בית פורומים כל העולם כולו

זשיגאן מצה בעקערי אין גרויסע צרות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/12/2010 19:10 לינק ישיר 
זשיגאן מצה בעקערי אין גרויסע צרות

הגם כ'האב גאנישט מגלה געווען
דעס האט שוין די איד געשריבן פאריאר זומער אז מען גייט ווייטער באקען די בדיעבד'דיגע לאנג איילענד מצות, אין ח''ו נישט די מהודרת'דיגע אריזאנע מצות, און צוליבן גרויסען פארלאנג פון חסידי זשיגאן גייט מען עפענען די בעקערי תיכף נאך די ימים נוראים
אין ווי אויך האט מען פאריאר געבויט א בעקערי אין בלויז 4 וואכען לעבן די זשיגאן חדר אין טאון אף מאנארוי כדי נאכצוקומען די פארלאנג אויף היי יאר. 

אט הערט און שטוינט ווי ווייט מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן...

היי יאר האט מען געעפענט די בעקערי הערשט נאך חנוכה (ס'ווערט גראדע געברענגט פון צדיקים אז די קדושת הימים נוראים ציט זיך ביז זאת חנוכה...) אומגעפער 5 וואכן שפעטער ווי אלע יארן

ביז היי יאר פלעגט מען ארבעטן פון א פערטל צו 9 אינדערפרי ביז 6 אווענט, היי יאר ארבעט מען פון א פערטל נאך 9 ביז דריי אזייגער נאכמיטאג, מיט אסאך ווייניגער אויבן'ס ווי יערליך אזא צייט.

אין די בעקערי לעבן זשיגאן חדר אין מאנרא איז נאך נישט דא קיין רעדע פין עפנען

אלזא ווער ס'האט א עצה ווי אזוי מ'קען מאכן גרעסערע פראדאקשן זאל ביטע אריינרופן אין אפיס ולמצוה גדולה יחשב



תוקן על ידי היראים ב- 21/12/2010 19:16:12




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זשיגאן מצה בעקערי אין גרויסע צרות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext