| נשלח ב-31/12/2010 22:16 |
|
| |
מזל טוב שידך צווישן קרית יואל דיינים
דער סאטמארער דיין דקהל יטב לב דקרית יואל הרה"ג ר ארי' רוזנפעלד שליט"א
האט גענימען פאר א חתן הרב הגאון יואל וואלדמאן תלמיד דישיבתינו הק'
דער זין פון דעם דיין דקהל חרדים דסאטמאר דק"י
הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א מח"ס נחלת שמעון
כלל ישראל ווינטשט זיי א הארציגען מזל טוב!!
תוקן על ידי 1satmar ב- 31/12/2010 22:45:58
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2011 00:43 |
|
| |
משה,לע מסכים, איך וויס שוין יעצט ווי די פלאן איז אז די חתונה זאל זיין, אדער און לארקין אויב עס וועט ווערן פארטיג, און אויב נישט און עטרת מאיר צבי, סידו"ק ווי איך פארשטיי הגז"ל
איך ווייס אז משה האט קלאר געהערט פארקערט פון א נאנטע משפחה מיטגליד, אבער דאס איז וואס עס הייסט יעצט, וואס וועט זיין למעשה וועלן מיר מוזן ווארטן ביז נאך די חתונה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 21:04 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | אזוי?, בערל שטיין האט גרויס פראטעקציע, ר' דוד פרידלענדער איז געקומען בעטן רשות און מען האט עם פאריאגט ווי א הונט,
ווייל דארט איז דער שארמאשער געווען דער מסדר קידושין
די שטערן'ס און די שרייבער'ס זענען געקומען בעטן רשות, און מען האט זיי אראפ געווארפן אלע שטיגן,
ווייל דארט איז גז"ל געווען דער מסדר קידושין
אבער פאר ר' בערל שטיין האט מען מיט גרויס פראטעקציע יא באוויליגט צו געבן רשות.
יא ביי א נייער מסדר קידושין האט עטץ פרובירט ענקער מזל.. אבער דאסמאל זענט עטץ געווארן צו נער ווען מ'האט געדארפט טוישן דעם נוסח פונעם האטליין צו ר' מענדל וואלדמאן...
אויב האט ר' בערל עמעצן צו געפיקסט איז דאס נאר די בני יואל, איך האלט אז ער האט קיינעם בכלל נישט צו געפיקסט, יעדער קען זיין צופרידן, די זאליס קענען שרייען אז מען האט נישט געבעטן קיין רשות, און די אהרונים שרייען מען האט יא געבעטן רשות, און יעדער קען גלייבן וואס ער וויל, איי ר' מענדל זאגט אז מען האט יא באקומען רשות
דאס זאג איך אויך... באקומען אומגעבעטן...
נו, קענט איר שרייען אז ר' בערל האט דאס פארלאנגט מדעת עצמו,
מיר שרייען נישט מיר זאגן דאס געלאסנערהייט
אלל רייט, מיר קענען האבן א שטיקעלע פראבע, אויב וועט רבי שמעון משה חתונה מאכן אין קרית יואל אין געבן סידור קידושין פאר איינעם וואס רבי אהרן וועט זיכער נישט געבן קיין רשות ווי למשל דעם גז''ל, שארמאשער אדער דער טשאדער, דאן האט איר געווינען, און אויב וועט ווייטער זיין דער מסדר קידושין אזא איינער וואס ס'איז יא עולה על הדעת אז רבי אהרן זאל עם געבן רשות, דאן וועלן מיר ווייטער קענען ערקלערן זיג, מסכים?
הינדערט פראצענט.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 22:51 |
|
| |
אזוי?, בערל שטיין האט גרויס פראטעקציע, ר' דוד פרידלענדער איז געקומען בעטן רשות און מען האט עם פאריאגט ווי א הונט, די שטערן'ס און די שרייבער'ס זענען געקומען בעטן רשות, און מען האט זיי אראפ געווארפן אלע שטיגן, אבער פאר ר' בערל שטיין האט מען מיט גרויס פראטעקציע יא באוויליגט צו געבן רשות.  אויב האט ר' בערל עמעצן צו געפיקסט איז דאס נאר די בני יואל, איך האלט אז ער האט קיינעם בכלל נישט צו געפיקסט, יעדער קען זיין צופרידן, די זאליס קענען שרייען אז מען האט נישט געבעטן קיין רשות, און די אהרונים שרייען מען האט יא געבעטן רשות, און יעדער קען גלייבן וואס ער וויל, איי ר' מענדל זאגט אז מען האט יא באקומען רשות, נו, קענט איר שרייען אז ר' בערל האט דאס פארלאנגט מדעת עצמו, אלל רייט, מיר קענען האבן א שטיקעלע פראבע, אויב וועט רבי שמעון משה חתונה מאכן אין קרית יואל אין געבן סידור קידושין פאר איינעם וואס רבי אהרן וועט זיכער נישט געבן קיין רשות ווי למשל דעם גז''ל, שארמאשער אדער דער טשאדער, דאן האט איר געווינען, און אויב וועט ווייטער זיין דער מסדר קידושין אזא איינער וואס ס'איז יא עולה על הדעת אז רבי אהרן זאל עם געבן רשות, דאן וועלן מיר ווייטער קענען ערקלערן זיג, מסכים?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 22:37 |
|
| |
אוי משהלע משהלע, אזוי ווי מענדל וואלדמאן האט פאריגע וואך געבעטן רשות, אזוי וועט ר' שמעון משה יעצט בעטן רשות,
יא יא בערל שטיין האט ענק יעצט מסדר געווען איינמאל און א גוטס, ווייל איך און די וויסן די אמת אז ר' מענדל וואלדמאן האט קיין רשות נישט געבעטן, קען זיין אז ער איז נישט געווען אזוי עקסטרעים ווי אנדערע וואס האבן גענומען דוקא ווער עס האט נישט געהאט קיין רשות, און עס איז עם נישט אנגעגאנגען אז בערל שטיין איז געגאנגען בעטן רשות, אבער ער אליינס האט קיין רשות נישט געדארפט, ער איז אסאך שווערערע צייטן אדורך און ער האט עס דורך געשטופט, מילא נישטא קיין סבה פארוואס ער זאל בעטן רשות, און יא נאכאמאל בערל שטיין די גרויב=סע מקורב ביי מהר"א האט ענק גוט מסדר געווען, /שטערן איז נישט גענוג נאנט צו מהר"א האט ער געדארפט אוועקלויפן פון זיין אייניקלס חתונה, פריעדלענדער איז נישט גענוג נאנט האט נעבאך געדארפ זיצן אינדערהיים בעת זיין אייניקל איז געגאנגען אונטער די חופה, נעבאך נעבאך, אבער בערל שטין איז גענוג נאנט, און פון זיין ווייב האט ער מורא געהאט צו בלייבן אינדערהיים, מילא ער האט יא געמעגט גיין צו די חתונה, איי וואס ווען מען זאגן, אז עס איז געווען רשות, קודם וועט מען זאגן אז אבראהאם האט געבעטן אזוי ווי די האט ליין האט געזאגט תיכף נאך די חופה, און אז די ליגנט איז נישט געילונגען וועגען די תשןבה, וועט מען טוישן אז מענדל וואלדמאן האט געבעטן רשות, איי עס האט נישט קיין פשט אזוי צו איינזעצן, אבער וואס קען מען טון בערל שטיין איז געווען,
עניוועי דיע פלאן פון די חתונה פון די 2 קרית יואלע דיינים, האב איך געהערט פון קרובי משפחה איז און פלאן פארצוקומען אדער און סאטמאר ת"ת אויף לארקין וואס מען וועט אי"ה ענדיגן לכבוד פון די חתונה, און אויב עס וועט נישט זיין בכדי שיעשו וועט די חתונה פארקומען און די זאל פון עטרת מאיר צבי,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 22:25 |
|
| |
ניין, ר' ארי' האט נישט קיין טאטע, ביי רבי שמעון משה'ס טאטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 22:19 |
|
| |
ביי רבי ארי'ס טאטע?...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 21:28 |
|
| |
איך האב יעצט גערעדט צו א נאנטן משפחה מיטגליד, ער זאגט מיר אז די חתונה גייט מן הסתם יא זיין אין מאנסי, ווייל ר' ארי' האט מורא פון זיינע בעלי בתים צו בעטן רשות, און אויב מאיזה סיבה וועט דאס יא זיין אין קרית יואל, וועט דאס זיכער זיין נאר מיט רשות פון מרא דאתרא פונקט ווי די פאריגע וואך ביי זיין טאטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:26 |
|
| |
ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש וואס איך האב געהאט מיט איינע פון די משפחה מיטגלידער, און איך האב פארשטאנען אז ער זאגט אז די חתונה וועט זיין און מאנסי, אבער איך האב שפעטער מיט עם קלאר געמאכט האט ער מיר געזאגט אז ווי עס קוקט יעצט אויס וועט די חתונה יא זיין און מאנרוי, און די נייע חתונה זאל פון די סאטמארע ת"ת אויף לארקין,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 19:01 |
|
| |
עיפי וויאזוי האסטו אזוי שנעל מסדר געווען צו ברענגן די חתונה פון מאנסי קיין לארקין?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 18:03 |
|
| |
לויט די איצטיגע פלענער איז די פלאן אז די חתונה וועט פארקומען און די נייע זאל פון סאטמארע ת"ת אויף לארקין, וואס וועט ספעציעל גענדיגט ווערן לכבודו פון די חתונה פונעם טאכטער פונעם דיין שליט"א,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 16:45 |
|
| |
זיבעלע, נאדיר איינס 
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 02:14 |
|
| |
Either or ממה נפשך איז עס אין קרית יואל איז עס רשות אז נישט איז עס ווידער א געווינס... די ארויניס האבן שטענדינג א ווין ווין סיטואציע
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 02:06 |
|
| |
הייסט עס מיט רשות, על אפם וחמתם פון שארמאשער מיטן טשאדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 02:04 |
|
| |
איך ווייס נישט פון ווי עי פי נעמט זיינע באריכטן, אבער קראנט איז עס נישט. די חתונה וועט אי"ה זיין אין עטרת מאיר צבי זאל אין קרית יואל.
זיין שווער פעלדמאן וועט האבן פאר דעם א חתונה אין דעם זאל, זיין אייגענער זון הר"ר גרשון מענדל שליט"א מאכט דארט חתונה בקרוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 01:46 |
|
| |
כא כא כא, דער שארמאשער קען דאך שרייבן א בריעף פארן שווער אזוי ווי ער האט געשריבן ביי ר' חיים שטערן, ער האט דאך מבטיח געווען אר שאולי גאנץ אז זיין שווער גייט זיך משתתף זיין, (זעט אויס נאך די גרויסע הצלחה ביי ר' חיים שטערן נעמט ער מער נישט קיין טשענסעס), הרה''ג רבי שמעון משה וואלדמאן שליט''א האלט קלאר אז בלי רשות המרא דאתרא טאר מען דארט נישט חתונה מאכן, ער מצידו איז גרייט געווען צו מאכן די חתונה ביי די בני יואל און בעטן רשות פון מרא דאתרא, אבער ר' ארי ראזענפעלד לאזט נישט, (איר ווייסט דאך, די באקאנטע שארמאשער מחלה וואס הייסט לחץ...), במילא וועט די חתונה זיין אין מאנסי,
|
|
|
|
|