עס כאפט אן א ציטער און א שרעק ווי אזוי די חסידי העם הארץ פירן זיך אויף אויפן ארונישען פארום.
זיצען דארט שרייבערלעך אין טאנצען פאר צער, אז דער מיכאל שטרייכער איז אינדרויסן פון תפיסה, בלויז פאר דעם ווייל רבינו שליט"א האט אים געהאלפן, במילא דארף מען אלעס אויף דער וועלט טוען אז דער מיכאל שטרייכער זאל בלייבן זיצען, אין מען זעט ווי זיי מיטשען זיך מיט א בילד וואו מען זעט מיכאל שטרייכער אין בית המדרש, לערנט מען אריין פשט אז דאס איז נאר בייטאג, אין מען בארוהיגט דארט דעם עולם אז מען זאל נישט זיין דערביטערט, ווייל ער איז נישט באפרייט אינגאנצען, נאר ביינאכט דארף ער איינטשעקען, אין די זאליס פרייען זיך פאר גארנישט.
עטס הערטס ווערטער?
איי וואס האט דער איד חוטא געווען אז רבינו שליט"א איז דא געווען א גוטער שליח? בכלל וואס האט דער איד מיט די סאטמארער פאליטיק אז עס קומט זיך אים תפיסה?
נישט קיין תירוץ פאר די פארשאלטענע ארונים, און פאר זייער פירער, אז אויב די אמעריקאנער רעגירונג טוט נישט אנערקענען אז דער עם הארץ איז רב הצעיר, דעמאלטס מעג מען אלעס טוען, און אז זייער פירער וועט זיך בעסער שפירן אז א איד זיצט אין תפיסה, וועלן די געטרייע חסידים זעכער מאכן אים צו צופרידן שטעלן זייער פירער דעם עם הארץ,
מיט צייט זעט מען בחוש ווי דער עמי הארץ רייסט ארויס פון זיינע נאכשלעפערס די סימני ישראל רח"ל,
בישינים, רחמנים, גומלי חסדים, בלי גוזמא כלל.
תוקן על ידי געלעכטער ב- 04/01/2011 22:23:28