בית פורומים כל העולם כולו

ווער איז די גבר אלים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2010 04:08 לינק ישיר 
ווער איז די גבר אלים?

    יארן ציריק זענען געווען צוויי ברידערס (שווערע עקשנים), ראשי קהלות אין צוויי באזינדערע שטעט, ויהי היום האט אויסגעבראכן א געלט מחלוקה ציווישן די צוויי, איז יעדער געלאפן צו זיין רב ארויסצונעמן א היתר הליכה לערכאות, ווייל די צווייטע איז א גבר אלים. ס'איז דורך א שטיק צייט האבן זיך די צוויי רבנים געטראפן ביי אן אסיפת הרבנים, האבן זיי מפלפל געווען ווער ס'איז די גבר אלים, האט זיך א דריטע רב אנגעריפען, ביז יעצט זענט עטס ביידע געווען גערעכט, אבער איצט לאמיר דא ווערן א בית דין מיט שווארצע לעכט און א שופר, און מיט איין קליינע בלאז וועלן זיי ביידע קומען צולויפן ווי פחדים'דיקע מייזלעך.


לענינינו נאך די צוויטע וועלט מלחמה זענען אונזערע זיידעס פון גאנץ אייראפא(אונגערן, פוילן, רוסלאנד,אויברלאנד אד''ג),  געקומן קיין אמעריקע שבור ורצוץ נאכן פארלירן גאנצטע משפחות און שטעט, האבן זיי געוואלט נאכאמאל איופשטעלן דורות להשם ולתורתו, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צום הייליגן סאטמארע רב זצוק''ל, וואס האט אויפגעשטעלט א קהילה אן קיין שייכת מיט קיין חסידות אדער גזע (נאר צוויי זאכן זיין ביהמ''ד האט ער גערופן ייטב לב און מ'האט געמאכט א סיום ביי זיין טאטע'ס יארצייט), זיין איינציגסטע ציל איז געווען נאר אופצושטעלן פרישע דורות, ערליכע אידן וואס זאלן זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה, ווי אידן מדור הקודמים האבן געפירט.

 

לאחר פטירתו האבן די ראשי הקהילה אפגעמאכט, אז אזוי ווי די רבי ז''ל האט נישט איברגעלאזט קיין קינדער אדער א תלמוד וואס איז ראי' איברצונעמן זיין פלאץ, זאל מען אויפנעמען ב''א די ברך משה ז''ל פאר רב ד'קהלות סאטמאר, דריי יאר שפעטער האט ער אויפגענומען זיין זין מהר''א, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין קרית יואל, און ווי ס'האט אוסגעקוקט איז אז, ער מאכט אים די "קרוין פרינץ", אזוי איז דורך בערך 15 יאר ביז תש''ס, ווען ער האט אויפגענומען זיין אינגערע זין מהרז''ל, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין וויליאמסבורג (צו ווייל ער האט געזען אז מהר''א האט זיך צושלאגן מיט א גרויסע עולם און מיט אסאך רבנים, אדער אז משה פריעדמאן מיט זריעל האבן אים פאדרייט די קאפ איז יעצט נישט נוגע), וואס דאס האט יעדער פארשטאנען די פאקט, אז סאטמאר וועט זיך צוטיילן אין צוויי, וואס וועט באמת גוט זיין פאר ביידע, די זלונים וועלן נישט מער ליידן פון מהר''א, און די ארונים וועלן מער נישט ליידן פון מתנגדים  און שונאים, און מהר''א וועט קענען פירען זיין קהילה אזוי ווי ער וויל.


האט זיך אנגעהויבן א פרשה וואס הייסט ריעל עסטעיט, דאס מיינט ווער וועט באקומען די בילדינגס וואס די קהלת סאטמר האט געקויפט, אדער חברי הקהילה האבן מנדב געווען אין משך פון פיפציג יאר, האבן די ארונים גערופען די זלונים צו דין תורה אויף די בילדינגס אין וויליאמסבורג, האבן זיי גאזאגט אז זיי זענען גרייט אונטער צו שרייבן שטרי בוררין, אויב מ'וועט דן זיין אויף אלע בילדינגס פון די קהילה בכל מקום שהם, ווי בארא פארק און קרית יואל וכדומה, למעשה האבן יעצט ביידע התירים און די קהלות סאטמר איז ליידער אין ערכאות.

שטעלט זיך יעצט א פראגע, סוף כל סוף איז סאטמאר צוטיילט אויף צוויי, און קיינער וויל נישט האבן קיין שייכות מיטן צווייטן, וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'דארף זיך צוטיילן מיט די פארמעגענס, איז דען נישט דא קיין קלוגע בעלי בתים, סוחרים, בני תורה און בילדינג שאצערס אין די קהלות, איז דען נישט דא אין כלל ישראל דיינים, לויערס וואס זאלן זיין די שליש, האט טאקע די תורה און שכל הישר דערגרייכט נאר ביז סאטמאר, רח''ל. איצט ווען די רבי'ס וועלן זיך צוטיילען זייער פריוואטע ירושות, וועלן זיי אוודאי נישט גיין לערכאות, און ווען די ראשי הקהילה האבן א פריוואטע געלט סכסוך, גייען זיי נישט לערכאות, דאן פארוואס ביי נכסי הקהילה גייט מען אין ערכאות רח''ל.

 נאר די תירוץ איז גבר אלים, יעדער האט מורא אז די אנדערע פארטיי וועט אים אויסשפילן, קומט אויס אז יעדר וואס איז א חבר אין איינע פון די פארטיי, האט א חלק די גבר אלים, און ווער נאך ווי מיר תלמידי רביה''ק פארשטייען, אז אויב מ'וועלט און מאיז א חבר, איז מען ממש א חלק אין די זאך.

 

ממילא ווילן מיר דא בעטן יעדעם איינעם פון די ביידע קהלות,  וואס אונזערע זיידעס זענען נאכגעגאנגען רביה''ק ז''ל במדבר בארץ לא זרועה (ווען סאטמאר איז געווען אפגעפרעגט ביי יעדן סיי ביי די פרייע וועלט און סיי ביי די פרומע וועלט), נישט ווייל זיי זענען געווען סיגוט'ע חסידים אדער אנדערע אינטערעסען, נאר ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה,  זאלן איוסשרייען אז מיר ווילען זיך צוטיילען מיט אלע נכסי הקהילה לויט די תורה הקדושה און נישט לויט די ערכאות של עכו''ם.


(שטעלט אייך פאר ווען די צוויי רבי'ס וועלן אלט ווערען לאיו''ש, זיי וועלן שלום מאכן(ווי ווישניטץ) וועלען אינזער אייניקלעך טאנצען אויף די פארענטשעס, ''הנה מה טוב שבת אחים גם יחד'', און מיר וועלען בלייבען מיט די פלעק פון ערכאות לעולם ועד)  





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 21:08 לינק ישיר 

דו ווייסט טאקע נישט קיין חילוק פון די באבובע מחלוקה צו די סאטמארע?

אין באבוב איז אנטשטאנען א מחלוקה ווער דער יורש איז. זייער א פארשטענדליכע מחלוקה, און די גאנצע מחלוקה באשטייט אויף דעם, ווער דער יורש איז (אן קיינע מענטשן פלייש הונגעריגע).

אין סאטמאר איז אנטשאנען א מחלוקה פון עפעס אנדערש: מענטשן האבן ארויסגעטרעטן קעגן דעם יורש. פינטל. גארנישט מער, זיי האבן נישט געהאט א טענה אז די רבנות קומט פאר א צווייטן, וואס אין אזא פאל ווילסטו אז די ראשי קהילה זאלן טיילן מתנות פאר זיי, ניין, זיי האבן געהאט און האבן נאך ביז היינט איין ציהל, צו צוברעכן די כח ההנהגה. און זיי זאגן דאס אפן ארויס, זיי שעמען זיך נישט מיט זייער ציהל, נאכן דאס פארהייליגן ווי א דשיהאד ברשות התורה.

אין איין ווארט: באבוב האט זיך "צעטיילט", צוליב א מחלוקה ווער עס איז דער יורש, און א יחלוקו קען אלעס סעטלען.

סאטמאר האט געהאט א "אויפשטאנד", צוליב די שלעכטע מדות פון געוויסע בלוט זויגער, און א יחלוקו איז קיינעמ'ס ציהל  נישט, און קען גארנישט סעטלען.

