אין די פארלאפענע וואך 2, איז געווען 2 זייער געשמאקע אינצידענטן. נישט אז די אינצידענטן מאכן אויס א משהו, און באמת וואלט נישט געפאסט זיך אראפצולאזן צו דעם קינדישן ניווא, איז אבער דער פאקט אזוי אז דאס איז די שפראך דא אויף היידפארק, און מיט דעם פיטערט מען די לערך טויזנט טעגליכע ליינערס. און אז זיי קויפן די סטאף, שטעלט מען זיי דאס צו.
דער מציאות איז, אז דער היידפארק פאלעמיק דרייט זיך זייער אסאך ארום ספינס. בעיקר פון רבי יונה ודעימי', אבער חיי שעה קען אויך אמאל ספינען (נאר זיך צו פארטיידיגן כמובן...). בכדי א ספין זאל געלונגען, פאדערט זיך אסאך ענערגיע אריין צו לייגן די געפאדערטע אינוועסטיגעישאן זיכער צו מאכן אז דער ספין ווועט נישט קראכן ווי א א אומגעצייטיגטע איי. עס פארלאנגט ארבעט, זיכער מאכן אלע דעטאלן אויפן פראנט, און בעיקר אז דער ספין זאל קענען זיין א בר קיימא. מען זאל קענען איינרעדן דעם אייגענעם ציבור לפחות, פאר א לאנגע תקופה און אפשר גאר פאר קיפס.
למשל, די ספינס אז דער ברך משה האט געוועפט תשנ"ט, אונטערגעשטיצט מיט מעשה'לעך וואס דסער אליין האט געזען און געהערט, האט למעשה היבש אויסגענומען ביים אהרוני'שן ציבור. ווען דו רעדסט צו א אהרוי עפעס וועגן דעם ברך משה, וועט ער תיכף נעמען א לוח און אויסרעכענען. איז די מעשה געווען זונטיג חוה"מ פארטאגס נאך זעקסע, קען מען דערויף נישט בויען, אבער 5 צו זעקס, איז אלעס מסודר.
אזוי אויך דער פורים וואס זייערע הויפטן האבן געמאכט פון זייער ציבור, אז מען גייט גיין צו דין תורה / קאורט און איך ווייס וואס נאך, וואס הגם היינט זאגן זיי אליין אז זייערע קלאגעס האבן נישט געהאט דאס מינדעסטע לעגאלע באזיס, מיט דעם אלעם האט דער עולם עס דארט אפגעקויפט. הגע בעצמך, ווי אזוי איז נולד געווארן די גאנצע ארויסווארפן פון בערל פריעדמאן? ווייל ער האט נישט געוואלט זיך אונטערשרייבן אז ער גייט נישט גיין אין קאורט. און דערפאר, האט אים דער ברך משה ארויסגעווארפן. וואס האט בערל פריעדמאן געטון? געגאנגען אין קאורט אז מען דארף אים צוריקנעמען. איי, ביסט דאך א האלב יאר צוריק דארט געווען, האסט עפעס אויפגעטון?
און בכלל, איין באשעפער ווייסט אויף וואס זיי האבן מתחילה פלאנירט צו גיין אין קאורט. וואס האבן זיי געטראכט וועט דער קאורט זאגן? אז משה גבאי האט געברעינוואשט דעם ברך משה? זיי האבן ערנסט געהאלטן איין רגע אז דער קאורט וועט פסק'נען די רבנות שאלה?
אלא מאי, סאיז דא איין סיבה דערפאר: "כדי די קליינע אינגעלעך זאלן נישט איינשלאפן". און עס איז באמת א פשוטע זאך. עס איז זייער מעגליך אז האלב פון זייער עולם וואלט זיך סוף כל סוף געבראכן, און מיטגעגאנגען מיטן מציאות, און מיטן ברך משה וואס האט זיי געפירט אלע יארן. די קאמפיין מענעדזשערס ביי ר' אהרן האבן געוויסט איין זאך; כל עוד דער עולם זייערער האט נאך עפעס א האפענונג צוריק צו באקומען די מאכט, וועט עפעס בלייבן פון זיי. ווען זיי זאלן דארפן גיין דאווענען תש"ס אין 13 צי אפילו 14 הופער, וואלט זייער מעגליך רבי אהרן אין וומסב"ג געוען דערנאך. (כפשטות משמעות לשון הצוואה של הברך משה: "והוא ישב על כסאי וימלא מקומי, בלי שום חיסרון ובלי שום גירעון כלל". אפילו להלומדים דאין הכונה אלא על ווילי).
בכל אופן, זעמיר אביסעלע פארקראכן. כהאב בלויז געוואלט ארויס ברענגען, אז למשל דער קאורט ספין, איז ווערט געווען אלע געלטער.
למעשה מיט די יארן, זענען די ספינערס אזוי פארקראכן, אז זיי האבן אראפגעברענגט דעם גאנצן כח און חשיבות פון א ספין.
ובעיקר, על של עתה באתי.
די לעצטע 2 ספינס, זענען געווען עפעס מייסטער דורך געפאלענע. רבי יונה, אויב דיינע אויבער הארן ווארפן דיך ארויס יעצט אינמיטן יאר פונעם דזשאב, וואלטן זיי געווען אסאך מער גערעכט ווי מאיר הירש מיטן ארויס ווארפן די מלמדים.
קודם איז עס געווען מיט די רשות ביי די וואלדמאן חתונה. דא האט באמת סייווי געדארפט קומען א ספין. נישט פאר אפענסיווע, נאר פאר דעפענסיוו. היות ר' שמשון שווארץ האט סיי ווי מחליט געווען צו גיין, סאיז אים גאנץ קנאפ אנגעגאנגען ווי די חתונה איז. ער האט געוואלט גיין צו זיין שוואגערס חתונה. (זעט איס אז סאיז נאך דא עפעס נארמאלע משפחות אין יענעם קרייז). און גאנץ מעגליך אז בערל שטיין וואלט אויך געקומען אפילו אן דעם וואס זיין רבי זאל דעליווערן די געפאדערטע רשות.
נו, וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם פלאנטער? ווייל אויב וועט מען זען אז בערל שטיין גייט צו א חתונה, יאמרו התירו פרושים את הדבר, און די בהמות קענען נאך קומען צום שכל און זאגן, וואס דארף איך זיין דער פערד וואס צוקריגט זיך מיט די משפחה? פון די אנדערע זייט, גלאט געבן א רשות פון רבי'ן, אפילו יענער אנטזאגט זיך צו עס אננעמען, איז אין לך חוכא וטלולא כזו. (זארגט נישט, די טענה האבן נאר די קלוגערע שבהם, ווי חיים שלמה פישער וכדו' געהאלטן, ר' מאיר אליעזר האט דקא געהאלטן אז דער רבי זאל זיי איינמאל פאר אלעמאל לערנען טאנצן, און געבן רשות פאר יעדן בני יאל רב).
האבן זיי אבער געמיינט אז עס איז דא א וועג ארויס. היות עס איז דאך א כמו רבישע שמחה, וועט מען זאגן אז דער אומבאוויסטער רב המסדר האט זיכער גענומען רשות, ושלום על ישראל.
וכך הוה. משה גאבע, פון די נאנטסטע ניקס בבית רבינו און דער אפיציעלער פאטאגראפירער,
האט געווארפן די באמבע:
מזל טוב מקודשת! קרובי המשפחה שטראמען קיין וואדבוירי!
אצינד האט זיך אפגעשפיעלט נאכאמאל די ריכטיגע ביישפיעל ווער עס זענען די ריכטיגע טעראריסטן...
ביי די חתונה פון החתן בן ר' נחום אבראהם מיט בת ר' מענדל וואלדמאן איז למזל טוב אצינד פאהרגעקומען די חופה ביי די חתונה זאל אין וואדבארי אין די גלילות פון קרית יואל, ווי ביידע מחותנים האבן גענומען רשות פונע'ם מרא דאתרא – כ"ק מרן רבינו שליט"א, און רשות איז געגעבן געווארן בתנאי זאת אז דער מסדר וועט זיין דער זיידע.
דער מחותן אבראהאם, מורא האבענד'יג פון די בני יואלער טעראריסטן, האט געבעטן אז דער זאך זאל דורכגיין בשתיקה – כאטש ביז נאך די חופה, ווייל ער האט נישט געוואלט אז די רשעים זאלן אים פארשטעקן דעם וועג פון א כשר'ע חתונה, און וועלנדיג האבן אלע קרובים ביי די שמחה איז טאקע אזוי געווען.. דער זיידער הר"ר צבי דוב אבראהאם האט מסדר קידושין געווען כדת משה וישראל, וועלכער האט געמאכט – דאכט זיך – צו זיין דער 5'טע חתונה אין דעם זאל אויפן כשר'ן פארנעם מיט רשות פונעם מרא דאתרא שליט"א.
אצינד זענען צענדליגער בני משפחה אויפן וועג קיין וואדבארי מיטצוהאלטן די חתונה...
און שלום על ישראל. הכל על מקומו יבוא בשלום. און משה'לע האט ווייטער געקענט שרייען אז ר' שמעון משה האט אנגעזאגט זיין פאטער זאל בשום אופן נישט חתונה מאכן אן רשות.
דא קומט אריין מיין טענה צו די ספינערס. ווען איר וואלונטירט, האט איר א רעכט צו מאכן א שלאבערישע ארבעט. אבער אז איר זענט באצאלטע ארבעטער, זענט איר געהעריג מועל בשליחות! נניח איר האט נישט געברויכט וויסן אז אין חרדים הענגט שוין א וואך צייט דער צעטל פונעם מסדר קידושין, אבער דער קונטרס פון נחום בראהאם האט איר זיכער געקענט לייגן דערויף א האנט! וואסערע מין רשלנות איז דאס?
און בכלל, זעט זיך זייער אן אז איר זענט אן אומפראפעסיאנאלע קאמפאני. עטס האטס געהענדלט די סיטואציע ווי בלומבערג די שניי. קודם, האט איר געלייקנט, נו מילא, איז אבער ארויסגעקומען דער בריוו האט עטס געענטפערט אזא מין תירוץ ווי דאס:
פין איין זייט זאגט דער מחותן פאר יעדן אז ער האט גענומן רשות מאיזה סיבה שהוא, אין פין די אנדערע זייט שרייען די זאלוניס אז ער האט נישט קיין רשות והא ראי' ס'דא אפי' א געפרינטע בריוו, אין מ'האט עס אפילו אויגעהאנגען אינדרויסן פין זאל, אבער ווי די כתב יד פין דעם בריוו איז אזוי לאנג ווייסט קיינער נישט.
וועם קען מען דא גלייבן?
איך מיין איר האט דאך געטריבן ליצנות פון אייער אייגענער עולם אז מען האלט זיי פאר 2 יעריגע קינדער איר טרעפט טאקע נישט קיין תירוץ צו מיישב זיין די סתירה?
א גאנצער מעת לעת האט געדויערט אז מען זאל אויפקומען מיטן נייעם מהלך. פייו בארא דער אפיציעלער ניק פון סידור קידושין & קא. (הגרב"ץ לאוב'ס מערכות). האט קלעריפייד דאס פאלגענדע, נישט בעפארן זיך גוט נאכפרעגן:
כהאב נישט געוואלט רעדן פאר איך בין מברר, אלזא יעצט נאכן מברר זיין וועל איך אריינקומען אינעם שמועס.
1) ר' מענדל וואלדמאן האט אנגערופן א וואך צוריק ר' בערל שטיין און געבעטן אז ער וויל האבן א כשרע חתונה, מאיזה סיבה שהוא, (צו וועגן קרובים צו וועגן פאשקעווילן צו וועגן ספיקות אין די אמונה, נישט קיין נפק"מ), און ער וויל מכבד זיין דעם רבין.
ר' בערל האט איבערגעגעבן די שליחות, און די רבי האט געפרעגט וועמען מען קען דארט מכבד זיין אין די משפחה, און ר' בערל האט געזאגט אז די מחותן האט געוואלט גיבן פארן זיידן, האט די רבי געזאגט אז מען זאל אים איבערגעבן א שליחות אז די רבי איז אים מכבד.
שמועות זאגן אז אבראהאם האט אויך מכבד געווען, דאס האב איך נישט באשטעטיגט.
2) יעצט צום בריוו:
צו ס'איז אמת ווייס איך נישט, ווייל ביז יעצט איז אלעס געווען מיט געשריבענע חתימות און דא נישט, וואס דאס איז א גרויסע ריעותא, אבער ענניוועי איז א שאד יורד צו זיין לעומקו פון א רעבעלע וועלכער איז ביי קיינעם קיינמאל נישט געווען אנגענומען אלס א פוסק אדער א יודע הנהגה.
אלס דעם וואס ס'איז געווען א חופה מיט רשות, איז דאס נישט קיין שום סתירה, כהייב נישט אן צו פארשטיין וואס עיפי וויל דא מיט דעם. האט דען דער זיידע מכבד געווען דעם רבין? דאס האט דאך די מחותן געטוהן. וואס האט דאס שייכות צו די אנשויאונגען פונעם זיידן?
און צום תוכן פונעם בריוו ברויך מען א אשכול בפני עצמו, ס'איז ממש ליצי ליצנות ווי מען קען שרייבן אזאנע דברי שטות שווארץ אויף ווייס מיט לשה"ק אותיות. (שפעטער אי"ה).
 |
שוין נישט צו רעדן דאס גענאר וואס טייל ניקס האבן געמאכט פון זיך דארטן. סאיז ווערט געלט יעדע תגובה דארט!
און אפילו נאכדעם האט מען נאך פרובירט דעם ילדות פון פעלשן א בריוו. בקיצור, א טאטאלרע כאאס. אין אזא צייט, איז די בעסטע עצה, וויש דיר אפ די נאז, און גיי ווייטער. המהדרין ביינונז, וואלט שוין לאנג אראפגעפלאשט דעם אשכול, וחסל.
די 2'טער דוגמא איז געווען ממש יעצט. פאר סאם ריזען, פילן זיך די אהרונים זייער אטאקירט אויב ר' זלמן לייב באווייזט צו טון מיט סוקסעס אין פדיון שבויים. הגם דאס איז זייער נישט קיין שיינע מידה פון די אהרונים. דעם כבשת הרש פארגינט איר אים אויך נישט? לערנען קען ער זיך פארשטעקן פאר זיין ברודער דער ידען, אויפטון פאר אידישקייט איז אגפערעדט אז ער טרעט ניטאמאל אריין דערין. אלעס לאזט ער פארן ברודער. פון קאמפיוטערס ביז קאקאו. דער ברודער זיינער פאקט אים איין במלוא המובן, אויף אלע פראנטן. נו, אזויפיל מעג ער נישט טאן? גמילת חסדים פאר אידנס וועגן? דאס פארגינט מען אים אויך נישט?
פארשטייט זיך, וווילאנג אלעס איז געגאנגען כשורה, האבן זיי פארביסן מיט די ליפן און געקריצט מיט די ציין. אבער ווען עס איז געקומען א זונטאג נאך איינשווערן קאומא, און די קארעקשאן וועבסייטס זענען נאך נישט געווען אפדעיטעד, האט זיי ארום געומען אזא שמחה און נצחון. שוין נישט צו רעדן פון די גרויליגקייט פון דער שמחה. נניח, ר' זלמן לייב'ס פרואוון ארויס צו נעמען א איד פון תפיסה האט נישט מצליח געווען. פרייט מען זיך? הישמע כזאת? אידן שומרי תורה ומצות פרייען זיך אז א איד איז געבליבן אין תפיסה, וויבאלד דער רבי שליט'א האט פאר אים געארבעט? (פארשטייט זיך, אז מען האט פארגעסן כרגע די טענה אז עכט איז עס ר' אהרן'ס קרעדיט כמבואר
דא ).
באט עניוועי, פארו ואס נישט טון אביסל מער ריסערטש פאר מען לאזט ארויס אזא ספין? צי מעג אזאנס זיין? דאס איז דאך ממש דאס וואס די זאליס האפן איר זאלט טון. ווי מעגט איר דאס טון צו אייערע מענטשן? איר האט א אנונג וואסערע בושות איר האט היינט גורם געווען פאר אייערע קעלבלעך וואס האבן נאכגעזאגט מיטן גאנצן תמימות אייערע שטותים, ביז נעבעך די בילדער האבן זיי געפאטשט אין פנים?
און יא, דער תירוץ פון טעמפארערי ריליס, איז גאנץ א גוטער...
האטס מיר א שמחת פורים.