בית פורומים כל העולם כולו

ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2010 22:14 לינק ישיר 
ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת

די זאליס האבן די לעצטערע צייטן געפונען א נייעם תשובה אויף שרעקליכן חילול השם פון סירוב לדי"ת איבער 10 יאר, וואס לויטעט אז זיי זענען שוין גרייט צו גיין אויב איז מען דן אויך אויף קרית יואל.

וואס די קומענדיגע תירוץ וועט זיין - אויב וועלן די ראשי קהלילה מסכים זיין צום וויפלטן מאל צום פרישן תנאי - איז נישט באקאנט, אבער איך שיהי', דער תירוץ דאסמאל איז לכערליכער פון לעכערליך.

יעדער ווייסט וואס די הזמנה לדי"ת איז געווען: די זאלונים האבן שלא בדרך התורה ארויסגעווארפן די סאטמארע ראשי קהילה פון אפיס אין וויליאמסבורג, און די ראשי קהילה פארלאנגען צוריק די בעלות אויף די נכסים וועלכע זענען אוועקגענומען געווארן בגניבה וגזילה פון די ראשי קהילה און פון די טויזנטער מעמבערס וועלכע האבן דערין אריינגעלייגט זייער בלוט און שווייס.

קומט אצינד א תירוץ אז וואס? אז ממוז אריינעמען קרית יואל. אזוי? פארוואס נאר קרית יואל? אפשר אויך בני ברק? און אפשר פארלאנגען מיר אז מזאל אריינעמען ירושלים און מאנטריאל און בית חיים יושע דמאנסי? און אפשר אויך די ירושה חפצים? און אפשר אויך "דער איד"?

מארגן וועלן זיי זאגן אז מען מוז אויך דן זיין אויפן ציון הקדוש אין די שטאט סיגוט...

צום ענין: טייערער רז"ל, איר האט א צל ספק אז איר קענט עפעס תובע זיין אין קרית יואל? שיקט אן הזמנה לדין תורה! ויקוב הדין את ההר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 01:48 לינק ישיר 

 קרעדיט: משהל'ע 


טייערער פלייוואד, זעט אויס אז דו ווייסט אפילו נישט די טייטש פון "ספין", א ספין מיינט אז יעדע מינוט טוישט זיך דער ניגון, מען ספינט רעכטס, מען ספינט לינקס, מען מאכט א יו טורן, יעדע מינוט מיט א פרישער מהלך און א פרישער געבעקס, און ווער עס ליינט דארט די 12 דפים פון תגובות, קען נישט באשולדיגן די אהרונים אין קיין ספין, דאס וואס זיי טענה'ן אויף דף 1, טענה'ן זיי אויף דף 2 און אויף דף 3 און אזוי ווייטער, קענסט מחולק זיין מיט זייערע סטעיטמענטס, קענסט דאס אנרופן חלומות, און אפילו שקרים, אדער נישט קיין ספין, ווידער די זאלי שרייבערס, זיי ספינען יעדע מינוט מיט א פרישן שקר, א פרישע מעשה און ווען מען פאקט זיי מיט א שקר, ספינט מען לינקס מיט א פרישע געבעקס,
פלייוואד, מיט שפילן גולם, און שרייבן אז נישט דו האסט געשריבן דעם ארגינעלן פאסט, דו פארופסט דיך נאר אויף וואס "מע" זאגט, אדער אויף וואס "מע" שרייבט, דאס אליין איז א ספין אויפן גרעסטן פארנעם,

לאמיר אנהייבן, ווער איז דאס דער "מע"?, און פארוואס איז דער "מע" קראנטער פון ר' אלישע האראוויץ, און פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א?, זיי זאגן און האבן מפרסם געווען אז רבי אהרן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט גערופן צו דין תורה און קיינער האט עם נישט גערופן, במילא דארף ער נישט אינטער שרייבן קיין שום שטרי בירורין, נאר אויב דער בית דין וועט איינזען אז ער דארף יא אינטער שרייבן, איז ער גרייט לפנים משורת הדין אינטער צו שרייבן, פעיר אינאף? יא, ביי יעדן נארמאלן מענטש, דאס איז שכל'דיג און א דבר המתקבל על הדעת, אבער נישט ביי די ספינערס, זיי זענען נישט צופרידן, וואס הייסט לפנים משורת הדין?, וואס הייסט ער וויל נישט אינטער שרייבן?, ער איז א מסרב לדין!, עכט וויל ער נישט אינטער שרייבן!, איי אפשר זאגסטו מיר, האט דיין רבי אינטער געשריבן?, האבן דיינע ראשי הקהלה אינטער געשריבן?, און בכלל, ווי זאל אינטער שרייבן, ער זאל אריין לויפן אין בית המדרש אדער גאר ביי סאסמאן בית המדרש, און אינטער שרייבן יעדן צעטיל?, ליצים וואס איר זענט!!!, איז דען שייך אינטער צו שרייבן שטרי בירורין אז ס'איז אפילו נישטא קיין בית דין?, איר ווילט דאך נישט זאגן ווער ענקער בורר איז, מיט זיין בעסטן ווילן, קען ער אפילו נישט אינטער שרייבן, אבער טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א באנדע ספינערס.

וואס הייסט א ספינער?, א ספינער מיינט, אז ער האט א ציל, און דער מיטל צו צוקומען צו דעם ציל טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די אהרונים טענה'ן פון דעי וואן, מיר פארלאנגען א דין תורה, דער ניגון האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און עד היום איז די זעלבע טענה, לאמיר זיך שטעלן צו א בית דין כשר בישראל, און דארט קען יעדער אראפ לייגן זיינע טענות און זיינע תביעות, ויקוב הדין את ההר, און די זאליס, שרייען געוואלד, נאו וועי, מיר גייען נישט צו קיין דין תורה, און ווען מען פרעגט זיי, היתכן איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, הייבט זיך אן א געספינעכטס, וואס זייט ספינער האט אנגעהויבן צו ספינען איז נאך אזא געספינעכטס נישט געווען, קודם, מען קען קיין גלעזעל וואסער נישט טרינקען ביי די דיינים, (איר געדענקט?)
אביסל שפעטער, , זיי זענען די נתבעים, (פלוצלינג זענען שוין יא דא תובעים ונתבעים, להיפוך פון זייער לעצטיגע געספינעכטס, ) און זיי ווילן דווקא גיין צו זייערע דיינים, איי זייערע דיינים זענען דאך א צד אין די מחלוקה און האבן שוין ברבים גענומען א שטעלונג,
האט מען ערפינדן א פרישן ספין, מען האט באשאפן א ברי' חדשה וואס הייסט "תהלוכי הקהילה", איך האב דורך געזוכט אין גאנץ חושן משפט און נישט געטראפן אזא קרייטיריע פאר א דיין, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס,
ווען כלל ישראל האט נישט געוואלט אנעמען זייער פרישן ספין פון תהלוכי הקהילה, שטעלט זיך אויף שאול פערלשטיין און שרייט -א פרישער ספין- "מיר דארפן נישט גיין צו דין תורה, פארוואס? ער געדענקט עפעס וואס ער האט געלערנט אין די בעלזע ישיבה אז "אין נזקקין" ער ווייסט טאקע נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער ער איז זיכער אז וועגן דעם "אין נזקקין" דארף ער נישט גיין צו דין תורה, נו, די תורה וועלט האט נישט אנגענומען די לעכערליכע טענה, און מען האט שטארק געמאנט אז מען דארף זיך שטעלן לדין כהלכות גוברין יהודאין,
איז אויפגעקומען דער שאול פערלשטיין מיט א פרישן ספין, אז זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו דין תורה אבער דייקא צו איינעם פון די דריי בית דין'ס, און ווינדער איבער ווינדער אלע דריי בתי דינים זענען אפענע שונאים פאר די אהרונים, וואס האט ער געקלערט, ר' איציק מאנדל וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל פסקענען די דין תורה? אדער ר' מאטל שטיינס זון וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל קענען אויפריכטיג פסקענען די דין תורה? דאס איז דאך בניגוד צום שולחן ערוך חושן משפט סימן ז' הלכות הדיינים, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, דער ציל איז דאך, נישט צו גיין צו דין תורה, און די תירוצים איז נאר א ספין, אויב געפעלט דיר נישט דער ספין, וועל איך אויפקומען מיט א פרישן, נאו פראבלעם, שערי הספינעטש לא ננעלו.

ביישפילן פון אייער ספיניש וועט פארזעצן אי''ה.
    





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 01:42 לינק ישיר 

משל'ע:

דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען זאלי ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם זענען די זאליס לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  די ארונים האבען שוין מודיע געווען ווער זייער בורר איז, לאמיר הערן ווער זאליס בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2011 11:54 לינק ישיר 

איזה ציקי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/1/2011 07:48 לינק ישיר 

די זאליס זענדיג כי כלתה עליהם הרעה, אלע תהליכה הקהילה וועפן אויס אפי' אין קווינס הייבט אן אריינציפאלען ספיקות אויף די אמונה האבען זיי ווידער איינגעשפאנט א ספינער אויף זייער פקדתו שמרה פארום מיט א ניק "פלייוואד" וואס זיין ציהל איז בלויז צו ספינען די מוחות אלע מיני בעקערייען פארוואס עכט דארפן זיי נישט קומן צו די''ת, דער בעקער איז דארט 24 שעה בלי גוזמא, ער שרייבט נישט אין קיין שום אנדערע אשכול נאר בלויז ווי מ'רעדט פין זייער נייטמער "דין תורה" די גאנצע אשכול דארט איז געבויט אויף איין גרויסע ספין איבער א געבאקענע בריוו וואס דער רבי שליט"א זאל האבען געשריבן, איר וועט קיינמאל נישט זעהן דארט א תגובה וואס וועט נישט קורצליך נאכדעם ווערן גענטפרט דורך דעם ניק מיט א פרישע ספין, און ביי א פאל וואס ער קען נישט ענטפרן אדער ווען מ'דעקט אויף זיינע טרוקענע שקרים מעקט ער פשוט אויס די תגובה אזווי ער האט היינט אליינס געטוהן מיט עטליכע תגובות, אריינגערכנט 2 פון מיינע ווי כ'האב צווישען אנדערע בארירט זיין געבעקס וואס ברענגט א שמייכל אז עכט האט מענדל שווימער אין ב''פ יא געוואלט קומען צו די''ת.....אין ער מאכט גאר א גאנצער דיוק אין די געשריבענע פסק פונעם ריכטערן וועלכע ברענגט ארויס די פאקט אז ער האט נישט געוואלט קומען צו א געהעריגע בי''ד, אט אזעלכע ספיןס איז דארט פון די קלייניגקייטן, אין כחם אלא בספינעריי!!, די פאקטען רעדן פאר זיך, פאפען קען מען נאר זיך, עס איז נאר געשמאק צו זעהן די געוואלדיגע כוחות וואס זיי לייגען אריין בלויז פאר זייער ספינעריי.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2011 21:30 לינק ישיר 

היראים, די האסט ארויסגעברענגט א שטארקע פוינט אבער עס מיז ווערן ציגעלייגט נאך א פוינט
אייןס פין די טענות וואס ווערן אויסגעקאכט טאקע נאר אויף די פורום'ס איז נעמליך אז ביד''ץ בית יוסף האט צירוקגעצויגן,
עס איז כדי ארייצוגיין אין די פרטים איבער דעם, קודם כל, ווען צד מהר''א האט געוואלט שיקען א הזמנה פאר צד מהרז''ל האט זיך פארשטענדליך נישט קיין שום בי''ד נישט געוואלט אריינמישן אין די סאטמארע מחלוקה צו שיקען א הזמנה, אין ווייטער שיקען פין זייער אייגענע בי''ד איז דאך נישט שכל'דיג ווייל דעמאלטס וועט דער נתבע גלייך האבען א תירוץ צו מסרב זיין, (הגם, כ'מיין להלכה איז עס נישט קיין תירוץ ווייל דער נתבע קען פארלאנגן א צווייטע בי''ד אדער זבל''א, אבער איר זעהט דאך פין וועם מ'רעדט דא) ביז זיי האבען געטראפען דעם ביד''ץ בית יוסף וועלכע האט מסכים געווען צו שיקען די הזמנה, עס איז גראדע געווען ביי מיר א שטיקל חידוש אז אזא אנערקענטע בי''ד האט נישט מורא געהאט זיך ארייצולאזען אין דעם געשעפט, אין די נקמה אויף די 'חוצפה' ביי צד מהרז''ל האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, זיי האבען טאקע באשמיצט דעם בי''ד פריוואט אין שטארקע מבאיש ריח געווען די חברי ביד''ץ ברבים, מיט נאך אנדערע נקמה'ס וואס אין סאטמאר רופט מען עס 'טעראר', 
עס איז כדי צו באמערקן אז ווען צד מהרז''ל האט געזיכט א בי''ד פאר זייער הזמנה אין ב''פ האבען זיי אויך נישט געקענט טרעפן קיין שום בי''ד, ווייל יעדער שטייט ווייט פין די סאטמארע מחלוקה, דארט האבען זיי זיך שוין געמיזט אראפלאזען צו גביוף (שטעלט אייך נאר פאר ווען צד מהר''א זאל ניצן אזא בי''ד), אין ווען מד מהר''א האט גענטפרט זייער גרייטקייט פאר די''ת האט צד מהרז''ל שוין נישט מסכים געווען אפילו צו זבל''א נאר דווקא גביוף, טראץ וואס צד מהר''א האט דארט געטענה'ט התובע הולך אחר הנתבע,  ביז ווען עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז צד מהרז''ל האט נאר געדארפט די הזמנה צו קענען עפענען א פייל אין געריכט ווי זיי האבען טאקע געטוהן א טאג פאר'ן שיקן די הזמנה ר''ל
צירוק צום ענין: נאכדעם וואס דער בי''ד האט געשיקט 3 הזמנות אין התראות, אין מ'האט פין זיי חוזק געמאכט האבען זיי געגבן א היתר מעקל צו זיין בערכעות, דא האט שוין אבער צד מהר''א אנערקענט אז אויב גייען זיי אריין אין אזא האקעלע זאך ווי ערכעות קענען זיי זיך נישט פארלאזען בלויז אויף ביד''ץ בית יוסף וועלכע זענען פאקטיש נישט אויפגעצויגן אין סאטמאר'ע חדר, טראץ וואס להלכה איז עס גענוג אבער ביי אזא פאל דארף מען הערשט טוהן לפנים משה''ד, האט צד מהר''א פראבירט דעמאלטס מיט נאך אופנים צו ברענגן די סיכסוך צו די''ת, אין ווען זיי האבען געזעהן אז ויחזק לב היצר ולא שמע עליהם האבען זיי צאמגעזעצט א חשוב'ער בי''ד פין היימישע דיינים בקיאים אין חו''מ, אין מיט זיי איבער געגאנגען דעם גאנצען ענין, אויף וואס זייער תשובה בכתב איז געווען אז דער תובע האט קלאר אלע רעכטן ע''פ תורה צו גיין תובע זיין בערכעות, זעלבספארשעטנדליך אז די דיינים האבען פארלאנגט אז מ'גיבט נישט ארויס זייערע נעמען ספעציעל נאכדעם וואס יעדער האט געזעהן וואס זיי האבען געטוהן מיט ביד''ץ בית יוסף אבער די בירור הלכה פין דעם בי''ד האבען זיי יא ארויסגעגבן,  ווי אויך האט צד מהר''א דעמאלטס ארומעשיקט פאר אלע דיינים אין רבנים זייער בירור כדי אז אויב איינער האלט אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן אדער אויב עמיצער קען צירוקהאלטן די סוכסוך זאל אנקומען אין ערכעות, פין ווי זיי האבען באקומען בלויז פאזעטיווע תשבות, ווי אויך זענען זיי דעמאלטס געשטאנען בקשר מיט אסאך גרויסע פוסקים צווישען אנדערע אזעלכע דיינים ווי ר' משה האלבערשטאם ז''ל חבר ביד''ץ ירושלים, ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל חבר ביד''ץ ירושלים, אדאווארי רב ז''ל ולהבחל''ח ר' געציל בערקאווויטש דומ''ץ ק''י, אין זייערע אנדערע סאטמארע דיינים אין מו''ץ וואס זענען שוין געווען אין אמט בעפאר די מחלוקה, אין אלע האבען קלאר געזאגט אז דער נבתע האט א דין פין א גביר אלים אין מ'מעג מוצא זיין די גזילה בערכעות וויבאלד יענער איז א טרוקענע מסרב,