אלזא, פארוואס סתם שענקען מתנות פאר מיינע בלוט זויגערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 20:51 לינק ישיר 

FiveBoro

פיין געזאגט, אבער זיי מסביר (חוץ לערכאות), פארוואס איז דיין רבינו הגה"ק שליט"א אדערשט ווי באבוב'ס אדער וויזניץ'ס רבינו הגה"ק שליט"א?  פארוואס איז דיין מענטשן וועלכע זענען הונגעריג נאך א שטיקל מענטשן פלייש,
אדערשט ווי באבוב'ס אדער וויזניץ'ס מענטשן וועלכע זענען הונגעריג נאך א שטיקל מענטשן פלייש? אז מ'קען זיך צוטיילען אין אנדערע פלעצער, קען מען זיך מפשר זיין אויך אין סאטמאר שלא בערכאות.

 
אז מענטשן וועלכע זענען הונגעריג נאך א שטיקל מענטשן פלייש האבען געקענט אפטיילען בערך האלב  סאטמאר פון דיין רבין, איז אפשר א חידה סתומה, אבער א פאקט, און מ'דארף זיך רעכענען דערמיט, און ארויסגיין פון ערכאות און זיך מפשר זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 20:21 לינק ישיר 

דו ווילסט איך זאל ענטפערן יעדע זאך מער ווי איין מאל? דערווייל בין איך נאך מסכים.

סאטמאר האט זיך נישט צוטיילט. סאטמאר האט באקומען שונאים פון אינעווייניג, וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט די הנהגה. אט די וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט האבן געהאט די ברירה צו גרינדן א אייגענעם חסידות אדער קהילה כאוות נפשם, אבער נישט דאס האבן זיי געוואלט. זיי האבן דוקא געוואלט זיין אינעווייניג און צוברעכן וואס מען קען. צו איז זיך זיי געקומען דערפאר בנינים? וואס האלט איר?...

און נאכאמאל צום עיקר: צוטיילן בנינים גייט נישט אפשטעלן די מחלוקה אין סטמאר. חלום'ט נישט. די מענטשן וועלכע זענען נתחנך געווארן אז אידישקייט מיינט פיינט האבן אידן, און אז רעדן און גלייבן און פרעדיגן לשון הרע אויף ערליכע אידן איז א מצות עשה דאורייתא, די מענטשן וועלכע זענען הונגעריג נאך א שטיקל מענטשן פלייש, זיי האבן געצאפט דאס בלוט פון רויזעלע הי"ד, זיי האבן געצאפט דאס בלוט פונעם ברך משה ז"ל הי"ד, און זיי וועלן ווייטער צאפן דאס בלוט [אויב ס'איז נאך דא וואס] פון רבינו הגה"ק שליט"א, אן קיין שום אפשטעל, ביז ווען משיח צדקינו וועט אונז אויסלייזן בקרוב פון דעם עולם השקר.

דעריבער בין איך נישט עומד על דעתך וואס דו ווילסט מיטן פארלאנגען מיר זאלן אוועקגעבן 'אונזערע' בנינים פאר אונזערע בלוט זויגער.

איין זאך וואס איך קען טראכטן אז דיין מחשבה איז, איז דאס אז פארקטיש עפ"י שכל פארשטייסטו, אז ווען צוויי אידן האבן בשותפות צוויי הייזער, יעדער וואוינט אין איינס, אבער עס איז ביידנס בשותפות, און זיי צוקריגן זיך, איז עפ"י שכל אז יעדער קריגט איינס, ווייל פארוואס זאל איינער האבן צוויי דירות און איינער בלייבן אן א דאך איבערן קאפ. אויב דאס מיינסטו, האב איך אייך נייעס: אלע בנינים פון וויליאמסבורג וועלן ווערן אנגעפולט גענצליך ביז די ברעגעס, אין די טאג וואס מיר קריגן דאס! עס וועט נישט בלייבן קיין איין ליידיגער בנין, אין קעגנזאץ צו וואס יעצט, לדוגמה, שטייט דער בנין הביהמ"ד החדש שוין יארן אויפן זעלבן שטאפל, צוליב וואס די זאלונים ווייסן נישט וואס זיי וועלן טאן מיט אזא גרויסן ביהמ"ד..., אלזא, עס רעדט זיך נישט פון בנינים וועלכע דעקן די געברויך פון ביידע צוזאמען, אז מען זאל זאגן אז יעדער זאל נאכגעבן פאר יענעם דאס וואס ער ברויך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 20:13 לינק ישיר 

