הגאון ר' וויטא לאפעז שליט"א רשכבה"ג
יא, דאס איז דער טיטל וואס ר' וויטא פארדינט זיך נאכ'ן ארלעדיגן עפעס וואס מען פרובירט שוין יארן צו ארלעדיגן אבער אן ערפאלג.
ווי באקאנט ליידט מען זיך שוין יארן צוזאם פון דעם שמוציגן סייט וואס איז נייעס, וואס באשמוצט כלל ישראל לעיני העמים און האקט צוזאם כל דבר אסור אויף ראשונים און אחרונים. אלע פרובירונגען אים צו אסר'ען האט זיך אויסגעלאזט מיט א דורכפאל.
אבער יעצט איז וואס איז נייעס באגאנגען זיין גרעסטן טעות וואס ער האט נאר אמאל געקענט באגיין, אנשטאט האקן אויף די רבנים האט ער זיך גענומען צו האקן אויף וויטא לאפעז. אה אה אה, מער האט נישט אויסגעפעלט. לאפעז, וועלכער קאנטראלט זיין פאוער מיט אן אייזערנעם פויסט, האט מורא געהאט אז דאס קען שעדיגן זיין וויליאמסבורג זאלי בעיס און ער האט דעריבער ארויסגעגעבן א באפעל פאר זיין פאפעט משה דוד נידערמאן אז דער סייט מוז שוין גע'אסר'ט ווערן. דו קאנטראלסט דאך ענקערע רבנים איז ארלעדיג מיר אן איסור.
נידערמאן האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר ער האט געמוזט ארויסגיין ארבעטן, ווייל ביי דעם דיקטאטאר וויטא גייט עס אז אויב טוט מען נישט וואס ער דארף באקומט מען נישט באצאלט.
נידערמאן האט פערזענליך געזוכט יונגעלייט ארומצוגיין צוזאמנעמען חתימות פאר גוט באצאלט, און צום סוף האט ער געטראפן שימעלע ווייזער וואס האט געטאן די ארבעט פאר אים.
און וואס מיר האבן באקומען איז געווען אן איסור קעגן וואס איז נייעס
דער בהמה נידערמאן האט געטאן איין גרויסן טעות ווען ער האט אריינגעשריבן אינעם איסור אז די פראבלעם מיט וואס איז נייעס איז אז די פאליטישאנס ווערן דארט באשמוצט, כאילו דאס איז דער חורבן פון וואס איז נייעס.
אט אזוי קוקט מען אויס ווען מען איז א סלעיוו, א שקלאף פאר דעם ווילדן אנטיסעמיט וויטא לאפעז און מען מוז אויספירן אלעס וואס וויטא פארלאנגט.
 |
|
|