דרך אגב, פאר די אלע מפשרים  אין דיינים וואס האבען פראבירט צו ברענגן די סיכסוך צו די''ת במשך הזמן האט מען אבער יא געוויזן די היתר בי''ד כדי צו קענען אפווענדן די טענה פין אין נזקקין, ווי צווישען אנדערע האט מען געצייגט די היתר פאר ווינע רב שליט''א בהסכמת ביידע צדדים, פאר רב ומח''ס ישראל והזמנים, הרב שווייד אין אזוי ווייטער (כ'מיין אז אויך פאר ר''י האגער), 
דאס אלעס האט גענומען גאר א לאנגע צייט פין עטליכע חדשים, דאכט זיך מיר אז ס'גווען כמעט א האלבע יאר, אין דאן איז צד מהר''א אריין אין געריכט פארלאנגענדיג א עיקול, פארשטייט זיך אז דא האט זיך די לחץ קעגן ביד''ץ בית יוסף פילפאכיג געדאפעלט אין געטריפעלט עס וואלט כדאי געווען אויב איינער קען ברענגן דער איד פין יענע פאר וואכען וואס פאר שארפער אין האסיגער קאמפיין עס איז דעמאלטס געפירטט געווארען קעגן צד מהר''א, ווי אויך האבען זיי אויפגעשטעלט זייערע דיינים אליין'ס מוחה צו זיין קעגן צד מהר''א אין דער בי''ד המזמין טראץ וואס זיי האבען פארלאנגט אז די זעלבע דיינים זאלען גאר זיין די דיינים אויף דעם סיכסוך מיט די טענה מופרכת פין תהליכות, און אין מאנטריאל האט מד מהרז''ל'ס דיין ג'פסקנט א שטוק צייט שפעטער אז מעקל צו זיין בערכעות דארף מען אפי' נישט קיין היתר בי''ד (דארט איז געווען א רעדע ווי צד מהרז''ל האט ניטעמאל פראבירט צו שיקן א הזמנה) 
אזוי איז אנגעגאנגען א שטוק צייט, צד מהר''א האט דעמאלטס געטוהן נאך פארשידענע פעולות צו פראברירן צו שליכטן די סיסכוך ביי די''ת, אבער ווי געזאגט האט מען קלאר געזעהן אז דער נתבע וויל ענדרש אז די סוכסוך זאל בלייבן אין ערכעות ווי זיי האבען טאקע ביזן סוף זיכער געמאכט אז צד מהר''א האט גארנישט געקענט צירוק טוישן (טראץ וואס דער ביה''ח אין דער נייע ביהמ''ד איז יא טיילווייז געלנוגען אבער כ'רעדט פין די אנדערע נכסים), אין וויבאלד צד מהר''א האט געזעהן אז זיי קומען נישט אן אין ערגעץ זענען זיי געגאנגען מיט א שטאפעל ווייטער אין קארט, ווען דער ביד''ץבית יוסף האט געזעהן אז צד מהר''א ניצט זיי מער נישט אין מ'גייט ווייטער אן זיי פרעגן, אין דרוק האבען זיי דאך באקומען אין גרויסען האבען זיי נאכגעגבן א בריוו פאר די נתבעים אז זיי זענען זיך מסלק פין די היתר ערכעות ווייל מ'האט געטוהן מער וויפיל זיי האבען געלאזט, (אויב געדענק איך האבען זיי אויך געשריבן אז אינעם עיקול האט מען אויך גערופן יעדן מוסד עקסטער ווי 82, מחנה רב טוב, אין אזוי ווייטער, אויף וואס מהר''א  האט גענטפרט אז אינעם הזמנה איז עס אויך געווען נכלל זייענדיג נכסי הקהל, נאר ביי די''ת דארף מען עס נישט שרייבן אין די הזמנה אבער אין געריכט פעלט עס יא אויס) זעלספארשטענדליך אז פאר צד מהר''א האט עס נישט אפעקטירט זיי האבען שוין פין פאראויס מפרסם געווען אז די היתר איז נישט געבויט אויף ביד''ץ בית יוסף אין זיי זענען אנגעגאנגען ע''פ הוראות דעם א''ד בי''ד זיך דורכשמיסענדיג מיט די א''ד גדולי הוראה, זיי האבען אפי' דאן געלאזט ווייטער לויפן אין דער בלאט א פאזעטיווע קאנטער ארטיקל באשרייבענדיג די ישיבת בית יוסף אין זייער ביד''ץ כדי אפצופרעגן אלע השמצות וואס צד מהרז''ל האט דאן מפרסם געווען נגדם, למעשה האט דאן צד מהרז''ל פראבירט צו ניצן דעם אויסרייד אז וויבאלד די בי''ד המזמין האט זיך מסלק געווען פינעם היתר ערכעות ע''כ קומט אטאמאטיש ארויף למפרע די היתר אויפן סירוב פין אין נזקקין, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז נישט קיין גערכעדטס ווייל קודם כל איז מען נישט געווען אנגעוויזן נאר אין זייער היתר, צווייטעןס ווען מ'איז אריין אין ערכעות האט מען זיי געהאט זייער היתר אויך, אין דריטענן'ס והעיקר, די הזמנה ווערט נישט אויס הזמנה ווייל די בי''ד איז זיך מסלק, די הזמנה איז א מציאות אויף וואס דער נתבע איז מסרב צו שטעלן צו די''ת עד היום הזה, אין ווי די רבינו הק' מסאטמער שרייבט איז דאס עוון חילול ד' אויפן מסרב, אין מיט דעם איז אוועקגעפאלען די גאנצע אין נזקקין, חוץ אויף די פורם'ס,
עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין איבער דעם ענין אבער מיין צייט ערלויבט עס נישט, אפשר אז צד מהר''א וועט אויך דינגען א שרייבער וועט ער אוודאי שטארק בארירען די נקודה מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2011 01:35 לינק ישיר 

די זאלי'ס שפילן כאילו זיי זענען די ערשטע דין תורה אויפן כדיר העולם
זיי דארפען אנערקענען, זיי זענען נישט די ערשטע דין תורה ביי כלל ישראל אין אויך די נישט די ערשטע מסרבים ר''ל

ווען יענער שיקט דיר א הזמנה, איז די הלכה אז דער 'נתבע' אויפן הזמנה דארפסט קומען צום בי''ד אין טאר נישט מסרב זיין
אז די ווילסט וועסטו ביים בי''ד וועסטו שוין זאגען וואס די פארלאנגסט אין וואס דיינע תנאים זענען
די טענות אין תנאים שרייבט מען נישט אין דער איד אדער אויף היידפארק דאס שלאגט מען פאר ביי די בי''ד
עמיצר וואס וויל דוקא זאגען זייער טענות אויף היידפארק איז א סימן אז ביי א בי''ד ''וויל ער דאס נישט זאגען'',

אע''כ קען ער דינגען ספינערס אין פעלטשערס וואס זאלען 24 שעה זיין פארנומען מיט אלע מינע געבעקסן אויף היידפארק און פארדרייען די טרוקענע מציאות
אבער פין קומען צו די''ת האלטן זיין דארט ווי זיי האבען געהאלטן ווען זיי האבען  באקומען די הזמנות

דאס איז די איינציגסיטע סיבה פארוואס זיי זענען שוין מסרב איבער 10 ליידער
אין די סיבה פארוואס די ווארט 'מסרב' קרענקט זיי ווי די היטל אויפן גנב'ס קאפ
נאר עס האט גענומען א שטיק צייט וואס אפי' זייער סימפאטיקער האבען אנגעהויבן כאפען די ליצנות פין די ווערטער תהליכות הקהילה אין די נאכפאלגענדע ליצנות'ער איז מען יעצט פארנומען צו בויען א פרישע ליצנות
אבער צו קיין בי''ד ווילן זיי נישט קומען

די ארונים האבען אויך געהאט גענוג אין נאך תנאים אין מהלכים וויאזוי די די''ת זאל געפירט ווערן אין ב''פ אדער אין ב''ב,
אין זיי האבען קיינמאל נישט גענומען אין באטראכט צו פאמפען דערמיט אין ניצן פאר תירוץ פאר סירוב לדין, אין דא רעדט מען נישט פין אזעלכע היפאקראטישע ליצנות ווי תהליכה הקהילה אד''ג
 אבער אין די מיניט וואס די זאלי'ס האבען זיך געמוזט ברעכן אין קומן צו בי''ד האבען זיי זיך אויף אלעם אויסגעטענה'ט ביי א בי''ד, אין די די''ת איז שוין לאנג אין קראפט

די טרוקענע מציאות פאטש אין פנים
אז דארט ווי די ארונים זענען די נתבעים זענען זיי פין די ערטשע מיניט גרייט געווען זיך צו שטלען צו די''ת אין האבען עס גאר קלאר פארלאנגט אין קארט אדער אין בג''ץ ווי מ'האט זיי ליידער תובע געווען
משא''כ דארט ווי די זאלי'ס זענען די נתבעים איז מען ביזי דינגען PR אפצוענטפרן פארוואס זיי זענען נישט קיין מסרבים, טראץ וואס זיי זאגען קלאר אז זיי ווילן צו קיין די''ת נישט קומען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2010 19:01 לינק ישיר 

היוצא לנו מכל אלו, קום מיר אלס צוריק צום ארגינעלן טענה וואס די אהרונישע קהלה טענה'ט שטענדיג אין זייערע אלע מודעות

דהיינו,

דא זענען דא 2 צדדים, יעדער האלט אז הדין עמו, יעדער צד האט גאר שטארקע נגיעות וואס נייגן זיין שכל צו פארשטיין אז זיין צד איז 100% גערעכט, אין דער צד שכנגדו נישט,

דאס איז נאטורליך, ס'איז אזוי זייט וועלט איז וועלט, ס'קיין שום עוולה נישט, יעדער האט א רעכט צו האלטן אז ער איז גערעכט,

וואס טוען סיוויליזירטע מענטשן וואס קענען פארשטיין, אז אפשר בין איך לעולם נישט גערעכט און די סיבה פארוואס איך האלט מיט אזא זיכערקייט אז הדין עמנו איז אפשר ווייל איך בין משוחד צו מיינע נגיעות, וואס טוט מען אין אזא פאל? מ'שטעלט זיך צו א דרויסענדיגע פאראנטווארטליכע בי"ד בלי שום חשש נטיעה ונגיעות, און אט דער בי"ד וועט פסק'ן ע"פ יושר,

דאס איז די אלף בית פון יעדן סיוויליזירטע געזעלשאפט,

למשל,

אויב איין צד האלט אז דא איז גילטיג "אין נזקקין" און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז א געוויסער פארשוין איז אויך א צד אין מוז אויך זיך משעבד זיין צום פסק און דער אנדערע האלט אז נישט
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז "תביעה נגדיות" מיינט אז מ'קען צווינגן צו כולל זיין אין די זעלבע דין תורה אנדערע נכסים, און דער אנדערע האלט אז נישט, נאר עס זאל באזונדער באהאנדלט ווערן,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז מ'מוז ארויפברענגן אדמור"ת וירושה און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,


אויב איין צד האלט אז "תובע הולך אחר הנתבע" מיינט אפי' א היסטארישע שונא צו דער צד שכנגד, אדער א בי"ד וואס האט געשריבן א "קשר בוגדים" מודעה, און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

דאס מיינט מ'זאל שטעלן א בי"ד וואס זאל זיך בלויז קאנצעטרירן אויף די אויווענדערמאטע טענות, אין איינמאל מ'שליכטעט די אלע הקדמות טענות, וועט מען דאן אנהויבן די דין תורה לויט די אנווייזונגען פון דעם בי"ד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2010 00:35 לינק ישיר 

חכם דו
אויף וועם ארבעט ער אויב נישט אויף זיינע אייגענע מענטשן וואס דארפן אפקויפן בלינדערהייט זיינע שקרים
ווען ער האלט ווען ביים גיין צו די''ת וואלט ער זיך די אלע טענות אויסגעטענה'ט ביי א בי''ד

זיי ווייסן דען נישט אז זייער גאנצע פשט'ליך מיט באבאוו -, וואס איז גענצליך אינו דומה צו סאטמאר קען ער ביים בי''ד נישט זאגען?
באבאוו האט נישט קיין שטאטוטן די גאנצע שייכות צו די קהילה איז דורך, קינדער אין די מוסדות, א זיץ אין ביהמ''ד, קומען צו טישן, וכדומה  
אין סאטמאר איז אלעס געבויט אויף שטאטוטן וואס דער רבי ז''ל האט אהערגעשטעלט מיט באצאלטע מעמבער'ס אין וועגן דעם וויל ער נישט הערן פין קיין די''ת..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2010 20:13 לינק ישיר 

סקאט זייער גיט געשריבן,
אגב, איך ווינדער מיך אבער אויב ס'איז נאך דא איינער ביי צד מהרז''ל וואס האלט אז זייער פירער איז באמת גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת אויף די נכסי קהל יטב לב, די אלע טענות וואס מ'ברענגט טעגליך ארויף איז די זעלבע געדאנק ווי די אפגערעגטע תהילכות הקהילה א שטייגער ווי זיבעלע'ס משל וואס כ'האב אויבן געברענגט, אין פארוואס טוט נישט וויי פאר די ערליכע פין זיי די געוואלדיגע חילול ש''ש, אתמהה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2010 06:03 לינק ישיר 

די טענות הזאלונים אבער די טעמע פון קרית יואל האלטן זיך אין איין טוישן יעדן טאג, אין ווי נאר איין טענה פאלט אוועק פארן זיי גלייך צים נעקסטן, מצידי האב איך נישט קיין פראבלעם צי מיטגיין מיט זייערע אלע פרישע תירוצים, ווייל איך קען באשטיין באמת צו וויסן וואס דער יסוד פון זייער טענות זענען,

קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט דעם המצאה אז נישט מער און נישט ווייניגער היות ר' זלמן לייב האט אסאך אנהענגער אין קרית יואל, קומט זיך פאר זיינע חסידים פון די נכסי הקהלה והמוסדות פראצענטועל, לויט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען דארט, אן קיין פארווען אן קיין פארוואס

פארשטייט זיך דער סברה איז זייער אינגיכן געפאלן אין שלאכט, ערקלערנדיג אז פראצענטן טיילט מען נאר ווען ביידע צדדים האבן עפעס א יסוד פאר זייער תביעה, נאכער קען מען מאכן א "פשרה" למען השלום, אבער משורת הדין, קען אזא טענה נישט לעבן קיין איין רגע,

איז מען געגאנגען צום נעקסטן טענה, אז זיי האבן יא לעולם א תביעה פאר קרית יואל, פארוואס? אדער ווייל ר' זלמן לייב איז תובע בשם געוויסע ראשי הקהלה וואס מ'האט 25 יאר צוריק ארויסגעווארפן, אדער אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא פון קרית יואל, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען,

לאמיר אנעמען אז רגלים לדבר, צו די אויוונדערמאנטע טענות, איך זעה נישט וויזוי, אבער לאמיר זאגן
for argument sake
, אז יא, מיינט דאך דאס אז קרית יואל איז כדאי לעצמו, אין ס'לגמרי נישט אנגעוויזן אין וומ"ב, לו יצויר אויב מאיזה סיבה וואלטן די אהרונים קיינמאל נישט תובע געווען וומ"ב, וואלטן די זאליס פונקט אזוי געקענט גובה זיין קרית צו צוליב טענת משה מאנרוער אדער צוליב טענת מרא דאתרא, נו אויב אזוי וואס געבט דיר רעכט צו משלב זיין די צוויי דין תורות אין מאכן איינס, דאס זענען דאך באזונדערע קהלות, באזונדערע מקומות, אנדערע מעמבערס, אנדערע טענות, אנדערע צדדים,
ממילא אויב האסטו א תביעה איבער קרית יואל ווער לאזט דיך נישט שיקן א הזמנה לדין תורה, און מ'וועט ביידע באזונדער דן זיין כדת וכדין

לאור הנ"ל, האט זיך נעכטן געטוישט דראסטיש די ניגון, אז נישט אז מ'האט בלויז "אויך" א תביעה אויף קרית יואל, נאר קרית יואל איז גאר איינס מיט וומ"ב, ס'איז ממש היני הך, די זעלבע ראשי הקהלה זענען בעה"ב אויף ביידע, די צדדים זענען די זעלבע, ס'ממש איין זאך, ממילא מוז קרית יואל אויך אריינגענומען ווערן אין די זעלבע נושא, ווייל מ'קען נישט דן זיין איבער נאר א חלק פון די זעלבע נכסים,

אויב דאס איז גאר די סברא, בין איך מער צימישט ווי בעפאר, און איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די מילער איז דא, וואס האבן די זאליס צו מורא האבן, אפי' די אהרונים זאלן נישט אינטערשרייבן אז מ'מוז אויך רעדן פון נכסי קרית יואל, וועט זיי עס ממילא גארנישט העלפן, צו זיי ווילן יא צו נישט איז עס אטאמאטיש אויפן טיש, ווייל ס'איז דאך איינס,

פונקט ווי איינער זאל רופן איינעם צו די"ת איבער א הויז, און די הויז האט א קאך, א שלאף-צימער א דיינונג רום א טוילעט אין א בעיסמענט, וועט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז אויב מ'זאל נישט ארויסשרייבן ברחל בתך אז אינעם דיון איז אויך נכלל די דיינינג רום, איז דער דיינינג רום דען אויסגעשלאסן? דאס איז אזאך וואס מ'דארף מיטאמאל פארלאנגען, ממילא אויב איז עס איינס, איז עס אטאמאטיש נכלל אין די דין תורה, צו די אהרונים ווילן צו נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 20:14 לינק ישיר 

דין תורה
דיין לעצטע תגובה ווייזט וואס פאר א שקרנים אין ספינערס מ'רעדט דא
מ'מאכט א מעשה אין מ'לייגט שוין א משל אויף דעם...

זיי ברענגן נאך א גאנצע ראי' אז קרית יואל מיז אטאמאטיש זיין אין די דיון
ווייל ר' דוד עקשטיין איז געווען אינטערגעשריבן אויף די הזמנה לדין תורה
אלא מאי... אין לויט דעם קומט דאך אויס איז יוסי בראך ראה''ק ווייל ער איז געווען אינטערגעשריבן אויף די TRO??
ווער ווייסט?

ווער עס געדענקט די מצב דעמאלטס, יעדער האט מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן,
די גרויזאמע טעראר מיט צענדליגע יארען עקספיריענס האט פלייסיג געארבעט, אין די פאר גבורים האבען גערעדט  בשם אלע ראה''ק,
פאר דעם מיינט נאכנישט אז זיי זענען די תובעים

די תובעים זענען די ראשי קהילה פין די ארונים אין די נתבעים זענען ראשי קהילה פין די זאליס, אין קיינער קען נישט איינטיילן פאר'ן תובע וואס זיינע טענות זאלען זיין אין ווער זיין נתבע זאל זיין
אין אויב וויל דער נתבע פאלאנגען א תנאי זאל ער עס טוהן ביים בי''ד

אויף היידפארק וועלן זיי קומען מיט אלע מיני שקרים, אבי נישט ביי א בי''ד!
אויב איז טאקע נאר קרית יואל די גאנצע פראבלעם פארוואס זאגסטו עס נישט פאר בי''ד?
פארוואס אין ב''ב אדער אין ב''פ האבען עס די ארונים נישט געקענט טענה'ן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2010 02:00 לינק ישיר 

אין מהרזל''ס פארום ברענגן ביידע צדדים אראפ א משל צו בארכטיגן זייער צד, אין וועל ברענגן ביידע טרוקענערהייט וירא הקהל וישפוט, וועלכע עס איז דומה לנידן דידן און וועלכע עס איז פשוט נישט אמת

 אויששש
בערל האט געהאט א גרויסע געשעפט אויף דיוויזשאן עוו. און יענקל איז געקומען און איהם ארויסגעשליידערט מיט די געוואלד, בערל האט איהם כדרכה של תורה געשיקט א הזמנה צו די"ת און יענקל האט זיך משתמט געווען מיט פארשידענע תירוצים, בערל האט בלית ברירה ובהיתר ב"ד געקלאגט דעם יענקל אין געריכט, און נאך מערערע הירונגען און אורטיילן פון נידעריגע און העכערע געריכטן האט די געריכט באשלאסן אז די סכסוך צווישן בערל און יענקל געהערט צו דין-תורה.
יענקל זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה ער מוז זיך שטעלן צו א די"ת און אונטערשרייבן שטרי בירורין, האט ער אויסגעטראפן א געדאנק: ער פאדערט אז בערל זאל ביי די שטרי בירורין אויך אריינרעכענען זיין לאקאל אויפן 13 עוו. און זיין לאקאל אינעם שאפינג סענטער.
בערל ווי פארשטענדליך זאגט איהם בלא, דו האסט עפעס געהאט א דין ודברים מיט מיר איבער די אנדערע געשעפטן, אויב יא רוף מיך צו די"ת און איך וועל מיך אוודאי צושטעלן.
איז ווער איז דער וואס וויל נישט קיין דין תורה ? ............... אוודאי בערל
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן

 
zibala
מעכיל האט געהאט א קייט פון געשעפטן אויסגעשפרייט בכל אתר ואתר,
מעכיל האט געהאט צוויי קינדער מיט מערערע מענעדשערס,
איינטאג האט מעכיל ארויסגעשליידערט מענעדשער בערי, און הייסט אז נאר יענקל מיט זיינע געהילפן זאלען ראנען די געשעפטן,
בערי איז דאך נישט קיין נאר, מיטן הילף פון א זוהן פון מעכיל באפעסטיגט ער זיך אין איינע פונן די צווייגן פונעם געשעפט, און שרייט ארויס מיט א הויכהילכער אין מיט א מאביל קאמענד סענטער אז איך בין נאך אלץ דא,
ס'שטעלט זיך נישט אפ דא נאר ער רופט צו דין תורה און ווען ער קען נישט ברענגן שט"ב לויפט ער און קארט, ווען דער ריכטער שיקט צו דין תורה שרייטער איך גיי נאר דן זיין אויף דארט ווי איך האב נישט געקענט צוכאפן פון מעכיל דארט ווי איך בין פעסט באפעסטיגט אין געהיידשקעט דעם געשעפט שפיל איך נישט,
איז ווער איז דער געווינער ביים דין תורה???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 21:53 לינק ישיר 

איך זעה מיטאמאל א סברה רחוקה וויזוי מ'זאל קענען אפי' בדוחק גדול מדמה זיין דעם צעטיל אהער, ס'מיטאמאל גוט פאר א דשאוק, דארט האט א יחיד געהאט א טענה קעגן א געוויסע תקנה רוחניות פון די קהלה, קומסטו עס מדמה זיין צו א מאסיווער דיני ממנות תביעה פון "ווער איז" קהל יטב לב,

דאס איז איין זאך וואס איך באוואונדער שטארק די זאליס, זיי האבן עפעס א אויסערגעווענליכע NERVE, העזה, חוצפה, איך וואלט קיינמאל און מיין לעבן נישט געהאט די האָזע צו זאגן אן קיין שום בושה, אז א געשוואוירענער דיין, אדער אזא איינער ווי יצחק מאנדל צו יצחק שטיין זאל מחליט זיין ווער עס זאל זיין דער בעה"ב פון נכסים ווערד אהאלב ביליאן דאלאר,

טראכטס באמת אריין, לויט די זאלויניס וואלט נישט מער אין נישט ווייניגער נישט קיין אנדערער ווי יצחק מאנדל געזאלט זיין דער וואס זאל פירן די גרעסטע אין האקעלסטע דין תורה בימינו, אפי' ווען ער איז ווען נישט קיין געשוואוירענע שונא פון ר' אהרן וואלט עס געווען א אומפאראנטווארטליכקייט, קענענדיג זיין קריאזע כאראקטער, עאחכו"כ אז ער איז גאר דער שיינער איד פון זייער קהלה אין מונרו,

אין באבוב איז ידוע איז דער דיין רב טויבער אנגעשלאסן צי צד רב"צ, דארט האט צד רב"צ קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו פארלאנגן אז רב טויבער זאל זיין דער דיין, פאר איין סיבה, ס'האט גארנישט מיט זייער צידקות, פשוט ווייל זיי האבן פשוט נישט דו סארט האזע ווי די זאליס, זיי זענען נארמאלע מענטשן, צו פארלאנגען אזא זאך דארף מען זיין זייער עראגענט און מאפיאנעריש,

די זעלבע איז מיט אהרן וועלץ, ער וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן אז דער רב ר' בעריש מייזליש, זאל דן זיין דער סיכסוך, נאר ווי געשמיסט, ס'האט גארנישט מיט קיין צידקות פון אהרן וועלץ, ס'פשוט, העזה, חוצפה, nerve,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 21:24 לינק ישיר 

היראים כתב:
האט איר שוין אמאל געזעהן א דין תורה ווי דער נתבע איז פארנומען אויספויקן זיינע תנאים אויף היידפארק?

קומטס נאר צו א בית דין
אין לייג פאר ביי א בי''ד דיין גאנצע ליסט מיט טענות, תביעות, תנאים, אמתלאות, כו'
אין זאל די בי''ד זאגען וויאזוי ס'איז אויסגעהאלטן צו פירן א די''ת אין וואסערע רעכטן א תובע אדער א נתבע האט

דאס אז ער טוט עס אויף היידפארק אדער אין זיין צייטונג ווייזט קלאר ''אז ביי א בי''ד וויל ער עס נישט אויסשמיעסן''
ווייל ער וויל פין דעם ווארט בי''ד נישט הערן, והא ראי' איבעראל ווי ער איז יא ביי א בי''ד איז עס ווי מ'האט אים געצווינגען.
ער וועט פארקויפן אלע מינע לאקשען וואס איז פינקט גיט פאר היידפארק אבי ביי א בי''ד נישט אנקומען

הלוואי זאלען זיי זיך אזוי ארימיטשען צו טרעפן א היתר פארן גיין אין קארט ווי צו טרעפן א היתר אויף די סירוב לדין..


אויף וואס איז דא זיך צו טענה'ן 
די ראה''ק האבען דאך מציע געווען זייער א גלייכע זאך פאר די זאלי'ס
קומט צו א בי''ד של זבל''א אין שרייבט אינטער ש''ב, אין לאמיר בלויז דן זיין אויף די אופני הדיון מיט אלע מיט טענות, תביעות, תנאים, אמתלאות, כו'
אויב בי''ד וועט זאגען אז ע''פ הלכה קענען ענק פארלאנגן תהליכה הקהילה מיט אלע ענקערע אנדערע טענות, דאן וועלן זיך די ראה''ק צושטעלן גלייך, פארוואס האט איר מורא פין דעם אפשען

קום צו א בי''ד ויקוב הדין את ההר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 20:51 לינק ישיר 

איך זעה אז איינער ברענגט אינעם אנדערן פארום א בריוו ווי מהר''א שרייבט די טענה אז מ'דארף גיין די אייגענע דיינים ביי א סיכסוך פין עמיצן מיט די מוסדות, אזווי מ'האט מיר צוגענומען רשות כתיבה פין יענע פארום וועל איך דא ענטפרן,
וואס דעמאלטס איז געווען ווייס איך נישט, אבער מ'קען אינגאנצען נישט מדמה זיין די יעצטיגע פאל ווען די עצם דיון איז ווער איז ''קהל יטב לב'' משא''כ דארט איז די דיון געווען איבער איינעם וואס האט א סיכסוך מיט די מוסדות, אין עס איז זעלבסט פארשענדליך אז צו זאגען אז די דיינים זאלען קענען אליין'ס פסקנ'ן ווער זייערע בעלי בתים זענען אין ווער זייער ראש הקהילה זענען, דאס איז מופרך מעיקרה, פינקט ווי צד מהר''א האט עס נישט געקענט פארלאנגן אין בני ברק אדער אין ב''פ.
אין נאך מער, דארט ניצט מען בכלל נישט די טענה פין תהליכה הקהילה, דארט טענה'ט פשוט דער נתבע, התובע הולך אחר הנתבע אין ער שלאגט אים פאר דעם בי''ד וואס אים איז ניחא, אין לכאורה אויב וואלט דער תובע פארלאנגט זבל''א וואלט דער נתבע מסכים געווען פינקט ווי ביי די סיכסוך פין נ' בראך ווי ער האט גענפרט אז ער וויל נישט דייני הקהילה האט מען אים געגבן די ברירה פין זבל''א,
והעיקר, די דיינים וואס צד מהרז''ל פארלאנגן האבען שוין קלאר געזאגט זייער מיינוג בכתב שלא בפני בע''ד אן אפי' אויסהערן צד מהר''א, אין וויאזוי קענען זיי להלכה נאך זיין דיינים אין דעם דיון?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext