "תהלוכי הקהילה", איך האב דורך געזוכט אין גאנץ חושן משפט און נישט געטראפן אזא קרייטיריע פאר א דיין, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, ווען כלל ישראל האט נישט געוואלט אנעמען זייער פרישן ספין פון תהלוכי הקהילה, שטעלט זיך אויף שאול פערלשטיין און שרייט -א פרישער ספין- "מיר דארפן נישט גיין צו דין תורה, פארוואס? ער געדענקט עפעס וואס ער האט געלערנט אין די בעלזע ישיבה אז "אין נזקקין" ער ווייסט טאקע נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער ער איז זיכער אז וועגן דעם "אין נזקקין" דארף ער נישט גיין צו דין תורה, נו, די תורה וועלט האט נישט אנגענומען די לעכערליכע טענה, און מען האט שטארק געמאנט אז מען דארף זיך שטעלן לדין כהלכות גוברין יהודאין, איז אויפגעקומען דער שאול פערלשטיין מיט א פרישן ספין, אז זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו דין תורה אבער דייקא צו איינעם פון די דריי בית דין'ס, און ווינדער איבער ווינדער אלע דריי בתי דינים זענען אפענע שונאים פאר די אהרונים, וואס האט ער געקלערט, ר' איציק מאנדל וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל פסקענען די דין תורה? אדער ר' מאטל שטיינס זון וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל קענען אויפריכטיג פסקענען די דין תורה? דאס איז דאך בניגוד צום שולחן ערוך חושן משפט סימן ז' הלכות הדיינים, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, דער ציל איז דאך, נישט צו גיין צו דין תורה, און די תירוצים איז נאר א ספין, אויב געפעלט דיר נישט דער ספין, וועל איך אויפקומען מיט א פרישן, נאו פראבלעם, שערי הספינעטש לא ננעלו.
ביישפילן פון אייער ספיניש וועט פארזעצן אי''ה.
תוקן על ידי משהלע ב- 05/01/2011 18:34:53
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 18:38 |
|
| |
מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 19:03 |
|
| |
גיט מארגן שארטקאט, איז דאס א פרישער ספין? שריי הויעך, מיר ווילן נישט גיין צו דין תורה וועגן אלטר משה מיט שינדל גאלדבערגער,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 19:22 |
|
| |
פארוואס תשמ"ו בקרית יואל האט ר' אהרן נישט געוואלט גיין צו דין תורה מיט אלטר משה ושינדל גאלדבערגער, און געשיקט א בריוו אז נאר רבני ודייני הקהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א קענען דן זיין אויף דעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 19:25 |
|
| |
| שארטקאט כתב: |  | | מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א, |
|
תשמ''ו האט קרית יואל גיהאט א בעל הבית, דער בירך משה איז געווען דער מרה דאתרא און ער האט גיפאסקעט אז מען קען נישק רופן קהל צו דין תורה, ר' אהרן האט קיינמאל אזא מכתב נישט גישריבן, דאס האט קהל גישריבן, אבער היינט איז דאך קרית יואל א שטח הפקר קיינער איז נישט עכט בעל הבית און דאס איז טאקע די דין תורה ווער עס איז בעל הבית ווער עס איז דער עכטער קהל, איז פשוט אז מען דארף גיין צו דין תורה צו א אומפארטייאישן בית דין.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 19:32 |
|
| |
רעסטלער האט מיך אויסגעכאט, איך האב געוואלט ענטפערן בערך די זעלבע זאך, דאס איז זיכער אז תשמ''ו איז געווען א קהל, און קהל האט א כח בית דין, ווי דער דברי יואל ברענגט אין שו''ת דברי יואל, דער הייליגער ברך משה זי''ע האט דאס כסדר ערוועינט, אז קהל האט א כח בית דין, און דאן האט קהל מחליט געווען אז ס'איז נישט קיין תביעה כספית, ס'איז נאר א תביעה בעניני הנהגה, און הנהגה אין סאטמאר קענען נאר פסקענען די דיינים און דער מרא דאתרא, אבער היינט צו טאג איז דאך על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי), נו, דאס קען נאר א בית דין המרוצה לשני הצדדים פסקענען, והדברים פשוטים מאוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 20:03 |
|
| |
משהלע, העט איך ווען דיך נישט געקענט פון פריער וואלט איך ווען ארויסגענומען פון דיין פאריגע תגובה אז דו ביסט א זאלי,
דא האסטו ממש אראפגעשריבן די נשמה פון די קאנפליקט,
די ארונים האבן שטענדיג געדרייט איבער וואס די מחלוקה איז, איינמאל איז עס געווען א פריוואטע קאנפליקט צווישן עטליכע קהלס לייט, און איינמאל איז עס געווען וויאזוי משהלע רופט דאס אהן דא: "וער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)"
די שטעלונג פון די זאלונים, פון אנהייב קאנפליקט ביז יעצט, איז געווען דאס, אויב איז דאס א פריוואטע קאנפליקט, צווישן עטליכע קהלס לייט, וויאזוי די ארונים האבן אין איינע פון די וועגן עס פרובירט אראפצושטעלן, און האבן אזוי אויסגעשטעלט די הזמנה, דאן באלאנגט דאס פאר די רבני ודייני הקהילה אזוי ווי עס שטייט אויף אלטר משהס בריוו, און ווי איר זענט מודה אס דאס איז ריכטיג, אויב איז דאס אזוי ווי דו שרייבסט יעצט וזה לשונך: "על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)" דאן מוז יעדער אונטערשרייבן שט"ב אין די זעלבע צייט אויף די זעלבע אופנים.
דאס איז ווי מען זאגט אין א nutshell די עיקר פון די דין ודברים לגבי דעם ענין פון די"ת
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 20:36 |
|
| |
די פארשטייסט טאקע נישט? אדער דו מאכסט דיך!, וואס הייבסטו אן אינמיטן, דאס איז איין סענטענס, דיינים און רבי איז ווער "קהל" איז מחליט, ווייל קהל האט א דין בית דין און זייער החלטה איז דעצידירענט, ווי דער רבי זי''ע ברענגט כמה פעמים אין זיין תשובה ספר, לויט די זאליס, איז דער סכסוך ווער עס איז קהל, און אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל, איז במילא דער פועל יוצא פונעם סכסוך ווער עס איז רבי, על כן פארלאנגען זיי אז רבי אהרן זאל שוין דארפן אינטערשרייבן, דאס איז די טענה פון די זאליס, און לויט די אהרונים איז בכלל נישט וויכטיג רבי אהרן זאל אינטער שרייבן, ווייל אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל איז דאך במילא נישט וויכטיג רבי אהרן'ס אינטערשריפט, און אויב איז זאלי קהל די ריכטיגע קהל יטב לב קענען נאר זיי מכתיר זיין א רבי און רבי אהרן איז לויט זיי (אויב זיי געווינען) במילא נישט רבי, איז זיין חתימה בכלל נישט נייטיג, און דעריבער דארף דער בית פון די עווענטועלע (?) דין תורה מחליט זיין צו דער רבי אהרן און דער גז''ל דארפן טאקע אינטער שרייבן די שטרי בירורין צו נישט,
על כל פנים, די טענה בלייבט ווייטער, אז דאס איז ביד הבית דין מחליט צו זיין און איין זייט קען נישט מחליט זיין אן דעם בית דין אז דאס זאל זיין א תנאי קודם, און אן דעם גייען זיי נישט צו דין תורה, ווייל דאס הייסט אויף לשון קודש א מסרב לדין תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 21:20 |
|
| |
ווען א איד זאגט איך גיי צו דין תורה אן קיין הגבלות, דער אנדערער געט א ליסטע מיט הגבלות דאס בין איך זיך מתחייב אבער דאס נישט, ווער איז דער מסרב?
אין דעם פאל זאגט אנשי רז"ל מיר גייען צו דין תורה און לאזן בית דין דן זיין אויף גאנץ קהל, און אנשי ר"א זאגן מיר לאזן דעם בית דין נאר דן זיין איבער וומסב אבער נישט קר"י, זענען זיי די מסרבים,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 22:18 |
|
| |
משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור, מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן. איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה? פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין: 
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 23:08 |
|
| |
ווער עס וויל נישט גיין צום בית דין מאיזה טעם שיהי' איז א מסרב לדין, די אהרונים זאגן וואס זייער צד פארלאנגט און טענה'ט, אבער זיי זענען גרייט אראפ צו לייגן זייערע טענות פארן בית דין און זאלן זיי מחליט זיין, אבער די זאליס שרייען אז זיי האבן תנאים, און אן די דאזיגע תנאים ווילן זיי נישט גיין צום בית דין, דאס מאכט זיי מסרבים לדין. והדברים פשוטים מאוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 23:24 |
|
| |
| Plywood כתב: |  | משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן.
איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה?
פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין:
_________________
|
|
יישר כח פלייוואד, א יישר כל פאר די הארציגע דיבורים, טענק יו, טענק יו, ענדליך גייט די שוין אריין די טענות פון די אהרונים אין קאפ, לאמיר ברענגען אויסצוגן פון דיינע זיסע ווערטער, כמים קרים על נפש עייפה, דו שרייבסט:
כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,
פלייוואד, זיס ווי צוקער, יעדעס ווארט איז פונקט ווי איך טענה, און ענדליך נאך 13 לאנגע בלעטער מיט תגובות, הייבסטו אן צו כאפן אונזערע טענות, קודם דארף מען גיין צו דין תורה, אן קיין שום תנאים, וויאזוי שרייבסטו?, איך וועל דאס איבער חזר'ן:
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,
נעם דיר אריין אין קאפ, די אהרונים זענען מיט רבי אהרן שליט''א, ווייל זיי האלטן אז דאס איז געווען דער רצון פונעם הייליגן רבי דער ברך משה זי''ע, און דריבער האט קהל עם אויפגענומען אלץ רבי, און דאס איז דער פועל יוצא פון די עדות'שאפט פון די צוויי רבנים וגאונים, הרה''צ מאנטשעסטערער רב שליט''א, און הרה''ג רבי הירצקא צוויבל שליט''א, זיי האבן איבער געגעבן בתורה עדות דעם רצון פונעם הייליגן ברך משה, קהל האט דאס מקבל געווען, און די רעסט איז היסטארי, האסט א טענה צו דעם?, איז דער תירוץ, לאמיר גיין צו דין תורה, זאלן זיי גובה עדות זיין פון רבי הירצקא צוויבל און דער מאנטשעסטערער רב שליט''א, איר וועט ברענגן אייערע עדות, ויקוב הדין את ההר,, אבער דאס צו געשען דארפט איר רופן צו דין תורה פונקט ווי מיר האבן ענק גערופן וועגן די בנינים, אויסער אז דער בית דין וועט מחליט זיין אז די דין תורה איז הא בהא תליא און ס'איז איינס, דאן וועט דאס זיין אן איין דין תורה און יעדער וועט אינטער שרייבן, אבער דאס איז די אויפגאבע פונעם בית דין, און נישט פון פלייוואד און שארטקאט,
אגב דער מאנטשעסטערער רב האט זיך נישט מבזה געווען, ער האט ענק ביטער מבזה געווען, איר קענט נאך עד היום נישט צו זיך קומען פון די דאזיגע בזיונות,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2011 06:29 |
|
| |
נישט נאר פון דעם מאנטעסטערערס בזיונות קען מיר אונז נישט צו זיך קומען, נאר אפילו פון משהלעס בזיונות, וואס ער מאכט אונז דא (אויפן זעלבן אופן ווי דער מאנטשעסטערער), קען מיר אונז אויך נישט צו זיך קומען,
_________________
|
|
|
|
|