| נשלח ב-2/1/2011 17:48 |
|
| |
אלעף שעמאסניקעס דעפרעסיע: די "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב
אין די טעג איז אנגעקומען אויף פאסט צו אנ"ש אין גרעיטער ניו יארק די בריוון פון קהל יטב לב דסאטמאר - 152 ראדני סט. צום בעפארשטייענדן יערליכן מעמבערשיפ קאמפיין וועלכער קומט פאר אין די סעזאן פון ט"ו בשבט.
אפאר טאג דערויף איז אנגעקומען פרישע בריוולעך אויף די פאסט, און דאס מאל מיט די זעלבע לאגא און קאליר, פאנט און אויסשטעל, נאר איין קליינעם טויש, דער אדרעס איז פון די אלעף שעמאסניק קהל אויף 163 ראדני סט.
דער כריזמאטישער מארקעטינג שטיקל איז זיכער דער ארבעט פונעם לעגאלן קאפ אין זייער אפיס, דער גרוש מלפנים, הלל ראזענבערג, וועלכער האט מיט די זעלבע חכמה וואס ער ספינט דא טאג און נאכט אויף היידפארק אויפגעטראפן די דאזיגע אונטערגעציפטע אקט.
אבער וואס דער חידוש דא איז, אויב איז טאקע זייער קהל דאס גרעסטע שענסטע און בעסטע, פארוואס דארפן זיי נאך אלץ "נאכמאכן" די אויסגעשפילטע זאליס וואס האבן קוים מנין?
וועט טאקע קיינער פון זייערע מענטשן נישט באצאלן די בילס נאר טאמער עס איז פארהאן דערויף א "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב דסאטמאר אויף 152 ראדני סט.?
איז דאס "נאכמאכן" די לאגא א פיל פאר זייער דעפרעסיע פון צען יאר אלעף שעמאס און אלעס איז געבליבן ביים אלטן אז קיין איין בנין פון קהל וויליאמסבורג געפינט זיך נישט אין זייערע הענט?
האט דער עם הארץ פארלאנגט צו ווייזן בעלות אויף וויליאמסבורג מיטן "נאכמאכן" די לאגא פון קהל?
פארוואס זאל נישט די זאלי קהל דארפן "נאכמאכן" די אהרונישע קהל לאגא, פארוואס איז דאס אייביג פארקערט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 07:45 |
|
| |
די רעדע איז פארוואס דארפען די ארונים נאכמאכען די "לאגא" פון די זאליס, ביז דערווייל האט קיין ארוני דאס נישט געענטפערט. גרוש פארגעס און די אנדדערע ליצנים האבן שוין געטריבן שפייס און זיך געטרייסט אז די זאליס זענען שוין גאר דעפרעסט ווייל עס איז געלונגען די געשולטע גנבים צו נאכמאכן דעם "לאגא", קען איינער ערקלערן פארוואס זיי האבן דאס געטון?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 05:22 |
|
| |
"וואס שטייט בראש פון זייערע ערליכע מנהיגים"
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 05:20 |
|
| |
גנבים ביי די ארבעט: ''פורים קהלה, פראבירט פארכאפן געלט פון די גרויסע ציבור סאטמערע חסידים"
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 04:04 |
|
| |
| פריינדליך כתב: |  | | סתם פאר אינטערעסאנטקייט: איך בין היינט געווען אין הופער און איך האב געזוכט די רויטע סימבאל און איך האב עס נישט געטראפן. קען מיר איינער זאגן וואו די סימבאל ליגט? |
|
בחורים באקומען נישט קיין סטעיטמענטס אויף די פאסט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2011 02:20 |
|
| |
סתם פאר אינטערעסאנטקייט: איך בין היינט געווען אין הופער און איך האב געזוכט די רויטע סימבאל און איך האב עס נישט געטראפן. קען מיר איינער זאגן וואו די סימבאל ליגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:27 |
|
| |
דעמאלס האט ער געבויט דער היתר אויף די פאקט אז ר' אהרן איז א משכיל און רעדט אויף גדולי ישראל זייער מיאוס און זיין חינוך איז כפירה, דעריבער איז א חוב קדוש אויפבויען א כשר'ע מוסד און מאכן א טיילונג ווי אינדערהיים,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:26 |
|
| |
וואס האט ער געזאגט דעמאלטס, (נישט ווייל עס מאכט אויס אהער, ווייל איך זעה דאך אז דא האט עס קיינער נישט געזאגט, נאר סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך וויסן וואס ער האט געזאגט דעמאלטס)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:13 |
|
| |
ר' אברהם לייטנער ז''ל ביי די בני יואל פרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 18:34 |
|
| |
די בלוט וואס די זאליס שפייען, איז ממש נישט אויסצוהאלטן, ראדני איז פיל מיט בלוט פון די זאליס שפייערייען, ממש מכת דם,
כ'בין נאר סתם נייגעריג ווער האט דאס גע'פסק'נט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 16:42 |
|
| |
על פי הלכה איז מותר מוציא צו זיין פון די גנבים וויפיל מען קען, די זאליס האבן אונז געגנבעט די בנינים, צו קיין דין תורה ווילן זיי נישט קומען, איז נאר יושר זיי זאלן צושטייער געבן פאר די טייערע רענט וואס די פישמאן'ס רעכענען אונז, מען קען דאס באצאלן מיט גיטן, ווי זייער אסאך זאליס באצאלן טאקע זייער מעמבערשיפ פארן חשובן שמש הקהלה ר' שלמה ווערצבערגער, אדער טיט מען דאס מיט דריידלעך מיט נאכגעמאכטע לאגאס, ווי מען פארדרייט די צוריק געבליבענע זאליס און זיי שיקן אריין די מעמבערשיפ פאר די ריכטיגע קהל יטב לב בלא יודעים, אזוי צו אזוי, פון די יאמערליכע פארווייטגטע תגובות זעט אויס אז ס'ארבייט זייער גיט, די זאליס שפייען בלוט,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 04:57 |
|
| |
און די מדובר איז בכלל נישט א סימבל אויף וואס עס קען חל זיין א מחלוקה צו וועם ס'געהערט בכלל. די סימבל האבן די זאליס פארבערצירט פאר קארגע פינף יאר צוריק, אסאך נאכדעם וואס די אהרוינים האבן שוין געהאט א נייע קהלה.
דאס צייגט שטארק ווי זייערע אויגן פאלן ארויס.
זאגט נאר, האט איר שוין געהערט אז דער מוצלח זאל "נאכמאכן" די סימבל'ס פונם דעפרעסטן שלימזל?...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 04:20 |
|
| |
נישט צום פארגעסן די גאנצע 163 ראדני האבן זיי דאך אויך נאר פאר דעם ציל, צו פארמישן, ווייל פון זייערע מענטשן זעהען נישט קיין ניקל, און ס'איז צו ווייניג מענטשן....
אין גאנץ מיליאן הופער איז נישטא קיין פלאץ פאר א אפיסעל, וואס זיי האבן (נישט...) אויף 163 ראדני???

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/01/2011 20:45:36
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 02:28 |
|
| |
יישר כח משהלע פארן אויפקלערן, איך האב לכתחילה מסופק געווען אז אפשר איז דא געווען א מיספארשטענדעניש און עס איז א טעות מצד די אהרונישע קהל, יעצט שרייבסטו אז דאס איז טאקע בדווקא געמאכט ארויסצונארן געלט פון מענטשן וואס האלטן נישט ביים געבן פאר ענק נאר פאר א צווייטן, די סיבה וואס ברענגט איינעם צו וועלן נאכמאכן און אויסנארן יענעם איז באוואוסט, און איך דארף עס נישט נעמען פון דיינע הסברים, און דער מעכטיגער ניצחון און וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען שטעל איך מיך אויך פאר.
אלענפאלס, נאכאמאל יישר כח פארן באשטעטיגן וואספארא מהות מענטשן עטס זענטס, און ווי גוט דער מצב רוח איז צווישן ענק, די ניצחון און פרייד וואס עטס האטס דערפון פארגין איך ענק גערן און עטס קענטס ענק האלטן דערמיט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 02:10 |
|
| |
מען זיכט צו פאפן אלע נארישי זאליס, וואס ווייסן נישט קיין חילוק פון 163 צו 152, זאלן זיי צושטייער געבן פאר די רענט וואס מיר דארפן צאלן פאר די פישמאנס, פון די זאליס האבן מיר שוין באקומען די רענט כמעט פאר א גאנץ יאר, אלזא, דאס שטיקל איז העכסט געלונגען, און לא בחינם שפרינגען די זאליס.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 01:55 |
|
| |
משהלע, אנשטאט זיך גארגלען מיט ספינס ענטפער צו די זאך: פארוואס האבן די ארונישע תלושים אנגעהויבן צו לייגן די זעלבע (כלשונך) רויטע האלבע באלי, וואס שטייט דערויף "ראדני" , נאכהער וואס די זאליס נוצן עס שוין אפאר יאר??? וועם זוכט מען צו פאפן???
זייערע מענטשן זענען אלע אויסגעשטארבן?
|
|
|
|
|