בית פורומים כל העולם כולו

דעמאראליזאציע אין זאלונישע לאגער אויסגעשפרייט ביז בני יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/12/2010 23:12 לינק ישיר 
דעמאראליזאציע אין זאלונישע לאגער אויסגעשפרייט ביז בני יואל

די סימנים פון דעמאראליזאציע זענען ענדלאזע הוילע שימפערייען, אזוי איז אנגענומען.

ווען איינער האט נישט וואס צו פארקויפן, און ער שפורט זיך ליידיג און אויסגעשפילט, איז דאס גענוג אים צו מאכן זידן און קאכן, ובפרט ווען ער קוקט זיך צו ווי ביי יענעם - דעם וועמען ער וויל זעהן אין דער ערד - איז אלעס בסדר, און אלעס גייט אן כאילו לא היה אויפן שענסטן און גרעסטן פארנעם.

די זאלונים גייען אריין אין דעם מצב זייער אפט, לדוגמה יעדן גרעסערן יו"ט, וועט מען זעהן אויף זייער עולם די דאמאראליזירטקייט, און עס וועלן אלעמאל ארויסקומען שעורורי'ס אדער סתם אטאקעס קעגן אונז סאטמאר'ע אידן און אונזער מנהיג.

לעצטנס, האט דאס פאסירט מיט די בני יואל. עס קומט פון זיי ארויס ליטעראטור - וואס נישט יעדער ווייסט אפילו - טעגליך און וועכענטליך, א זאך וואס ברענגט אויף שלעכטע מחשבות איבער זייער מוט צושטאנד.

די גאנצע פארום פון די זאלונים איז די לעצטע וואכן אין די הענט פון די בני יואל-געשטימטע שונאים פון קר"י, ווי איר קענט זיך איבערצייגן פון א קורצע באזוך דארטן, און עס קומט דארט פאר שימפערייען פונעם ערגסטן סארט, אזוי אז אויב ווילט איר אמאל מסביר זיין פאר א פרעמדן מיט וועלכע סארט מורדים סאטמאר ספראוועט זיך, שיקט אים נאר אריין אין יענעם פארום.

די טיטלען אויפ'ן רבין גיסן זיך שוין באלד איבער, די צאל אשכולות וואס ווערן פריש געעפנט יעדן טאג וועגן רבין קען נישט געציילט ווערן מיט פינגער, גליונות ווערן ארויסגעגעבן וועכנטליך און באלד שון טעגליך, באלד מער ווי וויפיל בלעטער העצע די חולת הדת פארמאגט, און עס זעהט נישט אויס אז א בארואיגונג אינעם שטימונג איז אויפן וועג.

אלזא איז מיר אינטערסאנט צו הערן אויב איינער קען דאס פותר זיין, פארוואס אין זייער לאגער האט זיך אריינגעכאפט אזא הויכע דאזע דעמאראליזאציע און דערשלאגנקייט, מער ווי סיי ווען בעפאר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2011 22:06 לינק ישיר 

די וועלטס לוזער מאכען פרישע פלענער אין פלארידא פאר די מעכטיגע זשיגאן אשכולות
מיכל שלעזינגער פעלט אויף דעם בילד



 

שאול פערלשטיין שעמט זיך שוין היינט נישט צו זיצן לעבן דעם חרדישן מסור
'ידו כיד רבו'
כ'געדענק נאך ווען שאול פלעגט פארקויפן אז ער איז א חסיד פין ברך משה ז''ל
פני הדור כפני הכלב

תוקן על ידי היראים ב- 24/01/2011 22:08:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2011 20:26 לינק ישיר 

טיילווייזער ליסט פין די לעצטע אקציעס אויפן טיש ביי די זאליס, דיקטירט פין 550 בעדפארד

-טעגליכע ספיןס איבער א פרישע מחלוקה פין סאטמאר מיט בעלזא אין א שלום מיט די זאליס
-די העפטיגע בויקאט קעגן נטרונא וואס זיי האבען געטוהן זייענדיג אין ''שאק''
-די מעכטיגע אקציע מיט די בילדער פין די פירות טאץ ביים גרויסען חמשה עשר טיש אין סאטמאר ווי מ'וועט רופן סאטמאר רבי מעלאנער רבי
-א התאחדותינו פין קלויזענבורג אין סאטמאר גג על גג
-די מעכטיג מסע הקודש פין נידערמאן קיין וואשינגטאן מיט די יום תפילה אויף היידפארק, טראץ וואס ס'איז נאכנישט חודש אדר
-די בויך וויי אויף די עמ''י מאגעזין פארן נישט שרייבן פונעם נוסוויק ראביי
-די חוצפה פון ברענגן די חתונה אויף וומ''ס וואס ברענגט אויף א ''געלעכטער'' פין כעס
וכו'

די ליסטע וואקסט טעגליך
עס בלייבט איבער צו וואינטשטן המקום ינחם וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2010 20:32 לינק ישיר 




*

**

*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2010 01:34 לינק ישיר 

די דעפרעסיע ביי די זשיגאן'ס וואקסט אין וואקסט, אסאך שנעלער ווי פאראויס געשאצט
פרישע ספין'ס ווערן פאברעצירט צו בארויגען די זשיגאן'ס
יעצט איז ירושלים עיה''ק אויף די רייע

ווי באקאנט האט זיך די סאטמארע קהילה אין ירושלים לעצטנס הערליך איבערגעפרישט אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן בכמות ובאיכות בליעה''ר
מענטשן האבען לכתחילה נישט געהאלטן אז דארט גייט זיין א סוקסעס ציליב דעם וואס דארט איז זשיגאן'ס הויפט באזע, אין פין דארט האט ער מער מענטשן וואס זענען זיך גרייט צו קוויטלען ביי אים ווי אין גאנץ ניו יארק, כידוע
אין דער עולם וועט מורא האבען זיך קעגן צו שטעלן די רעזשים וואס ער האלט ווייטער אן דורך זיין בנו הגדול אין שיק יונגלעך
זייער פראבירן אפי' אויסצשפרייטן זייערע 'לאפעז' ביז ב''ב, אין ביי די שוידעליכע קלאגע אין בג''ץ זענען זיי אויך געווען די שליחים לדבר עבירה.

אבער ב''ה, די סיעתא דשמיא וואס די קהילה האט איז שווער ארויסצוברענגן
מסלתה ומשמנה פין די קהילה האבען איבערגעלאזט אלע האב אין גיטס אלע בנינים פין כשר געלט אין פין ג'גנבט'ע געלטער,  אין אניאיינעם ווידער געגרינדעט די הייליגע קהילה 'קהל יטב לב ירושלים עיה''ק'
ניין, מ'האט נישט גערופן אין קארט אדער ג'גנבט בנינים,  
מ'האט פשוט אנגעהויבן פין דאסניי מיטן ציהל צו ווידער אויפבויען א קהילה אויף די פיס טריט פונעם הייליגען מיסד
אנגעהויבן פונעם גרויסען כולל וואס שמ'ט בכמות ובאיכות, ספעציעל די כולל הוראה פאר רבנים וואס איז ממש א שם דבר
דערנאך די ביהמ''ד ברך משה דקהל יטב לב אויף רחוב יונה וואס ווירבעלט א גאנצען טאג מיט מתפללים אין לומדים זייענדיג אין הארץ פין גאולה, בראשות דעם געשעצטן דומ''ץ הקהילה
אין ב''ה מ'האלט שוין טיעף אינמיטן בויען די פרעכטיגען שיכון קרית יואל מיט צענדליגע דירות פאר אנ''ש אין ירושלים
אין ווייטער די כתר שם טוב פין די ת''ת אין ישיבה קטנה וואס וואקסט ב''ה יערליך אין איז ברייט באקאנט וא''צ ראי', עס וואקסט ב''ה בכמות יערליך אין אוודאי אויך באיכות אין מען האלט שוין ביי כמעט אלע יארגענג.
ועוד ידם נטי' בס''ד

אבער די זשיגאןס וועלכע האבען נעבעך געשטעלט זייער ציהל אין לעבן ווי לבן ביקש לעקור את 'הכל', בשנאת ע''ה לת''ח
ווערן ממש צירידערט פין די גרויסע הצלחה אין ירושלים פינקט ווי איבעראל
זייענדיג געהאדעוועט מיט שנאה אין הסתה פין יונגווייז אן סעפצעיל אין קווינס דורך זייער מנהל רחני,
אין די נאפאלגענדע דרשות של דופי וואס מ'פרעדיגט עמטליך ברבים פאר זייערע קינדער אין ערוואקסענע ביי מסיבות אדער אין זייער שולן ווי גענעראל פארזאלונגען כו'
אין כדי צו בארויגען די שברי לב האבען זיי יעצט ארויסגעלאזט א גאנצע ספין פארוואס מ'בויעט נישט יעצט אויף די מינוט די גרויסע שיכון, איבערגעבאקענע געבעקסן וואס זיי באקן שוין יעצט צו צווייטען מאל
פארשטייט זיך אז מ'דארף זייער שקרים נישט ענטפרן
א נארמאלע מענטש וועט זיך גרינג איבערצייגן ווי געוואינט זיי זענען שוין צו פיסטע בעקערייען צו דערהאלטן די חיות
בלויז די וואך אלייןס גרייכן די שוין די ספין'ס אין די הויכע ציפערן.

נאר אז מ'רעדט שוין וואלט יא געווען כדאי צו פארציילן פאר'ן עולם די פראגרעס פין גרויסען שיכון אין ירושלים בקיצור נמרץ
ווי באקאנט נעמט אין ירושלים לאנגע יארען צו באקומען רשיון'ס - פערמיט'ס צו בויען, אין אוודאי פאר אינזערע הייליגע קהילות וואס אנערקענען נישט אין זייער כפירה'דיגע מדינה של גיהנום
(עס איז כדי צו באמערקן אז די שיכון וואס זיי האבען געקויפט בערך די זעלבע צייט ווי סאטמאר אינדרויסען פין געגנט בויעט מען אויך נישט יעצט אויף די מיניט, אבער פין דעם רעדט מען דאך נישט)
אין די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט געקענט בויען ביז אהער
איז געווען צילוב דעם וואס דער שטח איז שוין געווארען אפראווט דורךן פריעדיגען בעה''ב פאר א גרויסע אפיס בילדינג פין 12 שטאק מיט די ציהל צו מאכען דארט א ביזנעס סענטער  (פאר אפיסעס קען מען יא באקומען פערמיטס צו בויען הויעך)
אין טאקע וועגן דעם האט מען געקענט באקומען דארט א ערלויבעניש פאר א סייט פלען פין 8 שטאק 'דירות', מער ווי די געווענליכע 6 שטאק וואס די זאונינג ערלויבט לכתחילה 
אין מיט דעם פערמיט האט מען געקענט בויען די יסודות מיט די בעיסמענט וואס איז 2 שטאק אינטער די ערד (דארט גרובט מען זייער טיף אראפ) - וואס איז פאקטיש די גערעסטע פאזע ביים בויען די בנינים, ווייל אין בעיסמענט זענען די פלענער זענען די זעלבע ווי ביי א אפיס בילדינג 
אין ווען נישט די מסירות (ווייסט איינער פין וועם???) וואלט מען אפשר געקענט בויען ווייטער די איבריגע 8 שטאק ארויף
למעשה דארף מען אבער געזעצליך האבען אנדערע פערמיטן,
אין די הנהלת השיכון ארבעט יעצט אויף דעם און האפענטליך וועט מען בקרוב קענען ציטרעטן צו די צווייטע פאזע
אין אזוי ענדיגן דעם הערליכן שיכון קרית יואל אין ירושלים עיה''ק
אין דערנאך ציטרעיטן צו פרעכטיגן בנין פאר ביהמ''ד הגדול אין די מוסדות הק' ביי ריזיגען שטח ווי די ביהמ''ד אין ת''ת זענען סטאנצירט
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין


תוקן על ידי rebyankel ב- 24/12/2010 01:49:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2010 16:25 לינק ישיר 

אבי מען רעדט זיך אפ אויף מאנסי........................... הצלה, איך שטיק מיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 15:01 לינק ישיר 

כא כא כא, רח"ל, דאס זענען זיכער רעזולטאטן פון דיהיידרעשא"ן...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 00:31 לינק ישיר 

אוי וויי
אלע חטאים פין דור אויף איין מאל
אזאנס שוין לאנג נישט געשמייכעלט

די גרויסע מבצר הכוללים
די הערליכע חינוך אין בית רחל
מצלי אש, (וואס זיי ניצן ניטעמאל, זיי לאזען ענדערש פארברענן זייערע הייזער)
די פארשפארטע ווערצהויז מיט איר סעפטיק

די מצב איז ביטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 23:56 לינק ישיר 

אט איז א אויסצוג פונעם חומת הדת פון ויגש, מיט וואס די בני יואל אידעטיפיצירן זיך.

דאס דארף צו זיין ארויסגעגעבן דורך די מער-ערנסטע ווארט זאגער אין זייערע רייען, אט זעהט וואס דעמאראליזאציע קען ברענגען.

א פחד.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 23:32 לינק ישיר 

די מצב איז דארט איז אין ארץ החיים
אין א פרישע פריוו האט מען געפענט א פרישע פראנט פאר שמיץ אין פאשקעווילן - וואס דאס זייער איינציגע חיות
דאס מאל דורך נאך א אימעיל גרופ, מ'אפעלירט צו אלע זאליס זאלען זיך אויפסיינען אין מ'וועט שיקען טעגליכע פאשקעווילן
אלעס צו בארויגען די מאראל פין דערביטערניש

נעבעך



תוקן על ידי rebyankel ב- 21/12/2010 23:32:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעמאראליזאציע אין זאלונישע לאגער אויסגעשפרייט ביז בני יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext