בית פורומים אידישע געדאנק

חיי שעה איז אויך געלעבט... ביז (סידור קידושין)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2010 04:28 לינק ישיר 
חיי שעה איז אויך געלעבט... ביז (סידור קידושין)

די אשהרוינים האבן חתונה געהאט מיטן שקר, און זייער מנהיג דער עם הארץ איז געווען דער מסדר קידושין פונקט אזוי ווי די אמאליגע מלכים און פריצים וואס האבן אליינס גענומען די כלה און דערנאך געגעבן "רשות" חתונה צו האבן... דער מנהיג אליינס האט חתונה געהאט מיטן שקר און דערנאך איר אהין געגעבן און אונגעפיטער אלע זיינע חסידים דערמיט.

דער עם הארץ ווייסט אויך אז זיין מערכה וועט לאנג נישט אנהאלטן, מאקסימום עטליכע יאר און דערנאך וועט ער זיך בייסן די ליפן יעדעס מאל איינער דערמאנט די וואס "סידור קידושין" פונקט ווי ער בייסט זיך היינט די ליפן יעדעס מאל איינער דערמאנט אים דעם נאמען "יוסי בראך", "בערל פרידעמאן", "חופה גזולה", "מצה גזולה" אדער "ילד שעשועים" וכו'. היינט ענטפערט ער "נישט איך, משה גבאי" עס איז  א פשטות אז ביז עטליכע יאר וועט ער באקומען טשילס יעדעס מאל ער הערט דערמאנען די ווערטער "סידור קידושין" און וועט תיכף אויסשרייען "נישט איך, דוד עקשטיין"...

פארט איז ער א שוטה וואס לערענט זיך נישט און חזר'ט איבער די אלטע גרייזן, אבער יעצט איז ער שוין אביסל מער סאפיסטעקירט, ער האט א "מהלך". ער ווייסט אז פראסטע שקרים וועט מען נישט גלייבן, ער ווייסט אז אפילו זיינע שווענץ ווערן אויך מיד פון א נאכנאדיגע אומאויפהערליכע פארלוירענע מערכה, וואס טוט מען? מען טוישט די סינער"י יעדע פאר וואכן, קודם שרייבט מען א "פנקס" און מען עפענט יעדע צוויי טעג א פרישע האט ליין, דערנאך רידערט מען און מען ווארפט פאשקעווילן, מען ספרעיט די ווענט, מען שיסט אויס פענסטער'ס מען מאכט פאני קאלס וכו', דערנאך ווען דער עולם איז מיד און האט שוין נישט קיין געדולד פלאצט מען א באמבע אין א פארמאט וואס רופט זיך רשות. מען פאמפעט עטליכע וואכן מיט רשות און דערנאך נעמט מען זיך ווייטער צו פאשקעווילן פאני קאלס, דערנאך שטעלט מען אפ די מערכה פון עטליכע וואכן פאר די ווילידש וואלן (איינצושלעפן די בני יואל און די זאליס) און מען הייבט דאס צוריק אן עטליכע וואכן נאך די וואלן, מען ווארפט פאשקעווילן, שטיינער פאני קאלס וכו', דערנאך קומט א באמבע וואס רופט זיך רשות... וחוזר חלולה

די אויפטו פון דעם איז פילפאכיג, קודם כל העלפט דאס די מערכה זאל נישט אויסוועפן, און עס ברענגט יעדע שטיק צייט א התחדשות אינם מערכה, דערנאך "זעט יעדער" אז דער עם הארץ איז יא דער הערשער...

קוקט דאס נאך וועט איר זען אז זיי וועלן ניצן דעם באמבע פון רשות נאר אין פעלער וואס די רבנים זענען נישט פון פריער באקאנט געשטימט צו בני יואל אדער קהל יטב לב. זייער חשבון איז פשוט, אויב יענער האט זיך ביז היינט נישט ארויסגעשטעלט ברבים קעגן דעם עם הארץ, וועט דאך יענער אוודאי נישט "לייקענען" אז ער האט גענומען רשות, און דער עולם וועט דאך אוודאי גלייבן אז יענער איז נישט א "שלעגער" וואס זיכט דווקא עובר צו זיין אויף אשת איש... און דערמיט רעדן זיי זיך איין אז זיי ראטעווען זייער כבוד, נעבעך.

זיי האבן שוין אמאל געכאפט א פראסק פון אזא חכמה. געווען איז דאס ווען זיי האבן געפירט זייער פארלוירענע "כלה גזולה" מערכה אין וו"ב, די גאנצע פסק אז מען דארף באצאלן פאר די אהרוינים איז געווען איטערגעשריבן דורך די גרעסטע רבנים... דער תרח בערל פריעדמאן און דער גנב יצחק ראזענבערג... די ליצנות איז געווען גרויס אבער די חלה דעקלעך האבן נישט אויפגעגעבן, פראבירנדיג צו ראטעווען זייער פארלוירענע כבוד האבן זיי ארויסגעלאזט א שם אז סענטדשארדשע רב האט באצאלט פאר זיי "יחוד שטיבל געלט" זיי האבן געהאפט דערמיט צו איבערצייגן אז זייער מערכה איז נישט אזא טפשות ווי ס'זעט אויס, והא ראיה אז אפילו סענטדשארדשע רב האט זיי באצאלט... זיי האבן די נייעס געפאמפט אויף הייד פארק, זייער האט ליין  זייערע טעסקט מעסעדשעס זייער אינטערנעט סייט, אנגעהויבן פון א מינוט נאך די חופה. די אפיציעלע לויזונג איז געועון אז דער רב האט בשעת די קבלת פנים געגעבן געלט פאר א אינגערמאן אז יענער זאל דאס תיכף אריבערטראגן צו יצחק ראזעבערגס קהל אפיס. די חיות וואס דאס האט זיי געשאפט האט אנגעהאלטן פונקט אזוי לאנג ווי די היינט נאכטיגע רשות שפיל... ווייל צופרי נאך די חתונה האט דער סענטדשאדשער רב אפגעשריבן א בריוו בכתב ידו ווי ער שרייבט אז ער האט פאר די גנבים און מוסרים נישט געגעבן קיין איין פרוטה. די פראסק איז געווען אזוי גרויס אז זיי האבן תיכף אויפגעגעבן די מערכה. 

יעצט האבן זיי געמכאט דעם זעלבן חשבון, די פא"ן וואס די בחורים האבן האט שוין אויסגעוועפט, חרפות און בושות גרייכן ביזן הימל, צענדליגע טאטעס זענען צושוידערט געווארן פון די בילדער וואס צייגן אז די פאליציי האט שוין נאכאמאל געדארפט קומען מאכן סדר אין ישיבה וכו'.

יעצט איז געווען א גוטע געלעגענהייט, צוליב דעם וואס דער בארדיטשובער רב פון מאנסי האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט ברבים קעגן דעם עם הארץ, דעריבער וועט די גאס אפקויפן פאר גוט געלט אז ער האט געבעטן רשות...

אומר ועושה, די מעסדש איז ארויס אויף טעקסט מעסעדש, האט ליין, אינטערנאט "מזל טוב מקודשת... מיט רשות"...

זיי האבן אבער נעבעך נישט גע'חלומ'ט אויף אזא פראסק, ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס.

דער מחותן וואס האט היינט נאכט געפירט זיין זין אינטערן חופה האט מיט זיין מחותן אפגעשמועסט צו מאכן די חתונה בעיר מגורי הכלה קרית יואל, דער מחותן האט געגעבן פאר זיין טאטען אלע קונטרסים וואס די עמי הארצים האבן ארויסגעגעבן וועגן זייער אזוי גערופענע איסור אויפן זאל און אויף די חתן כלה.

דער פאטער פונם מחותן האט גענטפערט פאר זיין זין בכתב אז ער זעט נישט קיין שום פראבלעם ואדרבה, די אלע איסורים זענען קעגן די מציאותת און קעגן די רצון פונם סאטמאר רב. ער ברענגט ארויס דארט אז פון אינדערהיים ביז רביה"ק מסאטמאר דא אין אמעריקע האט מען געוויסט אז א רב איז איינער וואס העלפט אנדערע בפרט רבנים.

ער דריקט זיך אויס זייער שארף קעגן די אהרוינים און זייערע פירער ער רופט זיי אן "מתחצפים", "קופצים בראש", "שקרנים", ער שרייבט "אין להסתכל עליהם כלל, ואין ביד יראי השם אלא להיפרד מהם, ולסדר קידושין בפני עמצם, וטוב ויפה הם עושים בזה". איך גיי נישט נאכשרייבן אלע שארפע לשונות איר קענט דאס אליינס ליינען

דא האט איר א בריוו וואס יעדער געצל וואס דרייט זיך ביי בני יואל האט שוין אין זיין באזיץ אריבער א וואך, די חלה דעקלעךהאבן נעבעך נישט געוויסט פון דעם בריוו, האבן זיי יעצט אויך אויפגעשפילט דעם "רשות סטראטעגיע", מיט חשבון אז דער מסדר קידושין אליינס וועט דאך נישט ארויסקומען ברבים זאגן "אוי נאוי איך האב נישט געבעטן רשות"... איי די מחותנים לאכן פון די אהרוינים? נישט געפערליך דער עיקר איז די כבוד אין גאס און נישט די אמת'ע מציאות... דא האט איר די ליכטיגע ווערטער וואס דער מסדר קידושין שרייבט "ואין ביד יראי השם רק להיפרד מהם" (=עס בלייבט נישט איבער פאר די ערליכע אידן נאר זיך אפצושיידן פון זיי)