Outspoken
כ'ווייס נישט וואס דיין ציהל דא איז
די שטעלסט אזוי  אראפ א נייטראלע איבערזיכט
ווען אין זשיגאן פארום ביזטו מגלה אז די ביזט א פשוט'ע עקסטרעמע אראבישע לייטנער חסיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 19:48 לינק ישיר 

1) איך רעד נישט ווען די רבנים זענען מתיר, איך רעד ווען מען גייט אן קיין שום היתר, א שטייגער ווי ביי די ביה"ח, וואו די זאלונים האבן געעפנט א שפאגל נייעם קעיס (אדער עטליכע), אן קיין שום זמנה לדי"ת.

ס'איז דא א (א''ג) היתר ביי די ביה"ח, ווען מ'האט דאס מברר געווען, פארדעם אדער נאכדעם ווייס איך נישט.


2) ווידעראמאל: וואס איז די סיבה פארוואס דו קלערסט אז מען זאל צוטיילן די סאטמארע נכסים פון איבער די וועלט?.

די סיבה איז פשוט, א סאטמאר האט זיך צוטיילט אויף צוויי, זאגט יושר אז ביידע זאלען באקומען, פונקט ווי באבוב און אנדערע חסידות, דאס איז מיין סברה, ווילסט וויסן אנדער סברות לייען איבער וואס אנדערע האבן געשריבן, ווער ס'איזגערעכט קען מען זיך טענה'ן פאר נאך עלף יאר (אין ערכאות), ווען וועלט איז וועלט וואלטן די חברי הקהילת סאטמאר אויסגעשריגען,  מ'רעדט יעצט נאר פון ריעל עסטיעט לאמיר נעמען די גאנצע פעקעל, און אויף איינמאל אלעס מברר זיין און מפשר זיין ושלום על ישראל, און ארויס גיין פון ערכאות וואס איז מבזה רביה''ק ז''ל באופן נורא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 00:26 לינק ישיר 

צירוק צום ענין
פייוו בארא האט לכאורה זייער גיט גענפרט פאר די געמאכטע תמימות

לאז מיך ביטע זיך אריינגנבנן אין דיין דירה אין נאכדעם וועל איך דיר בעטן צו מאכען א פשרה אין מיך לאזען ציטיילן
ד''ה נישט גענוג וואס די גנב'סט איין דירה ווילסטו מאכען א פשרה צו אלע מיינע הייזער
אבער פון די''ת ווילסטו ניטעמאל הערן....

די נכסים פין סאטמאר באלאנגט פאר קהל וועלכע ווערט געפירט דורך די שטאטוטן וואס רביה''ק ז''ל האט מאשר געווען
אין קהל האט נישט די רעכט צו מוותר זיין אויף קיין שום נכסים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 23:38 לינק ישיר 

עס איז דא לענצטענס א נייע גבר עלים על כל פנים ער וויל זיין א נעפיא פינעם נערווען קראנקען בעל הצלת יוסף א זין פינעם שארער פין אלט באקאנטיגע טרוידיגען פירער פין די עסקנים ווער עס געדעינקט עס נאך בכלל מיט ראבינאוויטש א זין פינעם בויער פין וויליאמסבורג וואס קאלן אן טערזירען עלטערן פין בחורים אויפען העכסטען אים איידלסטע אופען אויפן חנוך וואס זיי האבער באקומען אין די זישיגאן קאליזש אלזא וויל מיר אך מודיא זיין עטס זאלטס פרעיגן באלאד ווי אזוי די ווידיא קאסטע האט אים געשמעקט אז עטס וועטס נישט אויפהערן מיט ענקרע שמיצגע מעשים וועיט ריזאלטס נישט שפעיטיגען צו קומען ימים ידברו!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/12/2010 23:02 לינק ישיר 

1) איך רעד נישט ווען די רבנים זענען מתיר, איך רעד ווען מען גייט אן קיין שום היתר, א שטייגער ווי ביי די ביה"ח, וואו די זאלונים האבן געעפנט א שפאגל נייעם קעיס (אדער עטליכע), אן קיין שום זמנה לדי"ת.

2) ווידעראמאל: וואס איז די סיבה פארוואס דו קלערסט אז מען זאל צוטיילן די סאטמארע נכסים פון איבער די וועלט?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 21:29 לינק ישיר 

FiveBoro

    איך זיטץ נישט מיט די  רבי'ס און דיינים, פון ביידע זייטן, ווען זיי זענען מברר די התירים,נאר איך געב זיי די 
benefit of the doubt' אז זיי זענען עס מברר, מיין עיקר פונקט איז, אז די עיקר היתר איז געבויט, אז די אנדערע זענען די ''גבר אלים'' וואס וויל זיך נישט צושטעלען, דעריבער לאמיר אלע (בני הקהילה פון ביידע זייטן)אויסשרייען אז מיר ווילען זיך יא צוטיילען אלע נכסים פון סאטמאר לויט'ן דרך התוה''ק, אפשר וועלען עס די הויעכע פענסטערס דערהערען.
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 18:46 לינק ישיר 

outspoken כתב:

FiveBoro

 לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן וואס איך זאג, סאיז נישט קיין חילוק צו די רופסט די תביעות  שטאטוטן, ירושת הרבנות אדער אנדערע נעמען מיין תגובה איז בכלל נישט געצילט אויף די צוויי רבי'ס און דיינים שליט''א, וואס זיצן און זענען דן אויף יעדע 'מאושען' און 'אפיל' צו מ'קען טרעפן א היתר,

דו ווייסט פאר א פאקט אז מען איז דן דערין יעדעס מאל? און ביז מען טרעפט נישט דעם היתר בלייבט די זאך שטיין? איך מיין אז ביי די ביה"ח קלאגע איז די א"ג היתר געקומען א שטיק צייט נאכן עפענען די קלאגע, פרעגט אייך נאך.

מיין טענה איז אויף די טויזינטער חברי הקהילה, וואס נאך צען יאר וואס  מ'איז אפגעטיילט און מ'האט שוין נישט קיין שייכות איינער מיט'ן צווייטען (נאר מיטן טרייבן ליצנותא דע''ז איינער אויפן אנדערע אין דער איד, בלאט, הייד פארק ועוד), פארוואס זענען זיי נישט מקיים 'הרימי כשופר קולך' און  שרייען אז ''גענוג איז גענוג'', נוצט נישט 'אונז' פאר אייער התירים, יעדער בר שכל פארשטייט אז ס'דא א וועג זיך צוטיילן אויסערן קארט ווי ערליכע אידן.

ערשטנס, מ'איז שוין אפגעטיילט בערך 30 יאר, נישט 10, און די סיבה פונעם אפגעטיילטקיט איז נישט "קארט" און נישט "ריעל עסטעיט", די סיבה איז יעדע שטיק צייט עפעס אנדערש, אמאל איז עס א טעוועלע, אמאל איז עס וויזניץ, אמאל איז עס שערי חמלה, אמאל איז עס בנין ויואל מש"ה, אמאל איז עס קאטשקעס, אמאל איז עס חמצדיגע אריזאנע ווייץ, און אמאל איז עס קארט אויך.

אלזא, אויב דיין ציהל איז "גענוג איז גענוג", דו ווילסט אפשטעלן די "ליצונתא דע"ז" פון ביידע זייטן, זאלסטו וויסן אז "בני קרח לא מתו". עס וועט דיר גארנישט העלפן. קענסט צוטיילן די בנינים, קענסט ארויסנעמען אלע קארט קלאגעס, קענסט אויסרייסן אריזאנע ווייץ, קענסט פארשפארן די סקול דיסטריקט, קענסט אויפנעמען ר' יוסל אשכנזי ע"ה אלס ממלא מקום, גארנישט גארנישט וועט נישט טוישן די איינגעבאקענע שנאה וואס ליגט ביי די הערצעלעך פון די שונאים וואס רבינו שליט"א האט בירושה פון זיין פאטער, וואס ביי זיי איז השנאה מקלקלת את השורה אויף א מאסשטאבליכן פארנעם.

( די תירוץ ''רבינו שליט''א'' איז אפשר א תירוץ פאר אנדערע חסידות ווי בעלזא, סקווער וכדומה אבער נישט פאר תלמידי רבה''ק ז''ל)

לא זכיני להבין דבריו

אין די אנהייב יארן, ווען א ראש הקהל אין אמעריקע איז נישט געפאלן אן הלכה פון שלחן ערוך, פלעגט ער שרייען מ'זאל נישט איינפירען קיין סאטמארע מנהגים, ווען מ'פלעגט דאס דערציילען פארן רבין ז''ל, פלעגט זיין פנים אויפשיינען אויף וואס סאטמאר פרעזענטירט, אבער היינט יעדר שמויגער וואס גייט אין ערכאות שלא ברשות בית דין, ווייזט ער אן אויף סאטמאר

אמאל האט זיך א אידיש קינד נישט געטרויעט צו זיין א מסרב לדין תורה, היינט איז דאס ליידער א אפטע ערשיינונג, נאך וואס מען האט אויסגערופן פאר די וועלט אז מקען טרייבן ליצנות פון א הזמנה לדי"ת, און נאך הייסן א שיינער איד. 

דאס אז באבוב איז ביי דין תורה, איז נישט ווייל זיי האבן אנדערע תביעות, נאר ווייל די דזארדש האט זיי געזאגט אז מהר''ש מבאבוב האט עם געבעטן, אז ווען צוויי אידן קומען צו אים, זאל ער זיי שיקען לדיני ישראל, ''ולא יכלו לענות אותו'' מיט אלע פוסטע תירוצים  

און דא אין סאטמאר האבן די שופטים אלעמאל מודיע געווען פאר די זאלונים אז די ארונים ווילן דאס זאל גיין צו די"ת, אקוראט ווי אין באבוב.
דא אבער איז געווען אנדערש איין זאך: דער צווייטער צד האט אן קיין שום בושה קלארגעשטעלט נאכאמאל און נאכאמאל אז דער קעיס דארף געשליכטעט ווערן דוקא אין די גויאישע געריכט.
אצינד האלט מען שוין אבער יא ביי דעם אז עס איז פארהאן א שופט וואס פרובירט דאס צושטאנד צוברענגען, דאס וואס מיר האבן געפאדערט אלע יארן, און זאל השי"ת העלפן דאס זאל מצליח זיין.

ס'כאפט א פחד וואס עס שטייט אין ישמח משה פרשת וישב סוף ערשטע שטיקל, 'אין ב''ד בא עד שירבה מסורות בישראל' צו מיינט ער נישא אונז ח''ו.(ווער עס קען עס פאוסטען תע''ב)            

גוט אז דו ברענגסט דאס נאך, ווייל די צווייטע צד ליינט אויך דא. ייש"כ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 16:13 לינק ישיר 

FiveBoro

 

לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן וואס איך זאג, סאיז נישט קיין חילוק צו די רופסט די תביעות  שטאטוטן, ירושת הרבנות אדער אנדערע נעמען מיין תגובה איז בכלל נישט געצילט אויף די צוויי רבי'ס און דיינים שליט''א, וואס זיצן און זענען דן אויף יעדע 'מאושען' און 'אפיל', צו מ'קען טרעפן א היתר, מיין טענה איז אויף די טויזינטער חברי הקהילה, וואס נאך צען יאר וואס  מ'איז אפגעטיילט און מ'האט שוין נישט קיין שייכות איינער מיט'ן צווייטען (נאר מיטן טרייבן ליצנותא דע''ז איינער אויפן אנדערע אין דער איד, בלאט, הייד פארק ועוד), פארוואס זענען זיי נישט מקיים 'הרימי כשופר קולך' און  שרייען אז ''גענוג איז גענוג'', נוצט נישט 'אונז' פאר אייער התירים, יעדער בר שכל פארשטייט אז ס'דא א וועג זיך צוטיילן אויסערן קארט ווי ערליכע אידן. ( די תירוץ ''רבינו שליט''א'' איז אפשר א תירוץ פאר אנדערע חסידות ווי בעלזא, סקווער וכדומה אבער נישט פאר תלמידי רבה''ק ז''ל)

 

אין די אנהייב יארן, ווען א ראש הקהל אין אמעריקע איז נישט געפאלן אן הלכה פון שלחן ערוך, פלעגט ער שרייען מ'זאל נישט איינפירען קיין סאטמארע מנהגים, ווען מ'פלעגט דאס דערציילען פארן רבין ז''ל, פלעגט זיין פנים אויפשיינען אויף וואס סאטמאר פרעזענטירט, אבער היינט יעדר שמויגער וואס גייט אין ערכאות שלא ברשות בית דין, ווייזט ער אן אויף סאטמאר

 

דאס אז באבוב איז ביי דין תורה, איז נישט ווייל זיי האבן אנדערע תביעות, נאר ווייל די דזארדש האט זיי געזאגט אז מהר''ש מבאבוב האט עם געבעטן, אז ווען צוויי אידן קומען צו אים, זאל ער זיי שיקען לדיני ישראל, ''ולא יכלו לענות אותו'' מיט אלע פוסטע תירוצים  

 

ס'כאפט א פחד וואס עס שטייט אין ישמח משה פרשת וישב סוף ערשטע שטיקל, 'אין ב''ד בא עד שירבה מסורות בישראל' צו מיינט ער נישא אונז ח''ו.(ווער עס קען עס פאוסטען תע''ב)            




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 05:28 לינק ישיר 

די תביעות אין באבוב זענען לגמרי גאר-גאר אנדערש ווי אין סאטמאר, דארט האט מען גערעדט פון רבנות ירושה,  און דא רעדט מען מען פון ראשי קהילה וועמען מען האט ארויסגעווארפן שלא עפ"י תורה, און לויט די שטאטוטן פון די קהילה זענען זיי נאך היינט ראשי קהילה, (די רבנות ירושה וואלט געווען א פיינע זאך ווען דאס זאל דא אנקומען צו די"ת גראדע! אבער דערווייל האט קיינער נישט תובע געווען).

אבער דאס איז א שמועס וואס מיר וועלן זיך טענה'ן ביז אין די שפעטע נאכט שעות.. און אליבא דאמת, ס'איז ריכטיג אז מקען ערווארטן אזא סארט "פשרה" פון א די"ת אין סאטמאר.

אבער דאס מיינט דאך אוודאי נישט אז עפ"י דין קומט פאר "מורדים" א חלק אין די ריעל עסטעיט, לא עלה דבר כזה על הדעת מעולם, און דעריבער איז דיין גאנצער בנין א שיינער משל וואס האט נישט קיין נמשל אין סאטמאר, און סאטמאר איז נישט געבינדן צו קיין חלוקה בשו"א. וועמען עס געפעלט נישט די הנהגה, איז בארעכטיגט צו טוהן ווי מיר האבן געטוהן אין מאנסי און אין ירושלים, (אויסער אין קרית יואל וואו עס איז דא א דין מרא דאתרא).

[פאלט מיר יעצט ביי, דו זאלסט אנטראגן פאר די נייע מורדים אין סקווער, זיי זאלן רופן צו די"ת, און לויט וויפיל פראצענט זיי זענען אין סקווער, וועלן זיי באקומען א חלק אין די ריעל עסטעיט. זאג זיי דעם שיינעם משל, און זיי וועלן גיין צו בי"ד, אפשר וועט עס ארבעטן?...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 04:41 לינק ישיר 

מעשה באבוב יוכיח אז די דין תורה גייט אויף דעם שניט, אז די דיון איז וויפיל יעדער זאל באקומען, און וועגן בני יואל וואלט אפשר געווען א גוטע פלאן אז בית דין זאל דאס אויפברענגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 04:31 לינק ישיר 

אן אריינגיין אין די היסטאריע-פרטים וואס דו האסט פארדרייט, לאמיר צוקומען גראד צום ענין.

וואס מאכט דיר טראכטן אז מיר ווילן זיך צוטיילן מיט די בנינים אין וויליאמסבורג? פארוואס עפעס צוטיילן?

דו פסקנסט עפעס אזא הלכה, אז וויבלאד סאטמאר איז צוטיילט אין צוויי, דעריבער איז דאך א דבר פשוט אז מען מוז צוטיילן די בנינים. האט אפשר דער בעל ברך משה אווקעגעגעבן פאר בני יואל 10 פראצענט פון זיינע בנינים אין קרית יואל, ווייל צען פראצענט האבן זיך פון אים אפגעטיילט?

ילמדינו רבינו מהיכן דנתנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער איז די גבר אלים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext