צום דריטן טאג נאכאנאנד: מוסדותינו הק' אין בארא פארק כמעט גענצילך פארשלאסן צוליב'ן וועטער
קרית יואל שטעלט זיך אויס צו זיין דאס מערסטע פאהרגעשריטן
א דאנק די שוואכע ריספאנד פון די שטאטישע בעאמטע אין ניו יארק, זענען די גאסן אין בארא פארק און אויך אין וויליאמסבורג נאך אלס דריי פערטל פאראלזירט פון די שניי וואס איז געפאלן מיט צוויי טאג צירוק.
דער שווערער וועטער האט איבערגעלאזט אין די היימישער געגענטער אין ניו יארק גאהר שווערע נאכווייען, און צוליב דעם איז היינט – צום דריטן טאג נאכאנאנד- גענצליך נישט געווען קיין שולע פאר די קלענערע בית רחל קלאסן אין בארא פארק, און חדר איז אויך נאר געווען פאר די אינגלעך פון כיתות ד' און העכער – און אלעס אהן קיין טראנספארטאציע בכלל!
אין וויליאמסבורג, וואס דארט איז שנעלער קעיר גענומען געווארן איז שוין היינט די מוסדות אנגעגאנגען געהעריג בעזהשי"ת, סיי די תלמוד תורה און סיי דער בית רחל, מיט געהעריגע טראנספארטאציע, אבער אויך נאך צוויי טאג זיין כמעט גענצליך געשלאסן.
גאהר אנדערש אבער איז געוווען קרית יואל, וועלכער איז אויך גאהר שטארק באטראפן געווארן פונעם וועטער, און איז אבער געווען דאס מערסטע פאהרגעשריטן, ווען מאנאטאג אינדערפרי – ווען דער שניי האט נאך געהאלטן אינמיטן פאלן – איז שוין אלע וועגן אין גאנצן שטעטל געווען אפגערייניגט, און א דאנק דעם האבן די מוסדות הק' געקענט אנגיין נאך יענעם טאג בס"ד כמעט אומגעשטערט.
אויך די פיסגייער וועגן איז שוין יענעם טאג מער ווייניגער געווען קעיר גענומען ווען אין די שטאט איז אין דער זעלבער צייט נאך געשטראנדעט ווי אין א פרימיטיוון דערפל...
עס איז צום האפן אז מארגן וועט מען שוין אין בארא פארק אויך קענען אנגיין מיט די סדר הלימודים בעת ווען שרייבנדי'ג די שורות זענען נאך רוב גאסן אין בארא פארק גענצליך אפגעשפארט צוליב די אנגעלייגטע שנייען און די שטעקן געבליבענע אויטא'ס און טראק'ס.
♦♦♦