ווי אזוי זאגט דער עם הארץ אלעמאל? חיי שעה איז אויך געלעבט, יעצט נעבעך האט די חיי שעה געפלאצט אין ווינציגער ווי א מינוט


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 22/12/2010 04:56:53




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 04:50 לינק ישיר 

ווי די באטייליגטע געבן איבער, טוט זיך יעצט א שרעקליכער פארקער אויף היילענד מיל'ס ראוד, די הונדערטער בני המשפחה וואס זענען געזיצן אין דערהיים ביז נאך די חופה, און געווארט מיט שפאנונג וואס וועט זיין צום סוף, צי וועט נאכאמאל פארקומען א מכשול און א ווילד פרעמדע אינגעל און מויד וועלן אהיימגיין היינט שפעט ביינאכט נאך א באל אין א געוויסער זאל אין קרית יואל און זיך איינשפארן אין א דירה באיסור גמור, צי וועט בהבל פיו פון דעם עם הארץ דער צערעמאניע פארוואנדעלט ווערן אין ערליכע אידישע שמחה. האבן, ווי נאר דער מזל טוב מקודשת מעסעדזש איז ארויסגעשיקט געווארן, זיך אנגעטון שטריימל בעקטישע און ארויסגעפארן בחדוות דקדישא צום הייליגן אולם עטרת מאיר צבי.
 
אויפן וועג זענען זיי געוואויר געווארן אז די מחוצפים זענען עומדים במרדם, און דער מסדר קידושין זעלבסט האט אפגעשריבן א בריוו אז דער עם הארץ האט נישט קיין שום אויטאריטעט צו זאגן ווער עס קען/זאל זיין מסדר קידושין אין קרית יואל, האבן זיי זיך גלייך צוריקגעדרייט אבל וחפוי ראש, און דער פארקער איז אומבאשרייבליך, מאנכע פון די בני המשפחה זענען נאך אויפן וועג אהין, ווייל זיי ווייסן נישט וועגן דעם בריוו, דער אנדערער טייל איז שוין אויפן וועג צוריק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 04:52 לינק ישיר 

צוליב דעם וואס איך האב דעם אשכול געשריבן אין א איילעניש, האב איך ארויסגעלאזט עטליכע אינטערסאטנע און וויכטיגע נקודות, איך האב דאס יעצט צוגעלייגט צום ארגינעלן, עס איז כדאי איבערצוליינען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 05:01 לינק ישיר 

דער זאגט אזוי דער אנדערע זאגט אזי, גיי ווייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 05:53 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
דער זאגט אזוי דער אנדערע זאגט אזי, גיי ווייס


איך וועל דיר העלפן "גיין וויסן"

די בריוו וואס הרה"צ מ'בארדישטוב מאנסי האט געשריבן ווי ער שרייבט אז די אהרוינים לעבן אויף שקר "שקר נר לרגלם" און מען טאר נישט נישט רעכענען מיט זייערע דיעות בנוגע סידור קידושין. די בריוו האט מען געהאנגן אין זאל "להוציא מליבם של צדוקים" אז איינער רעכענט זיך מיט זייער דעה

סקאט יעצט האסטו א גוטע געלעגענהייט זיך אליינס צו איבערצייגן און "גיי ווייס'ן", ענקער האט ליין זאגט אז די חתונה איז מיט רשות, דעריבער האסטו רשות צו גיין צו די חתונה... גיי קוק אליינס







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 06:14 לינק ישיר 

אה הא די בני יואל האבן געארבעט מיט א אייזערנע סטראטעגיע, און מיט דעם וואס די צעטלעך האבן געהאנגען אין זאל, זענען די אלע אקסידזשען-באלאנס ''רשות'' געווארן אש און פארעך, ! גוט איז גוט!
ווען די בלאט וואלט היינט געמאכט א לוזער אף די יער וואלט עס געווען אהרן ט''ב, און די ניקס פון היידפארק משה_גאבע בלומבערג און רעביעקל...............




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 06:14 לינק ישיר 

זיי קענען זיך נאכנישט כאפן די אטעם דארט... געב צייט פאר יענקעלע מיט יונה איינצינעמען אטליכע טאבלעטן און נאכער וועט קימען די תירוצים, וואהרשיינדליך וועט די בריוו זיין פאלש אדער וועט דער בארדיטשעבע רב באקימען עטליכע טיטלען... איין קענ'ט וועיט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 06:23 לינק ישיר 

אייזענבאך, די אהרוינים האבן נישט קיין שום פראבלעם, ווי אזוי האט ער געשריבן? "השקר נר לרגלם"

יעצט וועט קומען דער ניק "געגאנגען" און שרייבן א פרישע אשכול

דעם ריינעם אמת וועגן די סידור קידושין

כ'האב נישט געוואלט גארנישט שרייבן ביז איך ווייס נישט קיין קראנטע זאכן, און איך ווייס נישט ווער עס שטייט אונטער די בייזוויליגע קלאנגען וועגן עפעס א מכלומרשט'ן בריוו וכדו'.

איך קען יא שרייבן וואס ס'איז מיר ב"ה געלונגען מברר צו זיין אויף הונדערט פראצענט:

די ראשי הקהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר זענען אלעמאל גרייט געווען, און זענען נאך ביז'ן היינטיגן טאג גרייט זיך צו געבן רשות בשם רבינו שליט"א, אויף יעדן איינציגן חתונה וואס איז דא אין קרית יואל אריינגערעכנט די זאל אין די גלילות פון קרית יואל בתנאי אז מען בעט רשות, די היינטיגע חתונה איז נישט געווען מיט רשות.

אלע אנדערע נייעס וועגן דעם ענין זענען בייזוויליגע שקרים, מסתמא געצילט צו טארפעדירן די היסטארישע געלעגנהייט וואס איז אונטערגעקומען מיט אן ערנסטע מעגליכקייט צו צווינגען די בני יואל איינמאל פאר אלעמאל זיך צו שטעלן צו דין תורה.

(איך בעט דעם מנהל זאל לאזן די באזונדערע אשכול, ווייל ס'איז לענ"ד גענוג א וויכטיגע נייעס צו פארלאנגען נאך אן אשכול)


תוקן על ידי געגאנגען ב- 22/12/2010 00:49:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 06:27 לינק ישיר 

איך ראָלל מיך נאך אלץ...

שטעלטס ענק אבער פאָר בעליוו איט אר נאט. ס'נאך דא דעקלעך וואס קויפן עס...

מ'שטיינס ג'עזאגט אז וו"מ האט געוואלט דוקא חתונה מאכן אין בנ"י און דוקא מיט רשות...

ברוך משנה הבריות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 07:39 לינק ישיר 

יעצט פארגעקומען א היסטערישע אסיפה אין קהל מאנרא, דוד עקשטיין האט געפערליך פארפירט וועגן דעם הימל שרייענדן פארברעך פון דער בארדיטשובער רב פון מאנסי פארן זאגן ליגענט נאכדעם וואס ער האט פאקטיש גענומען רשות פון מרא דאתרא, און דוד האט פארגעשלאגן צו טוישן דעם נאמען פון די בארדיטשוב גאס צו "קלויזענבערג בלווד" אלס זכר צו די מחוצפים..
דערווייל איז נאכנישט געקומען דער אנטווארט פון דער עם הארץ וועלכע וויילט אין די טעג אין פאלם ספרינגס, יעצט שלאפט מען די 18 וואכעדיגע שלימים, און ביים אויפשטיין נאכן עטיפת הטלית אין די וואכ'ס קאמרע וועט ער זיך דורכשמועסן מיט זיין קלויזענבורגער מלמד פון קאנאדא....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 18:50 לינק ישיר 

באקומען פון א הייסער אהרוני ניק אין אישי:
 
איך וויל שרייבן דעם אמת וועגן די נעכטיגע חתונה ווייל איך האלט אז די בעבישע ספינס פארשעמען מיין רבין, אבער מיינע קאלעגעס אויף כל העולם כולו וועלן מיר דערווערגן אויב איך וועל דאס טון, שיק איך דיר דעם מציאות הדברים וואס איך האב אליין מברר געווען און טו דערמיט מה שלבך חפץ.
 
איך האב א ערשט האנטיגען באריכט פון משפחת ר' מענדעל וואלדמאן אז דער פעטער בערל שטיין איז געגאנגען על דעת עצמו בעטען רשות, און מ'האט אים קודם נישט געוואלט געבען צוליב דעם וואס די לעצטע פאר מאל האט די רשות געבעטעכטס זיך ארויס געשטעלט צו זיין א געפערליכע ליצנות, פארט האט בערל באוויזן צו פועל'ן ביים רבין צו זאגען ער געט רשות פאר סיי וועם. נאר דאס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט קיינע פון די מחותנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 22:36 לינק ישיר 

אויף אזאנס האט זיך שוין אפי' דער חכם מעדאף הארוויץ זיך שוין אויך נישט ג'רישט די בנ"י האבן געמאכט א גיטס אין איינמאל פאר אלעמאל אויף געדעקט די ליצנות פין רשות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חיי שעה איז אויך געלעבט... ביז (סידור קידושין)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext