די פארגאנגענע וואך האט ר' משה בראנסדארפער א מו"ץ פון עדה החרדית זון פון הגר"מ בראנסדארפער פארפירט אז די העדה החרדית פארקויפט פלייש נוו"ט, און דער פארשטייער פון ר' אהרן דער בראדקעסער פונעם "קו הציבור" האט-ליין יוסף לייב יאקאב פון ירושלים האט אנגעפירט און זיין ליין מיט א קאמפיין אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט געהייסן כשר'ן די כלים.
די פיילן זענען געצילט געווארן קעגן דעם אלעמענס באקנטער באליבטער רב פון "וועד השחיטה" פון עדה החרדית הגאון הגדול ר' שלמה יהודה הירש שליט"א דער סאטמארער דיין פון ירושלים, אז ער קען נישט אנפירן מיט די שחיטה השגחה אזוי ווי הגר"מ בראנסדארפער זצ"ל.
די "בראנסדארפער-יאקאב" קאמפאני האבן ארומגעהאנגען פאשקעווילן אז מ'דארף כשר'ן די כלים, און די פלייש האט נישט קיין השגחה
ווער עס וויל ליינען ארום די פרשה קיין קליקן דא:
http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2862508&forum_id=771
יאקאב האט געזאגט פאר יעדן אז ער האט געוואלט ווייזן אז נישט נאר די קרית יואל'ער שחיטה האט פראבלעמען נאר אויך די שחיטה המהודרת פון עדה החרדית.
מלכתחילה האבן זיי פרבירט צו קאנווענסן דעם ירושלימ'ער רב שליט"א לטובתם מיט שקרים וכזבים, אבער נאך ווען דער ירושלימ'ער רב שליט"א איז ארויף אויף די אהרוני'שע שטיק, איז ארויסגעטרעטן מיט גאר א שארפער בריוו קעגן די בני בליעל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
איצט שמועסט מען דארטן אין ארץ ישראל אז דער וועלט'ס בארימטער גרעסטער און בעסטער שחיטה עקספערט, אונזער באוואוסטער ר' אהרן טייטלבוים, גרייט צו א דרשה ווי עס וועט איבערגעשמועסט ווערן די לעצטע שחיטה פראבלעמען פונעם דור, הן פון די ספרדים און הן פון די אשכנזים, הן פון די בעה"ב און הן פון די בני תורה, הן פון שיקאגא און הן פון העדה החרדית.