בית פורומים כל העולם כולו

אנטוישינג ביי די מוסרים, פרישע מסירות דורכגעפאלען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2010 00:40 לינק ישיר 
אנטוישינג ביי די מוסרים, פרישע מסירות דורכגעפאלען

פאריגע וואך האבען די זאליס זיך נישט געשעמט עפנעטליך צו אנאנסירן זייער שמחה אין ליכט פין 2 אנגעבליכע באזינדערע ארעסטן פין היימישע יודן

די ערשטע איז געווען ווען ר' ד''פ איז באשילדיגט געווארען דורך א UPS דרייווער אין אנגעקלאגט געווארען פאר'ן גנב'נען באקסעס
די צווייטע איז געווען ווען א מסור י''וו האט ג'מסרט עטליכע בחורים מיט די טענה אז זיי האבען עובר געווען אויף טרעספעסינג
(עס זענען געווען נאך עטליכע מסירה פראווען, אבער דארט האט די פאליציי ניטעמאל געלייגט קיין אכט אויף זייער זינלאזע נאנסענס)

די מענטשן ביי וועלכע מסירה אין ערכעות אין ליידער א מצוה וואס מ'איז מקיים ממש וועכענטליך
האבען זיך ניטעמאל געשעמט צו ליארמען מיט אפענע נצחונות ביי אזא אקט בבחינות ישראל כשהן יורדין
די שנאה והסתה מיט וואס זיי ווערן געהעצט פין קינדווייז אן אין חדר און אין ישיבה, ספעציעל אין ישיבה גדולה דורך נישט קיין אנדערער ווי דער אפיציעלער מנהל נ''ב דערקענט זיך גיט אין די שפעטערע יארען
ווען די שנאה פירט זיי בלינדערהייט צו אזעכלע נידריגע שטאפלעך

אבער ב''ה זייער שמחה איז שנעל צושטערט געווארען
ווען ר' ד''פ איז קורץ נאכדעם באפרייט געווארען פין אלע קלאגעס אין דער דרייווער איז געווארען סוספענדירט פארן מאכען איבריגע שברי לב, אין פאר'ן שטערן די טרעפיק וואס האט געפירט צו די סוטמאכע
דער UPS דרייווער האט געבלאקט די טרעפיק אין קרית יואל ערב שב''ק אויף פארעסט רד', אין די דרייווערס וואס זענען געשטאנען א לענגערע צייט אין טרעפיק האבען אנגעהויבן אויספאקען אלע באקסעס כדי צו יאגען דעם דרייווער, וועלכע איז אריין אין כעס אין האט גערופן פאליציי אין געמאכט א גאנצע קעיס
אבער ר' ד''פ'ס אימשילד איז גרינג אויפגעוויזען געווארען אין ווי געשריבן אז ער באפרייט פין אלע קלאגעס אין דער דרייווער וועט לכאורה דורכגיין א אויספארשונג.
(עס איז כדי צו באמערקן אז דער UPS דרייווער האט קודם געניצט א עדות פין א גוישע קאר סערוויס דרייווער קעגן דעם יונגערמאן, ווער עס ווייסט ווער די קאמפעני איז זאל ביטע שרייבן, ווייל ווען נישט די ווידיא'ס וואלט יענער דרייווער'ס עדות געווארען אנגענומען)

אין דער בחור וואס דער מסור האט געוואלט ארעסטירן איז ארויסגעלאזט געווארען א גאס ארויפציר פין פאליציי קאר אן קיין שום פראבלמען
ווען דער מסור פראבירט נאך אימערפאלגרייך צו זיכען נאך קרבנות צו שטולן זיין דארשט

חסדי ד' כי לא תמנו
זאל דער אייבושטער ווייטער העלפן אז די מוסרים זאלען נישט האבען קיין שום שליטה שאדען צו מאכען פאר קיין שום יוד
וילמדו תועים בינה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנטוישינג ביי די מוסרים, פרישע מסירות דורכגעפאלען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext